פּובליציסטיק

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל.

דערבײַ איז אויך אונטערגעשטראָכן געוואָרן דער פֿאַקט, אַז אַלע וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דעם ענין זענען שטאַרק צופֿרידן מיטן דאָזיקן הסכּם. “נאָך 60 יאָר האָט די ישׂראל־רעגירונג אָפּגעווישט די עוולה", — ווערט דאָרטן פּראָקלאַמירט, מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע.


ווי איינער פֿון די געראַטעוועטע פֿון חורבן, וועלכער איז נאָענט באַקאַנט מיט דער דאָזיקער אַנטוויקלונג, דערלויב איך זיך צו זאָגן: “אַז אָך און וויי צו דער דאָזי­קער דערגרייכונג". פֿאַר טויזנטער פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿאַר דעם רעשטל פֿון די פּליטים פֿון חורבן, איז עס געקומען צו שפּעט און אויך אין אַ באַגרענעצטער מאָס!

אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע האָבן נאָכן קריג דערגרייכט די ברעגן פֿון מדינת־ישׂראל, זענען שוין ליידער לאַנג ניט מיט אונדז. זיי האָבן דאָ אויסגעלעבט זייערע לעצטע יאָרן אין נויט און דחקות, אין שוואַכן געזונט, עלנט און פֿאַרוואָרלאָזט. זיי האָבן ניט דערלעבט צו געניסן פֿון דעם דאָזיקן הסכּם וואָס איז צו שטאַנד געקומען, ערשט מיט 60 (!) יאָר נאָכן חורבן. אַ שאָד, אַ גרויסער שאָד! און איצט, אַז מען האָט שוין יאָ דערגרייכט אַ געוויסע פּאָזיטיווע לייזונג צו העלפֿן די איבערגעבליבענע, איז אויפֿגעשוווּמען אַ שווערע דילעמע בײַ די, וועלכע “זיצן בײַם שיסל", בײַ די וואָס דאַרפֿן באַשטימען, ווער איז באַרעכטיקט צו געניסן פֿון דעם דאָזיקן הסכּם.

עס ווײַזט זיך גאָר אַרויס, אַז ניט אַלע איבערגעבליבענע פֿון חורבן זענען גלײַך אין זייערע רעכט, און עס זענען דאָ צווישן זיי געוויסע אונטערשיידן. עס ווענדט זיך וווּ, ווען, און ווי אַזוי, ער, אָדער זי, האָבן זיך געראַטעוועט און וואָסערע ליידן יעדער איינער פֿון זיי האָט געליטן. ניט אַלע האָבן דאָך געליטן אין דער זעלבער מאָס אד"גל.

די דאָזיקע קלאַסיפֿיקאַציע האָט, פֿאַר­שטענדלעך, אַרויסגערופֿן אַ ריי קאָנטראָ­ווערסאַלע אָפּרופֿן און רעאַקציעס. אַפֿילו אין דער כּנסת זענען פֿאָרגעקומען הייסע דיסקוסיעס וועגן דער דעפֿיניציע פֿון די צוויי "מעגלים" (קרײַזן), די צוויי קאַטעגאָ­ריעס פֿון ניצול־געוואָרענע פֿון חורבן: “מיהו ניצול?" — ווער איז אַן עכטער, ראַ­יעלער געליטענער פֿון די דײַטשן:

די לעבן־געבליבענע אין ישׂראל זענען קלאַסיפֿיצירט געוואָרן אין די פֿאָלגנדיקע קרײַזן:

צו דעם ערשטן קרײַזן געהערן די וועלכע האָבן געלעבט אונטער דעם נאַ­צישן רעזשים, און אונטער דעם רעזשים פֿון זייערע אַליִיִרטע לענדער, וואָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט דײַטשלאַנד. צו דעם קרײַז געהערן די, וועלכע זענען געווען אין געטאָס, קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אַרבעטס־לאַגערן; האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין די פּאַר­טיזאַנער־גרופּעס, וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן די נאַציס און זייערע קריסטלעכע אַרויס­העלפֿער.

צו דעם צווייטן קרײַז געהערן די “פּליטים", וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע, וווּ עס האָט זיי געדראָט סכּנת־נפֿשות. וועל­כע האָבן פֿאַר­לאָרן זייערע משפּחות און זייערע פֿאַר­מעגנס אונטער די דײַטשן און זענען אָנ­געקומען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט זיי שפּעטער פֿאַרשיקט קיין סיביר אין די “גולאַג"־לאַגערן, אויף שווע­רע איבערמענטשלעכע שקלאַפֿן־אַרבעטן.

זיי ווערן פֿאַררעכנט ווי “פּליטים", און די קאַטעגאָריע לעבן־געבליבענע זענען ניט באַרעכטיקט צו באַקומען, לויט דעם הסכּם, די “פּיצוים" (פֿאַרגיטיקונג־פּענסיעס). זיי וועלן געשטיצט און “געהאָלפֿן" ווערן אין די ראמען פֿון דער שטיצע וואָס די רעגירונג גיט צו אָרעמע און נויט־באַ­דערפֿטיקע בירגער. די וועלכע האָבן איבער­געלעבט די מלחמה אין רוסלאַנד זענען ניט באַרעכטיקט צו געניסן פֿון דעם הסכּם.

עס זענען געהערט געוואָרן אין כּנסת, אין דער מעדיאַ, און אין דער פּרעסע אַ צאָל חילוקי־דעות פֿון כּנסת־דעפּוטאַטן, היסטאָריקער, באַקאַנטע חורבן־פֿאָרשער און באַזונדערס אויך פֿון אַ צאָל ניצולים — פֿון די געראַטעוועטע גופֿאַ.

אָט זענען עטלעכע אויסצוגן פֿון די דאָזיקע אַרויסזאָגונגען און שטעלונגען:

פּראָפֿ' עדית זאַרטעל פֿון באַזעל־אוני­ווערסיטעט אין שווייץ: “איך וואָלט ניט געמאַכט קיין גראַדאַציע פֿון לייד און פֿאַרלוסט פֿון פֿאַרמעגן, נאָר לויט דער נויט־באַדערפֿטיקייט פֿון די געראַטעוועטע עס זענען יאָ דאָ אַזעלכע, וואָס נייטיקן זיך ניט אין עקאָנאָמישער הילף. אָבער דער גרעסטער טייל פֿון זיי לעבן אויס זייערע לעצטע יאָרן אין נויט און שווערע פֿיזישע באַדינגונגען."

פּראָפֿ' זאַרטעל האָט דערקלערט, אַז “מדינת־ישׂראל האָט אין לויף פֿון די אַלע יאָרן שטענדיק, בײַ פֿאַרשיידענע גע­לעגנהייטן אַרויפֿגעבראַכט די קרבנות פֿונעם חורבן און דעם גורל פֿון דער שארית־הפּליטה, אָבער דווקא זיי גופֿאַ האָט מען פֿאַרנאַכלעסיקט און ניט געהאָלפֿן אין זייער נויט ווי עס דאַרף צו זײַן. מען האָט זיך באַצויגן צו זיי מיט גלײַכגילט, ווי צו אַ לאַסט אויף דעם אַלגעמיינעם בודזשעט פֿון דער רעגירונג".

דערקעגן פּראָפֿ' דינה פּורת, דער הויפּט פֿון אינסטיטוט צו פֿאָרשן אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם אין אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ האַלט, אַז די קלאַסיפֿיקאַציע פֿון די איבערגעבליבענע אין צוויי באַזונדערע “מעגלים" איז דווקא אַ לאָגישע און פֿאַר­שטענדלעכע. לויט איר נאָך, זענען די אַלע פֿון דעם צווייטן קרײַז ניט קיין “ניצולים", נאָר “נזקקים" (נויט־באַדערפֿטיקע), און אַזעלכע זענען דאָ אַ סך אין דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.

“פֿאַרשטענדלעך", זאָגט פּראָפֿ' פּורת, “מען דאַרף נעמען אין באַטראַכט, אַז זייער וועלט איז חרובֿ געוואָרן און זיי זענען אַנטלאָפֿן, כּדי זיך צו ראַטעווען. אָבער זיי האָבן ניט געליטן אונטער דעם דײַטשישן רעזשים, ווי די אַנדערע, וועלכע געהערן צו דעם ערשטן קרײַז. מען דאַרף זיי שטיצן מיט וואָס נאָר מען קען, ווי נויט־באַדערפֿטיקע עולים, כּדי זיי זאָלן קענען אויסלעבן זייערע יאָרן אין ישׂראל, אין ווויל און בכּבֿודיק".

אויך ד"ר דניאל בלאַטמאַן, פֿאָרשער פֿון חורבן אין דעם העברעיִשן אוני­ווער­סיטעט אין ירושלים, טענהט, “אַז די קלאַ­סיפֿיקאַציע פֿון די איבערגעלעבטע אין צוויי ׳קרײַזן׳ איז אַ פּאָליטישע אײַנטיי­לונג, און איז היס­טאָריש ניט אויסגעהאַלטן און ניט באַגרינדעט. אַ טייל עולים, וועלכע זענען געקומען קיין ישׂראל פֿון רוסלאַנד אין די 90ער יאָרן, אַלט, אָרעם און שוואַך אין געזונט, זענען אָן קיין שום ספֿק, קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און פֿון די נאַצישע רדיפֿות".

... “עס דאַרף ניט זײַן קיין דיפֿערענצירונג צווישן די, וועלכע זענען געווען אין אַ געטאָ אָדער לאַגערן און זענען געבליבן לעבן, און די, וועלכע זענען געווען פּליטים פֿון די דײַטשן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין די לאַגערן פֿון סיביר. עס איז אוממעגלעך, און אפֿשר אויך ניט יושרדיק צו באַשטימען, ווער עס האָט געליטן מערער, און ווער עס האָט געליטן ווייניקער אין רוסלאַנד, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אַלע זענען געווען קרבנות פֿון די נאַציס און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער", האָט דערקלערט פּראָפֿ' בלאַטמאַן.

אין ישׂראל לעבן הײַנט צו טאָג אַרום 100 טויזנט לעבן־געבליבענע פֿון דעם חורבן, וועלכע געהערן צו דער צווייטער קאַ­טע­גאָריע, דאָס הייסט, די וועלכע האָבן איבער­געלעבט די מלחמה אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַ טייל פֿון זיי באַקומען “פּיצוים", דירעקט פֿון דער דײַטשישער רעגירונג. אַ טייל באַ­קומט זייער פּענסיע פֿון דער ישׂראל־פֿינאַנץ־מיניסטעריום, פֿון די פֿאָנדן וואָס דײַטש­לאַנד שיקט איבער קיין ישׂראל, אַז די רע­גי­רונג זאָל עס פֿאַרטיילן, לויט איר אײַנזען.

דאָס פֿינאַנץ־מיניסטעריום וועט אויך זײַן דער וואָס טיילט אויס געלט־שטיצעס צו די וואָס האָבן ספּעציפֿישע נויטן אין זייער פֿיזישן און עקאָנאָמישן מצבֿ. ווי צו דעקן די הוצאָות פֿון אײַנקויפֿן ספּעציעלע מעדיקאַמענטן, ברילן, פֿאַלשע ציין, הער־אַפּאַראַטן אד"גל. לויט דעם הסכּם וועלן די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן באַקומען פֿון איצט אָן באַזונדערע הנחות אין די מוני­ציפּאַלע שטײַערן, טעלעוויזיע־שטײַערן, אײַנקויף פֿון ספּעציעלע עלעקטרישע מכשי­רים א"אַנד.

אַרום 165 טויזנט עולים פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד גייען אַרײַן אין דער קאַטע­גאָריע פֿון “פּליטים", פֿון זיי אַרום 85 טויזנט זענען אַלט, אָרעם און נויט־באַ­דער­פֿטיק. לויט דעם הסכּם דראָט זיי, אַז זיי וועלן ניט געניסן אין דער זעלבער מאָס ווי די אַנדע­רע איבערגעבליבענע פֿון חורבן, וועלכע געהערן צו אַן אַנדער קאַטעגאָ­ריע.

אַבֿיגדור ליבערמאַן, מיניסטער פֿאַר סטראַ­טעגישע ענינים אין דער ישׂראל־רעגי­רונג, הויפּט פֿון דער “ישׂראל ביתנו"־פּאַר­טיי, וואָס באַשטייט מערסטנס פֿון די נײַע עולים פֿון רוסלאַנד, האָט שוין אויסגעדריקט זײַן וואָרענונג, אַז אויב מען וועט ניט גע­פֿינען די פֿאָנדן צו העלפֿן די נויט־באַ­דערפֿטיקע “פּליטים" פֿון רוסלאַנד, וועט ער אָנווענדן אַלע מיטלען, וואָס שטייען צו זײַן דיספּאָזיציע, כּדי זיי זאָלן ניט דיס­קרי­מי­נירט ווערן און באַקומען דעם סטאַ­טוס פֿון קרבנות פֿון די נאַצי־גזירות און רדיפֿות.

דרך־אַגבֿ, אויך די עולים פֿון די אַראַ­בישע לענדער, וועלכע זענען געווען פֿאַר­פֿאָלגט און האָבן דאָרטן געליטן פֿון דיס­קרימינאַציע און מאָרד, האָבן דערוואַרט, אַז זיי וועלן באַקומען פּענסיעס פֿון די דײַטשישע געלטער. אָבער די כּנסת־דעפּו­טאַטין קאָלעט אַבֿיטל האָט אַלעמען דער­מאָנט, אַז דײַטשלאַנד האָט געמאַכט אַ הסכּם מיט ישׂראל, וואָס שייך די רעסטיטו­ציע־פֿאָנדן; די אַראַבישע לענדער זענען קיין מאָל ניט געווען גרייט דאָס צו טאָן, זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו אָנערקענען זייער שולד אין פֿאַרטרײַבן זייערע ייִדישע בירגער פֿון זייערע היימען און נאַציאָנאַ­ליזירן זייער האָב־און־גוטס.

אין אַלגעמיין, איז דער סך־הכּל פֿון די סומעס פֿון דעם הסכּם צווישן די אָרגאַני­זאַציעס פֿון די געראַטעוועטע פֿון חורבן מיט די מלוכה־אינסטאַנצן, בראָש מיט דעם פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, אַ גאַנץ באַגרענעצטער. סײַ די, וועלכע גע­הערן צו דעם ערשטן קרײַז, און סײַ די וואָס געהערן צו דעם צווייטן קרײַז, וועלן באַקומען גאָר אָרעמע פּענסיעס. אַזוי למשל, בלויז 8,000 געראַטעוועטע פֿון דעם ערשטן קרײַז, וועלכע האָבן בכלל ניט באַקומען ביז איצט קיין פּענסיעס, וועלן באַקומען בלויז 1,200 שקלים יעדן חודש.

80 טויזנט פּליטים אין דער צווייטער קאַטעגאָריע אין עלטער פֿון 80 יאָר, וועלן באַקומען בלויז 500 שקלים יעדן חודש, אין צוגאָב צו זייער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג. זיי וועלן אויך געהאָלפֿן ווערן אין די ראַמען פֿון דער שטיצע וואָס עס באַקומען אַלע אַנדערע נויט־באַדערפֿטיקע, אַלטע בירגער פֿון דער באַפֿעלקערונג.

אין צוגאָב צו דעם אַלעם, וועט אין דער נאָענטסטער צוקונפֿט געשאַפֿן ווערן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע וואָס וועט באַשטי­מען, ווי אַזוי אויסצודריקן צו אַלע "ניצולי־השואה" אָנערקענונג און שעצונג פֿאַר זייער בײַטראָג צו דער מדינה במשך פֿון די פֿאַר­גאַנגענע 60 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ.

* * *

איך בין זיכער, אַז דער דאָזיקער הסכּם, צווישן די פֿאַראייניקטע אָרגאַניזאַציעס פֿון די געראַטעוועטע פֿון חורבן אין ישׂראל מיט דער רעגירונג, וועט אַריבערפֿירן די שרײַענדיקע ידיעות וועגן דעם בידנעם פֿיזישן און עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון די געראַ­טעוועטע, ערגעץ וווּ אויף די לעצטע זײַטן פֿון די צײַטונגען.

מיר וועלן מער ניט הערן וועגן זייערע פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס, אין וועל­כע זיי האָבן אויסגעשריִען זייער ווייטיק און פֿאַרלאַנג, מען זאָל זיי העלפֿן אין זייער נויט, אין די לעצטע יאָרן פֿון זייער לעבן. דערווײַל וועט די צײַט טאָן דאָס אירי­קע: זייער צאָל וועט זיך פֿאַרמינערן און זייער כּוח וועט זיך אָפּשוואַכן און פֿאַרקלענערן...

מען וועט זיי דערמאָנען בײַ פֿאַרשיידענע צערעמאָניעס און יאָרצײַטן, ווי אַ טייל פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַרבלײַבן וועלן זכרונות וועגן זייער געראַנגל צו בלײַבן לעבן, פֿאַר זייער קיום אין אונדזער מדינה. בײַ פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן וועט מען אויסדריקן טיפֿן באַדויער וואָס מען האָט זיי ניט גענוג געהאָלפֿן, ווען זיי זענען נאָך געווען צווישן אונדז, ניט גענוג און אַפֿילו צו שפּעט...