‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכער­הייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָווע­טישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
נישט בלויז בײַ די חסידים לערנען זיך הײַנט פֿרומע מיידלעך אויף ייִדיש. אויפֿן בילד: תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס בײַ דער "בית־יעקבֿ פֿון באָראָ־פּאַרק", אין ברוקלין, נ״י

אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.

ליטעראַטור, מוזיק
בתיה שעכטער

"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
דאָס געפֿלעכט פֿון מײַנע גלידער;
מײַן וואָרט, מײַנע הענט,
דאָס וווּנדער פֿון מײַנע אויגן.
("מײַן ליד")

ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגע­רין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגע­רין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָ­גראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָע­זיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַר­עפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועל­כער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע גע­שיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם.

פּאָליטיק

איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמ­פּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטש­לעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָ­גישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַ­צאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה.

פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער.

די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמי­טיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנט­דעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּע­ציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך".

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Warszawska awangarda jidysz. Antologia tekstów pod redakciją Karoliny Szymaniak. Gdańsk: Słowo/obraz terytoria, 2006

דער ייִדישער אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן בלײַבט אַ פּאָפּולערע טעמע צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען אַ מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווען ייִדיש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די ד׳ אַמות פֿון דער שטעטל־טעמע און זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע "וועלט־פּראָבלעמען". דער עקספּערימענטאַלער גײַסט, פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, דאָס זוכן נײַע פֿאָרמען אין ליטעראַטור און קונסט געפֿינט אַ שטאַרקן אָפּרוף בײַ הײַנטיקע פֿאָרשער, בפֿרט בײַ די יונגע. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פֿאָרשערישע דערגרייכונגען, האָבן מיר ביז לעצטנס ניט פֿאַרמאָגט קיין גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־תּקופֿה.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַדאָלף העלד (רעכטס) און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער

דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה:


דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד

גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מיר נעמען זיך רעדן וועגן “נאַציאָ­נאַליזם" טוען מיר פּונקט דאָס זעלביקע ווי ס'האָבן געטאָן אונדזערע פֿאָרגייער (קאַרל דויטש, פֿלאָריאַן זנאַניעצקי, אלי קאַדורי, מיראָסלאַוו הראָף און אַנדערע פֿאָרשער, אַגבֿ, ס'רובֿ פֿון זיי ייִדן וועלכע זענען לכתּחילה געקומען פֿון דער עסטרײַך־אונ­גאַרישער מאָנאַרכיע) און דערפֿאַר (?) זע­נען מיר אַזוי גרייט צו באַטראַכטן צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווי דער מקור פֿון אונדזערע טעאָריעס, באַווײַזן און אויספֿירן וועגן נאַציאָנאַליזם. נאַציאָנאַליזם גע­פֿינט מען שוין אין אַלע וועלט־טיילן, ווי ס'איז באמת קלאָר געוואָרן ערשט, ווען די פֿריִערדיקע אַפֿריקאַנער קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָלאָ­ניאַלער הערשאַפֿט (בעת די 60ער יאָרן און נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַר­באַנד).

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
יוליוס ליליענפֿעלדס פּאַטענט פֿונעם טראַנזיסטאָר, 1930

מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכ­טי­קע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעק­טראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעק­טראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנ­זיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעק­טראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס.