|
Warszawska awangarda jidysz. Antologia tekstów pod redakciją Karoliny Szymaniak. Gdańsk: Słowo/obraz terytoria, 2006 |
|
דער ייִדישער אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן בלײַבט אַ פּאָפּולערע טעמע צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען אַ מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווען ייִדיש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די ד׳ אַמות פֿון דער שטעטל־טעמע און זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע "וועלט־פּראָבלעמען". דער עקספּערימענטאַלער גײַסט, פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, דאָס זוכן נײַע פֿאָרמען אין ליטעראַטור און קונסט געפֿינט אַ שטאַרקן אָפּרוף בײַ הײַנטיקע פֿאָרשער, בפֿרט בײַ די יונגע. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פֿאָרשערישע דערגרייכונגען, האָבן מיר ביז לעצטנס ניט פֿאַרמאָגט קיין גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־תּקופֿה.
דער דאָזיקער בלויז איז לעצטנס אויסגעפֿילט געוואָרן דורך אַן אויסגעצייכנעטער אויסגאַבע "וואַרשעווער ייִדיש־אַוואַנגאַרד", וואָס איז אַרויס אין גדאַנסק אונטער דער רעדאַקציע פֿון דער יונגער פּוילישער פֿאָרשערין קאַראָלינאַ שימאַניאַק. דאָס דאָזיקע בוך, שיין אַרויסגעגעבן און רײַך אילוסטרירט, וועט בלי־ספֿק אויפֿלעבן דעם אינטערעס צו ייִדישער קולטור אין פּוילן און אין אַנדערע לענדער. אַ גרויסע מעלה פֿונעם בוך איז די צוויישפּראַכיקייט. אַלע אָריגינאַלע טעקסטן ווערן געדרוקט אויף פּויליש און אויף ייִדיש, וואָס מאַכט די אַנטאָלאָגיע זייער ניצלעך אַפֿילו פֿאַר די, וואָס קאָנען ניט לייענען פּויליש (כאָטש עס איז טאַקע זייער כּדאַי צו לערנען זיך גענוג פּויליש, כּדי צו קענען איבערלייענען די הקדמה פֿון דער רעדאַקטאָרין).
ווי עס איז קלאָר פֿונעם טיטל, פֿאַרנעמט וואַרשע דאָס צענטראַלע אָרט אינעם בוך. די "הויפּט־העלדן" פֿון דער אַנטאָלאָגיע זײַנען אורי־צבֿי גרינבערג און פּרץ מאַרקיש. אַלע טעקסטן ווערן טעמאַטיש גרופּירט אין פֿינף אָפּטיילן׃ "רעוואָלוציע", "אין דער פֿינצטער", "שפּראַכן", "אין מלכות פֿון צלם" און אַ מין עפּילאָג, "זכרונות" מלך ראַוויטש. דערצו זײַנען צוגעגעבן קאָלירטע פּלאַטן מיט הילעס און אילוסטראַציעס פֿון די עקספּרעסיאָניסטישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש פֿון די 1920ער יאָרן.
דער אויסקלײַב פֿון די ליטעראַרישע מאַניפֿעסטן און פּראָקלאַמאַציעס פֿאַרן אָפּטייל "רעוואָלוציע" שפּיגלט אָפּ די קאָנצעפּציע פֿון דער רעדאַקטאָרין צו אַנטפּלעקן די פֿאַרשידענאַרטיקע אידעיִשע און עסטעטישע וואָרצלען פֿון דער באַוועגונג. די רעוואָלוציע און די פּאָגראָמען, דער בראָך פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט און די באַנײַונג פֿון דער רעליגיעזער מעטאַפֿאָריק, די שאַרפֿע קריטיק פֿון קריסנטום און אַ נײַער קוק אויף ישו־הנצרי ווי אַ ייִד — אָט די אַלע טעמען און מאָטיוון שפּיגלען אָפּ דעם סתּירותדיקן מהות פֿון דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד. יעדע שטים אין דער אַנטאָלאָגיע דריקט אויס אַ געוויסע פּאָזיציע, וואָס באַקומט אַן אָפּקלאַנג אין אַנדערע טעקסטן.
אין זײַן עסיי "פֿאַרבײַגייענדיק" (1921) באַטאָנט פּרץ מאַרקיש דאָס חשיבֿות פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע פֿאַר דער נײַער ייִדישער דיכטונג׃ "פֿריִער פֿאַר אַלעמען איז די ייִדישע נײַע דיכטונג אַ קינד פֿון דער רעוואָלוציאָנערער רוסלאַנד מיט אַלע אירע אייגנשאַפֿטן. און אַרײַנגעזאַפּט האָט זי אין זיך אַלע אירע טעותן און דערגרייכונגען [...] אויב די ייִדישע דיכטונג גיט אַ שפּרונג פֿון איינהאָרנען ביז האָפֿשטיינען, איז דאָס אַזוי באַרעכטיקט, ווי די רויטע אַרמיי גיט זיך אַ ריס פֿון דעם קאַספּישן ים ביז דער ווײַזל." דאָס קלינגט ווי אַן עכאָ פֿון די שמועסן, וואָס מאַרקיש האָט געפֿירט אין קיִעוו מיט זײַנע חבֿרים נחום אויסלענדער און יחזקיאל דאָברושין פֿאַר דעם, ווי ער האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. גאָר אַנדערש האָט אָנגעהויבן זײַן "פּראָקלאַמירונג" (1922) אורי־צבֿי גרינבערג׃ "אַ בריק, פֿיר ווענט און אַ באַלקן פֿאַר די היימלאָזע, דיכטער־יחידים, אין זייער פֿרעמדלענדערישער אומוואָגלונג אין די פֿאַרשיידענע צענטערן פֿון ייִדיש־פֿאָלקישער עקסטעריטאָריאַלישקייט. ליטעראַרישע צעשוווּמענקייט." אין קיִעוו האָט מען געהאַלטן בײַ "באַגינען"; פֿון לעמבערג האָט גרינבערג דערזען די "שקיעה" פֿון דער "ווייטיקן־היים אויף סלאַווישער ערד".
דער ענין פֿון דער שפּראַך איז געווען זייער חשובֿ פֿאַר די אַוואַנגאַרדיסטישע וויכּוחים. מאַקס עריק האָט באַטאָנט, אַז עס איז דווקא די נײַע דיכטערישע שפּראַך, וואָס פֿאַראייניקט אַזעלכע ביז גאָר פֿאַרשידענע מחברים ווי גרינבערג, מאַרקיש, קולבאַק, ראַוויטש׃ "כּמעט די זעלבע מקורים, די זעלבע פֿאַרבינדונגס־טענדענצן, די זעלבע סינטאַקטישע מעטאָדן." זאבֿ ווײַנטרויב האָט געחלומט וועגן אַ "נײַעם סטיל", וואָס וועט זײַן דער "פּועל־יוצא, דער קולמינאַציאָנס־פּונקט פֿון אַלע געוועזענע און נאָך דויערנדע ריכטונגען, וועלכע האָבן זיך געשפּינט זינט דעם לעצטן זון־אונטערגאַנג איבער די אין־הימל־שנײַדנדיקע שפּיצן פֿון גאָטיק." אין די דאָזיקע ווערטער באַמערקט מען אַ נאָענטע אָנגעקניפּטקייט צווישן ליטעראַטור און קונסט, אַ טעמע, וואָס איז געווען וויכטיק פֿאַר אַלע מאָדערניסטישע שטרעמונגען. דערפֿאַר איז עס זייער ניצלעך, וואָס די אַנטאָלאָגיע איז כּולל סײַ די רעפּראָדוקציעס פֿון קינסטלערישע ווערק, און סײַ די פּראָגראַמאַטישע טעקסטן פֿון די קינסטלער.
דער רוסיש־ייִדישער קינסטלער יוסף טשײַקאָוו האָט באַטאָנט, אַז די נײַע ייִדישע פּלאַסטישע קונסט שטייט בײַם סאַמע אָנהייב׃ "דער ייִד האָט קיין אייגענע טראַדיציע נישט, ווײַל ער איז זייער יונג אין דער פּלאַסטיק." ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אַוואַנגאַרדיסט, זאָגט זיך טשײַקאָוו אָפּ פֿון דער "עסטעטישקייט" פֿון דער גאַנצער ייִדישער קונסט־טראַדיציע פֿון פֿאָלק־פּרימיטיוו ביז אַנטאָקאָלסקין. טשײַקאָוו פּראָקלאַמירט׃ "די קונסט דאַרף זײַן לעבעדיק". נאָך מער ראַדיקאַל קלינגט אליעזר ליסיצקי מיט זײַן טענה׃ "פּונקט אַזוי, ווי מ׳האָט גובֿר געווען די רעליגיע, פּונקט אויך אַזוי קעמפֿן מיר מיט אונדזערע נײַע דערגרייכונגען פֿאַרן גובֿר זײַן די קונסט." ווען מען לייענט ליסיצקיס לײַדנשאַפֿטלעכע אַטאַקע אויף אָפּבילדנדיקע קונסטן, שאַפֿט זיך ממילא אַן אײַנדרוק, אַז די וואָרצלען פֿון אָט דעם ראַדיקאַלן מאָדערניסטישן אָפּזאָגן זיך פֿון בילד און אימאַזש ליגן דווקא אין דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע, אין דער מצווה "לא תּעשׂה לך פסל" — ניט געקוקט אויף דעם קריגעריש־אַטעיִסטישן טאָן.
די טעאָריע און פּראַקטיק פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד זײַנען נאָך ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט. עס בלײַבט נאָך צו פֿאַרשטיין בעסער די דינאַמיק פֿון דער באַוועגונג, איר געאָגראַפֿיע און כראָנאָלאָגיע, די באַציִונגען צווישן פֿאַרשידענע צווײַגן פֿון ליטעראַטור און קונסט, און די השפּעות מצד אַנדערע קולטורן און שפּראַכן, אַזעלכע ווי רוסיש, פּויליש, העברעיִש און דײַטש, אויף דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד. אַזאַ מין אַרבעט נייטיקט זיך אין אַ קאָלעקטיוון פּראָיעקט, וואָס זאָל פֿאַראייניקן ליטעראַטור־פֿאָרשער, היסטאָריקער, לינגוויסטן, קונסט־פֿאָרשער. דאָס קאָן מקוים ווערן נאָר אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן ניוואָ, און דער נײַער דור פּוילישע פֿאָרשער דאַרף דערבײַ שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע.