|
|
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts |
לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע געשיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם.
וועל איך אײַך דאָס איבערגעבן וואָרט בײַ וואָרט, ווי אַזוי דער אַלבאָם האָט זיך אָפּגעזוכט, און וואָס מען האָט מיט אים געטאָן זינט ער האָט פֿאַרכאַפּט דעם נײַגער און אינטערעס פֿון די אַרכיוויסטן פֿון הײַנטיקן דאַכאַו־מוזיי, פֿונעם I.T.S.) International Tracing Service) — אינטערנאַציאָנעלע דינסט צו קאָפּירן צייכענונגען אין באַדאַרלסאָן, דײַטשלאַנד, פֿון די הויפּט־אַרכיוויסטן בײַם וויזענטאַל־צענטער און "האָלאָקאָסט־מוזיי אין וואָשינגטאָן", פֿון באַרימטע האָליוווּדער פֿילם־פּראָדוצענטן און פֿון אַ שלל טעלעוויזיע־ און צײַטונגס־זשורנאַליסטן. דערציילט מיר מײַן זון אַבֿרהם אַזאַ מעשׂה:
"אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען מײַן ייִנגסטע טאָכטער ליאַנאַ האָט אָנגעהויבן גיין אין קינדער־גאָרטן. אין איר קלאַס איז געזעסן אַ מיידעלע רעבעקאַ, און די רעבעקאַ האָט געוווינט אויף אונדזער גאַס. יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט מען באַגלייטן די קינדער אין קינדער־גאָרטן און זיך באַגעגענען מיט רעבעקאַס מאַמען אָדער טאַטן. דאָס איז אַזוי אָנגעגאַנגען צוויי און אַ האַלב יאָר. ווען די קינדער זײַנען אַרײַן אין צווייטן קלאַס, און מיר האָבן באַגלייט זיי אויפֿן וועג אין שול אַרײַן, איז פּלוצעם רעבעקאַס מאַמע צוגעקומען צו מיר און געזאָגט:
‘אַנטשולדיק! קען איך כאַפּן מיט דיר אַ שמועס, בלויז אַ פּאָר מינוט?’ זאָג איך איר:
‘פֿאַרוואָס דאָס נישט?’ מיט אַ מאָל דרייט זי זיך אויס צו מיר און מאַכט:
‘איך פֿאַרשטיי, אַז דו ביסט אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿון געראַטעוועטע. איך בין אויך איינע פֿון זיי. מײַן טאַטע, אַרנאָלד אונגער, אַ לעבן־געבליבענער פֿון דאַכאַו, איז געבליבן אין דאַכאַו נאָך דער באַפֿרײַונג צוויי יאָר צײַט, און מיטגעאַרבעט מיט די אַמעריקאַנער אָפֿיצירן, וועלכע האָבן איבערגענומען דעם לאַגער. מײַן טאַטע איז געווען זייער איבערזעצער און שיק־ייִנגל אין ביוראָ, און ווען ער האָט פֿאַרלאָזט דאַכאַו און געקומען קיין אַמעריקע אין דער עלטער פֿון 17, האָט ער מיטגענומען מיט זיך אַן אַלבאָם. ווען איך בין געווען 12 יאָר אַלט איז מײַן טאַטע באַגאַנגען זעלבסטמאָרד און די מאַמע איז געשטאָרבן פֿון מוח־ראַק מיט צוויי יאָר שפּעטער. דער אַלבאָם געפֿינט זיך שוין בײַ מיר איבער 35 יאָר. האָב איך גענומען זיך נאָכפֿרעגן וועגן דיר, און איך פֿאַרשטיי, אַז דו פֿאַרנעמסט זיך מיט ייִדישער קולטור און קונסט. פֿיל איך, אַז איך קען דיר געטרויען. איך וויל דו זאָלסט אַ קוק טאָן אויפֿן אַלבאָם.’
אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט בײַ מײַן שכנה שערי, בײַ וועלכער עס האָט זיך געפֿונען דער אַלבאָם. זי איז צוגעגאַנגען צו דער שאַפֿע, אַרויסגענומען אַ לעדערנע טאַש, אין וועלכער עס האָט זיך געפֿונען דער אַלבאָם. איך האָב געעפֿנט דעם אַלבאָם און געזען די קונסט־אַרבעט וואָס איז אַרײַן אינעם אַלבאָם. איך האָב אין דער רגע דערפֿילט, אַז איך קוק אויף אַן אוניקאַלן טייל פֿון געשיכטע, דער עיקר, האָבן אַראָפּגעשײַנט די פּאַסטעל־קאָלירטע קונסטבילדער. דרײַסיק זײַטלעך, פֿון מאָלערײַען, וועלכע האָבן איינע נאָך דער אַנדערער, אין סעקווענץ, דערציילט ווי עס איז צוגעגאַנגען דאָס לעבן פֿון די אַרעסטאַנטן, פֿונעם ערשטן טאָג אין דאַכאַו ביזן לעצטן. בײַם סוף פֿון אַלבאָם האָט זיך געפֿונען אַ זאַמלונג פֿון איבער 250 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם שוידער. איך האָב דער טאָכטער שערי באַלד געזאָגט, אַז דאָ געפֿינט זיך אַן אוצר. זי האָט געוואָלט וויסן, צי איך וואָלט געוואָלט איר העלפֿן צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם אַלבאָם, ווײַל זי איז די אַלע יאָרן געווען פֿאַרנומען מיט איר אַרבעט און נישט אומגעקוקט זיך דערויף. דער עיקר, זי איז נישט באַקאַנט מיט דער וועלט־מעדיאַ, מוזייען און קונסט. איך האָב אײַנגעוויליקט און מיר האָבן זיך באַלד גענומען צו דער אַרבעט.
|
וואָלטער טשיסליק, דער פּרעזידענט פֿונעם "פֿאַרבאַנד פֿון פּוילישע אַרעסטאַנטן אין דאַכאַו" |
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts |
איך האָב זיך קודם געוואָנדן צו אַ מענגע עקספּערטן אין דעם שטח פֿון חורבן, מענטשן וואָס קענען זיך אויס אין חורבן־מאַטעריאַלן. מיר האָבן געוויזן דעם אַלבאָם אַ פּאָר לעבן־געבליבענע און אויך פֿאַרשיידענע עקספּערטן. צווישן זיי, מײַקל בירנבוים, וועלכער איז געווען אינסטרומענטאַל אין שאַפֿן דעם ‘האָלאָקאָסט־מוזיי אין וואָשינגטאָן,’ און חורבן־מוזייען איבער דער וועלט. ער שמט הײַנט פֿאַר דעם עמינענטן חורבן־פֿאָרשער אין דער וועלט. איז ער ספּעציעל געקומען צו פֿליִען פֿון לאָס־אַנדזשעלעס קיין קאָראַל־ספּרינגס, פֿלאָרידע, וווּ איך געפֿין זיך, אַ קוק צו טאָן אויפֿן אַלבאָם און געווען שטאַרק איבערגעראַשט. האָבן מיר אים געפֿרעגט, צי ער וויל זײַן דער קאָנסולטאַנט פֿון אונדזער פּראָיעקט. האָט ער עס אָנגענומען באַהבֿת־נפֿש.
מײַן ערשטע פֿראַגע איז געווען: וואָס איצט? וואָס טוט מען ווײַטער? און זײַן אָפּרוף איז געווען, אַז קודם און צום אַלעם ערשטן, מוז מען צוריקפֿאָרן קיין דאַכאַו מיטן אַלבאָם, און נאַכער זיך אַריבערכאַפּן קיין באַדאַרלסאָן, וואָס געפֿינט זיך לעבן קאַסעל, צום דאָקומענטאַציע־צענטער ‘International Tracing Service’, וווּ עס געפֿינען זיך זינט דער מלחמה פֿופֿציק מיליאָן חורבן־אַרכיוון, אַרײַנגערעכנט אַלע דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די די־פּי־לאַגערן. אַזוי אַז יעדעס שטיקל פּאַפּירעלע און אינפֿאָרמאַציע ווערט אָפּגעהיט אין דער דײַטשישער אינסטיטוציע. און לעצטנס איז עס געעפֿנט געוואָרן פֿאַרן אַלגעמיינעם עולם. דאָ האָבן מיר זיך אונטערגענומען צו זאַמלען געלט וואָס וועט אונדז מעגלעך מאַכן די רײַזע. דער גאַנצער פּראָצעס האָט אונדז גענומען אָנדערטהאַלבן יאָר. דערנאָך האָט זיך די זאַך פֿאַרצויגן חדשים־לאַנג, ווײַל מיר האָבן געמוזט אָנצייכענען אַ פּלאַן וואָס צו טאָן מיטן אַלבאָם.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט נאָר האָבן מיר געדאַרפֿט אויספֿאָרשן דעם גאַנצן ענין, נאָר מיר האָבן געדאַרפֿט זיך אונטערנעמען צו מאַכן כעמישע אַנאַליזן, ראַדיאָלאָגיע, אַדורכצולײַכטן יעדעס זײַטל פֿונעם אַלבאָם, ווײַל עס קאָן געמאָלט זײַן, אַז דער אַלבאָם אַנטהאַלט אונטער יעדער צייכענונג עפּעס אַ שריפֿט, וואָס גיט צו וויסן טאָן ווער איז דער מאָלער, אונטער וועלכע אומשטאַנדן האָט דאָס פּאַסירט. האָבן מיר אָנגעהויבן, נישט וויסנדיק קיין סך וועגן דעם אַלבאָם. אַלץ וואָס מיר האָבן יאָ געוווּסט, אַז עס איז געמאַכט געוואָרן פֿאַרן 15־יאָריקן אַרנאָלד אונגער, און ווי אַ באַווײַז אַנטהאַלט דאָס ערשטע בלעטל אַרנאָלדס לאַגער־נומער, זײַן בילד, אַ רשימה פֿון אַרנאָלדס קאַצעטן, וווּ ער האָט זיך געפֿונען.
ווען מ'עפֿנט דעם אַלבאָם שטויסט מען זיך אָן אין נאַצי־סימבאָלן פֿון די וואָס די דײַטשן האָבן געטראָגן אויף זייערע אוניפֿאָרמען. מיט דער צײַט האָבן מיר אויסגעפֿונען, אַז די סימבאָלן האָבן געהערט צו אַ הויפּט־סערזשאַנט פֿון דער "עס־עס". אַ צווייט בלעטל אַנטהאַלט אַ פּאָעמע, געשריבן אויף פּויליש און אַלע קומענדיקע זײַטן האָבן צו טאָן מיט דער קונסט־אַרבעט. די דרײַסיק קאָלירטע צייכענונגען אילוסטרירן אַ נאַראַטיוו. עס הייבט זיך אָן מיט דעם אָנקום פֿון אַרעסטאַנטן קיין דאַכאַו. דאָס צווייטע זײַטל אילוסטרירט דאָס אויסטאָן זיך. און ווײַטער — די מעדיצינישע אויספֿאָרשונג, זייער קיך און וואָס זיי עסן, זייערע נאַכטלעגערס, פֿאַרשיידענע אַרבעטס־פֿאַראָרדענונגען, די שווערע אַרבעט אין גאָרטן און מיט יעדן זײַטל זעט מען ווי מען איזדיעקעוועט זיך איבער זיי און אַז די ברוטאַליטעט האָט נישט קיין גרענעץ. ביז מיר קומען צום סוף, בײַם לעצטן זײַטל, וווּ דער קינסטלער שילדערט דעם שרעקלעכן גורל פֿון די אַרעסטאַנטן — וווּ און ווי אַזוי זיי ווערן געשאָסן, געהאָנגען, געהרגעט, געפּײַניקט — דעם אומקום און די גאַנצע בעסטיאַליש־פּערוועזע הנאה פֿון די דײַטשן. דאָס אַלץ ווערט איבערגעגעבן פּרטימדיק דורך די קונסט־בילדער.
מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז דער גאַנצער אַלבאָם איז ספּעציפֿיש אַ שילדערונג פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין דאַכאַו, ווײַל אויף אַ סך פֿון די מאָלערײַען שטייט געשריבן אין לינקן ווינקל אָדער די אותיות מ.ק., אָדער דער נאָמען פּאָראָלסקי. אויף אַן אַנדער זײַטל גיט עס אָן די יאָרן 1940—1941—1942—1943. די אַלע דאַטעס געפֿינען זיך אויף אַ ספּעציפֿיש זײַטל. דאָס איז אַלץ וואָס מיר האָבן געוווּסט ביז אַהער, אַחוץ די 258 בילדער וואָס געפֿינען זיך בײַם סוף פֿון אַלבאָם. אַ סך פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַנען שרעקלעך גראָטעסק, אַ סך פֿון זיי טראָגן נאַצישע פּראָפּאַגאַנדע. די פֿראַגעס וואָס האָבן אונדז געעקבערט אין קאָפּ — ווער האָט געפֿונען דעם אַלבאָם? ווער האָט געמאָלט די בילדער? ווי אַזוי איז עס אַרײַן אין אַרנאָלד אונגערס הענט?
האָבן מיר זיך אַרויסגעלאָזט אויף אַן עקספּעדיציע אויסצוגעפֿינען ווער עס איז געווען דער פּאָראָלסקי און ווי אַזוי האָט דער 15־יאָריקער אַרנאָלד אונגער, מײַן שכנה שעריס פֿאָטער, וועלכער האָט געברענגט דעם אַלבאָם קיין אַמעריקע, ווי אַזוי איז עס אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַנע הענט? זינט מיר זײַנען געווען אין דאַכאַו, האָבן מיר אויסגעפֿונען אַז נײַנציק פּראָצענט פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס זײַנען שוין באַקאַנט און צען פּראָצענט פֿון זיי האָט נאָך קיינער נישט געזען. נישט פֿון די אַרכיוויסטן אין דאַכאַו און נישט אין באַדאַרלסאָן.
|
אַרנאָלד אונגער (לינקס) מיט דרײַ אומבאַקאַנטע מענטשן, אין אַ ביוראָ אין דאַכאַו |
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts |
דערווײַל האָבן מיר גענומען זוכן איבער דער אינטערנעץ, און דאָס מזל האָט אונדז צוגעשפּילט, מיר האָבן געפֿונען אַ מאַניפֿעסט פֿון אַ שיף מיטן נאָמען 'אַננאַפּוראַ,' וועלכע האָט פֿאַרלאָזט נייפּלס אין איטאַליע אין יאָר 1949, און אויף דער שיף האָט זיך געפֿונען אַ פּאַסאַזשיר מיטן נאָמען מיכאַעל (מײַקל) פּאָראָלסקי. די שיף איז געפֿאָרן קיין אויסטראַליע. איך האָב ווײַטער גענישטערט די וועבזײַטלעך און די דאַכאַו־אַרכיוון, און באַוויזן אויסצוגעפֿינען, אַז עס האָט זיך דאָרט געפֿונען אַ לעבן־געבליבענער, מיטן נאָמען מיכאַעל פּאָראָלסקי. אַרנאָלד אונגערס טאָכטער, שערי, וועלכע איז געזעסן מיטן אַלבאָם אין דער היים, האָט אויך געפֿונען בײַ זיך אַ שלל מיט בריוו וואָס דער טאַטע האָט איבערגעלאָזט, איידער ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. אין די בריוו האָט מען אויך געפֿונען אַ סך אינפֿאָרמאַציע: וואָס ער איז אַדורכגעגאַנגען, ווען מען האָט אים אַרעסטירט און אָפּגעפֿירט קיין אוישוויץ. ער האָט געשטאַמט פֿונעם שטעטעלע ווילעטשקע, לעבן קראָקע. פֿון אוישוויִץ האָט מען אים אָפּגעשיקט קיין אַנסבאַך און שפּעטער קיין דאַכאַו. ער איז אָנגעקומען קיין דאַכאַו דרײַ וואָכן פֿאַר דער באַפֿרײַונג. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט אַרנאָלד געאַרבעט צוויי יאָר צײַט אין דאַכאַו פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַרמיי. עס איז אויך פֿאַראַן אַ בוך וואָס ס'האָט אָנגעשריבן מאַרקוס דזשעי. סמיט, דאָ אין אַמעריקע. זעקס וואָכן צײַט נאָך דער באַפֿרײַונג, איז ער געווען דער מעדיצינישער אָפֿיציר אין דאַכאַו. זײַן בוך הייסט 'דאַכאַו! דאָס שרעקלעכע גיהנום,' וווּ ער דערמאָנט אַרנאָלד אונגערן אויפֿן זײַטל 247, און פֿון די פֿינף און דרײַסיק טויזנט פֿליכטלינגען אונטער זײַן וואַך, געדענקט ער דווקא דעם 15־יאָריקן אַרנאָלד אונגערן. פֿאַראַן אַ בריוו פֿון אַ לייטענאַנט פֿרענק אָ'רײַלי, געשריבן צו אַרנאָלדן, וווּ ער שרײַבט אַז צווישן די פֿינף און דרײַסיק טויזנט געראַטעוועטע ייִדן, געדענקט ער דעם 15־יאָריקן אַרנאָלדן. ער איז אויך געווען וויליק צו אַדאָפּטירן דאָס יונגע בחורל."
און ווײַטער דערציילט אַבֿרהם:
"איך האָב באַוויזן צו באַזאָרגן אונדז מיט אַ פֿונדאַציע, וועלכע האָט אונדז דערלויבט צו נעמען די רײַזע קיין דײַטשלאַנד. זײַנען מיר געווען אַ קליינע גרופּע מענטשן, וועלכע האָבן זיך אַרויסגעלאָזט זוכן דעם נעכטיקן טאָג. צווישן אונדז איז געווען מײַקל בירנבוים, שערי, און אַ זשורנאַליסט, וועלכער האָט מיטגעאַרבעט אין CNN־טעלעוויזיע. אין דײַטשלאַנד האָבן מיר באַשטעלט אַ טעלעוויזיע־רעקאָרדיר־קאָמפּאַניע, וועלכע איז מיט אונדז אַרומגעפֿאָרן, פֿילמירט אונדזערע באַגעגענישן אין די אַרכיוון, און אונדז געהאָלפֿן זאַמלען מאַטעריאַל פֿאַר אַ דאָקומענטאַרן־פֿילם. דער אינטערעס איז געוואַקסן פֿון פֿילם־מאַגנאַטן צו מאַכן אַ האָליוווּדער פֿילם, צו שרײַבן אַ בוך, און ווי געזאָגט, צוגרייטן אַ דאָקומענטאַרן־פֿילם. מיר האָבן געוויזן דעם אַלבאָם דעם הויפּט־אַרכיוויסט אין דאַכאַו, אַלבערט נאָלן, און יענער איז געווען שטאַרק איבערגענומען. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז מיכאַעל פּאָראָלסקי איז אָנגעקומען קיין דאַכאַו אין יאָר 1941 ווי אַ פּאָליטישער אַרעסטאַנט און ווען מען האָט אים געפֿרעגט, מיט וואָס ער פֿאַרנעמט זיך, האָט ער געענטפֿערט אַז ער איז אַ קינסטלער. מיר זײַנען אָנגעקומען אין 'International Tracing Service,' אין באַדאַרלסאָן, אַן אינסטיטוציע, געשאַפֿן פֿונעם "רויטן קרייץ" גלײַך נאָך דער מלחמה. די סיבה פֿאַרוואָס זיי האָבן אויסגעבויט דעם צענטראַלן אַרכיוו אין באַדאַרלסאָן, איז ווײַל עס איז געווען נאָענט צו די דרײַ זאָנעס אויף וועלכע עס האָבן זיך געטיילט די אַליִיִרטע נאָך דער מלחמה; זײַנען אָנגעקומען די דאָקומענטן און אַרכיוון פֿון די אַלע דרײַ זאָנעס צו דער אינסטיטוציע אין באַדאַרלסאָן. אָנגעפֿירט מיטן צענטער האָבן די שווייצער און די אַמעריקאַנער. זינט דעמאָלט האָט דער דאָקומענטאַציע־צענטער אַן אוניקאַלן קאָמפּיוטער־סיסטעם, איינס אין דער וועלט."