יוליוס ליליענפֿעלדס פּאַטענט פֿונעם טראַנזיסטאָר, 1930 |
מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכטיקע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעקטראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעקטראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנזיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעקטראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס.
כּמעט אַלע הײַנטצײַטיקע מאַשינען, אַרײַנגערעכנט אויטאָס, עראָפּלאַנען, באַנען, וואַש-מאַשינען, אײַז־קאַסטנס און אויוונס, ווערן קאָנטראָלירט דורך טראַנזיסטאָר-סכעמעס. אַ סך היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס איז די וויכסטיקסטע אַנטדעקונג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. במשך פֿון זײַן געשיכטע, האָט דער טראַנזיסטאָר דורכגעמאַכט אַ לאַנגן וועג; די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַנטהאַלטן ביז עטלעכע הונדערטער מיליאָנען מיקראָסקאָפּישע טראַנזיסטאָרס, אַרײַנגעשטעלט אין גרויסע "אינטעגראַלע סכעמעס" (microchips).
דער ערשטער באַקאַנטער טראַנזיסטאָר איז געשאַפֿן געוואָרן אין "Bell Labs", אינעם פּעריאָד פֿונעם 17טן נאָוועמבער ביזן 24סטן דעצעבמער 1947; אַ צאָל מחברים קלײַבן אויס אַ געוויסן פּרט אין דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער פֿאָרשונג — געוויינטלעך דער 16טער אָדער 23סטער דעצעמבער — און באַטאָנען, אַז דאָס איז דער אָפֿיציעלער "געבוירן־טאָג" פֿונעם טראַנזיסטאָר, און אַפֿילו "דער געבורט פֿון דער אינפֿאָרמאַציע-תּקופֿה", ווי עס האָבן געמאָלדן די שרײַבער מײַקל ריאָרדען און ליליען האָדעסאָן אין זייער בוך "דאָס קריסטאַלישע פֿײַער" ("Crystal Fire").
אינעם יאָר 1956 זענען דרײַ פֿיזיקער פֿון "Bell Labs", וויליאַם ברעדפֿאָרד שאָקלי, דזשאָן באַרדין און וואָלטער האַוזער בראַטיין, באַלוינט געוואָרן מיט דער נאָבעל-פּרעמיע פֿאַרן "פֿאָרשן די האַלב-דורכפֿירער און אַנטדעקן דעם טראַנזיסטאָר-עפֿעקט". נישט אַלע ווייסן אָבער, אַז הגם די פֿאָרשונגען פֿון די דאָזיקע וויסנשאַפֿטלער זענען אַוודאי זייער וויכטיק, איז די אמתע געשיכטע פֿונעם טראַנזיסטאָר אַ סך לענגער — שוין אָפּגערעדט פֿון דער "אינפֿאָרמאַציע-תּקופֿה", וועלכע האָט זיך בהדרגה אַנטוויקלט, אין אַ געוויסן זין, זינט דער דערפֿינדונג פֿונעם עלעקטרישן טעלעגראַף און ראַדיאָ, במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, און האָט "פֿאַרכאַפּט" די גאַנצע וועלט ערשט אין די 1990ער יאָרן. אַדרבה, איז די דאָזיקע פֿאָרשונג פֿון "Bell Labs" פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל סתּירות.
אינעם יאָר 1925 האָט דער אינזשעניר יוליוס עדגאַר ליליענפֿעלד באַשריבן די פּרינציפּן פֿונעם פֿעלד-טראַנזיסטאָר ("FET"), און האָט זיך אין 1926 געווענדט אינעם אַמעריקאַנער פּאַטענט-ביוראָ, צו רעגיסטרירן זײַן "אַפּאַראַט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם". אַן אַנדער, ווייניקער באַקאַנטער פּאַטענט פֿון אַן ענלעכן מכשיר, איז רעגיסטרירט געוואָרן אינעם יאָר 1934, דורכן דײַטשישן פֿיזיקער אָסקאַר הײַל.
ליליענפֿעלד (1882־1963) איז געווען אַ גאַליציאַנער ייִד, געבוירן אין לעמבערג. אינעם יאָר 1905 האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ פֿאָרשער אינעם לײַפּציגער אוניווערסיסטעט; אינעם יאָר 1927 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד, און האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע, וווּ ער האָט כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאָרש-אַרטיקלען וועגן טראַנזיסטאָרס, און באַקומען אַ ריי פּאַטענטן. אַחוץ אַ סך אַנדערע וויכטיקע דערפֿינדונגען, האָט ער געשאַפֿן דעם עלעקטראָליטישן קאָנדענסאַטאָר — אַן אַנדער וויכטיקע דעטאַל, וואָס ווערט באַנוצט אין ס׳רובֿ עלעקטראָנישע מכשירים.
ס׳איז נישט קלאָר, צי ליליענפֿעלד האָט פּראַקטיש פֿאַרווירקלעכט זײַן דערפֿינדונג, הגם ס׳איז גאַנץ מעגלעך; אין זײַנע פֿאָרש-אַרטיקלען, האָט ער ריכטיק באַשריבן סײַ די קאָנסטרוקציע, סײַ אַ סך וויכטיקע עפֿעקטן פֿון די טראַנזיסטאָרס. ווען די וויסנשאַפֿטלער פֿון "Bell Labs" האָבן געפּרוּווט צו באַקומען אַ פּאַטענט פֿאַר זייערע מכשירים, האָט דער פּאַטענט-ביוראָ אָנערקענט בלויז אַ טייל פֿון זייערע אינאָוואַציעס, צוליב ענלעכקייט צו די פֿריִערדיקע פּאַטענטן. "Bell Labs" האָט געמאָלדן, אַז ליליענפֿעלדס מכשירים "וואָלטן נישט געקאָנט אַרבעטן"; צוליב דעם, מסתּמא, האָט דער נאָבעל-קאָמיטעט איגנאָרירט זײַנע דערגרייכונגען.
לאַחר-המעשׂה, אינעם יאָר 1991, ווען סײַ ליליענפֿעלד, סײַ די דרײַ נאָבעל-לאַורעאַטן זענען שוין געשטאָרבן, האָט דער אַמעריקאַנער אינזשעניר ברעט קראָפֿאָרד אָנגעוויזן, אַז ליליענפֿעלדס טראַנזיסטאָר וואָלט יאָ געקאָנט אַרבעטן, הגם נישט זייער סטאַביל. אין די 1990ער יאָרן האָט פּראָפֿעסאָר ראָבערט אַרנס, אַ פֿיזיקער און אַ פֿאָרשער פֿון וויסנשאַפֿט-געשיכטע, געפֿונען דאָקומענטן, וואָס ווײַזן אָן, אַז "Bell Labs" האָט שטילערהייט אויסגענוצט ליליענפֿעלדס ווערק.
וויליאַם שאָקלי, דער דירעקטאָר פֿון דער לאַבאָראַטאָריע, וועלכע האָט געפֿירט די טראַנזיסטאָר-עקספּערימענטן, האָט געהאַט גאָר אַ שווערן כאַראַקטער. בײַם אָנהייב, האָט ער געוואָלט "פֿאַרכאַפּן" אַלע רעכט איבערן נײַעם מכשיר; די יוריסטן פֿון "Bell Labs" האָבן אָבער אויסגעפֿונען, אַז שאָקליס אידעען זענען צו ענלעך צו ליליענפֿעלדס ווערק, און האָבן געוואָלט געבן די פּאַטענטן בלויז באַרדינען און בראַטיינען, פֿאַר אַ צאָל וויכטיקע אינאָוואַציעס. שאָקלי איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף זײַנע קאָלעגן; כּדי אײַנצושטילן דעם מחלוקת, האָבן די יוריסטן באַשלאָסן צו צעטיילן די מחבר-רעכט איבער פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם מכשיר; שפּעטער האָט שאָקלי געשאַפֿן אַ בעסערן מין טראַנזיסטאָר ("BJT"), וועלכער האָט גורם געווען די עלעקטראָנישע רעוואָלוציע אין דער וועלט — דערפֿאַר ווערט ער צומאָל אָנגערופֿן "דער פֿאָטער פֿונעם טראַנזיסטאָר".
שאָקלי איז אויך געווען אַן אָפֿענער ראַסיסט און אַ גרויסער שטיצער פֿון יעווגעניק. צווישן אַנדערן, האָט ער פֿאָרגעלייגט צו צאָלן געלט יעדן, וואָס איז "נישט גענוג קלוג", זיי זאָלן מסכּים זײַן "פֿרײַוויליק" סטעריליזירט צו ווערן. אינעם יאָר 1981 האָט שאָקלי אָנגעקלאָגט אין געריכט אויף אַ זשורנאַליסט, וועלכער האָט אים אָנגערופֿן אַ "היטלעריסט". דאָס געריכט האָט באַשלאָסן, אַז אַזאַ עפּיטעט איז טאַקע נישט באַרעכטיקט, און געפֿאָדערט דעם זשורנאַליסן צו באַצאָלן אַ קאָמפּענסאַציע אויף אַ סומע... פֿון 1 דאָלאַר. נישט געקוקט אויף זײַן סתּירותדיקן כאַראַקטער, האָט שאָקלי געשפּילט זייער אַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער עלעקטראָנישער אינדוסטריע, בפֿרט אינעם גרינדן דעם "סיליקאָן־טאָל" אין קאַליפֿאָרניע.
די מעשׂה מיטן ערשטן טראַנזיסטאָר איז זיך נישט באַגאַנגען אָן טשיקאַווע קוריאָזן. אַ טייל ליבהאָבער פֿון "קאָנספּיראַציע-טעאָריעס" האָבן באַמערקט, אַז "Bell Labs" האָט דערפֿונדן דעם טראַנזיסטאָר צו גיך — אַזוי ווי זיי וואָלטן שוין געוווּסט, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַזאַ מכשיר. אין יולי 1947 האָבן זיך אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז לעבן דער שטאָט ראָזוועל, שטאַט ניו-מעקסיקאָ, האָט כּלומרשט געקראַכט אַ "פֿליִענדיקער טעלער". אַפּנים, האָבן די "קאָנספּיראַציע-טעאָרעטיקער" נישט געוווּסט וועגן ליליענפֿעלדס און הײַלס פֿאָרשונגען, דערפֿאַר האָבן אַ צאָל פֿון זיי אויסגעטראַכט, אַז דער טראַנזיסטאָר מוז שטאַמען פֿון אַ פֿרעמדפּלאַנעטישער קאָסמאָס-שיף.