די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד.
נאָר אין מאָסקווע, אין די יאָרן 1937־1938 זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 40 טויזנט אומשולדיקע מענטשן. ווי עס שאַצן אָפּ די היסטאָריקער, זײַנען במשך פֿון די איבער 70 יאָר פֿון סאָוועטישער ממשלה דערשאָסן געוואָרן אַרום 12 מיט אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות, נישט אַרײַנגערעכנט די צענדליקער מיליאָנען פֿאַרשיקטע אין די לאַגערן פֿון "גולאַג", וואָס אַ גרויסער חלק פֿון זיי איז דאָרט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער, קרענק, אוממענטשלעכער האָראָוואַניע...
צי האָט זיך געביטן הײַנט, אין פּוטינס רוסלאַנד, די באַציִונג צו די רעשטלעך לעבן־געבליבענע, וואָס געדענקען נאָך יענע שרעקלעכע נעכט, ווען צו זיי אין שטוב האָבן זיך אַרײַנגעריסן די באַוואָפֿנטע מיטאַרבעטער פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען? נאָך אַזעלכע "וויזיטן" פֿלעגן פֿאַרשוווּנדן ווערן טאַטע־מאַמעס, און די קינדער אַליין זײַנען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין די יתומים־הײַזער; אין זייערע דאָקומענטן איז ווי אַ שאַנדצייכן, אָנגעוויזן געוואָרן — "קינד פֿון אַ פֿאָלק־שׂונא".
איצט, נאָך 70 יאָר, זינט יענע שרעקלעכע צײַטן, זײַנען געציילטע פֿון זיי געשטאַנען בײַ דעם מאָסקווער אָנדענק־שטיין — אַלטע, צעבראָכענע, גײַסטיק־אויסגעשעפּטע. אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד לעבן אַרום 800 טויזנט מענטשן געוועזענע קרבנות פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן די אַלע יאָרן געפֿילט אינעם האַרצן דעם נאָגנדיקן אָפּברי פֿון יענעם צייכן — "קינד פֿון אַ פֿאָלק־שׂונא".
ווי מ׳האָט געקאָנט הערן בשעתן מיטינג, האָט די מלוכה פֿאַרגעסן אין זיי. נאָך מער: די וואָס רעגירן הײַנט מיט רוסלאַנד קומען טאַקע מערסטנס אַרויס פֿון דעם ריזיקן געלן בנין־מאָנסטער אַנטקעגן דעם אָנדענק־שטיין. זיי זײַנען דאָך די יורשים פֿון יענע בײַנאַכטיקע אומפֿאַרבעטענע געסט, וואָס האָבן חרובֿ געמאַכט הונדערטער טויזנטער סאָוועטישע משפּחות. צי קאָן מען פֿון זיי דערוואַרטן גוטע מעשׂים?
איראַן: איסלאַמיסטישע גזירות אויף קונסט
די פֿירער פֿון די דיקטאַטאָרישע רעזשימען — פֿון סטאַלין און היטלער ביזן הײַנטיקן איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן זייער שוואַכקייט צו קונסט. "קונסט געהערט צום פֿאָלק" — האָט געטענהט וולאַדימיר לענין. און ער איז געווען גערעכט! אמת, פֿריִער איז וויכטיק צו באַשטימען, וואָסער קונסט און ווער זײַנען די מבֿינים עס אָפּצושאַצן? אָבער אין די לענדער, וווּ עס הערשט אַן אײַזערנע האַנט און די מאַכט פֿון פֿאַנאַטיקער, איז קיין באַזונדערע מניעות אין דעם זין נישטאָ. אַלץ ווערט געלייזט מיט איין וואָרט — פֿאַרווערן!
דער לעצטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ פֿאַרווער זײַנען די צענדליקער בילדער פֿון די גרויסע מאָדערנע מאָלער פֿון 20סטן יאָרהונדערט, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין די קעלער פֿונעם קונסט־מוזיי אין טעהעראַן. די מאַכט היט זיי אָפּ! אָבער נישט, חלילה, פֿון גנבֿים, נאָר פֿונעם אייגענעם פֿאָלק. אַזוי האָט באַשטימט דער פּרעזידענט און די קליקע איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער, וואָס האַלטן, אַז אַזאַ קונסט "טאָר נישט געהערן דעם איראַנישן פֿאָלק, ווײַל זי איז אַגרעסיוו און אַמאָראַליש"; זי ווירקט נעגאַטיוו אויף די "אמתע אוצרות פֿון איסלאַם".
די באַקאַנטע שעדעוורען פֿון קונסט און ליטעראַטור האָבן שוין איבערגעלעבט נישט איין דיקטאַטאָר און דיקטאָטאָרישע פֿאַרווערן. וועלן זיי מירטשעם גובֿר זײַן די איסלאַמיסטישע גזירות אין איראַן אויך.