פּאָליטיק

איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמ­פּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטש­לעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָ­גישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי.

אַזאַ "ווירוס" האָט זיך אָבער הײַנטיקע וואָך אַרײַנגעכאַפּט אין פּאָליטישן לעבן פֿון מדינת-ישׂראל — מיט דער רעוועלאַציע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, אַז אין זײַן קערפּער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט און באַזעצט אַ ראַק. אמת, אַ קליינטשיקער, אַ פּיטשימאָנטשיק פֿון אַ ראַק — אַ מיקראָ­סקאָפּישער, ווי די דאָקטוירים האָבן אים פֿאַרזיכערט און אויך באַשטעטיקט אויף דער ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וואָס אָלמערט האָט פֿאַר דעם צוועק צוזאַמענ­גערופֿן אין ירושלים — און אַז דאָס וועט אים ניט שטערן אויסצופֿירן זײַנע מלוכישע פֿונקציעס. ער וועט אים אויך לײַכט, זאָגט ער, בײַקומען, ווי ער איז בײַגעקומען אַלע אַנדערע ביז־איצטיקע שטערונגען, וואָס באַדראָען זײַנע פּאָליטישע פּלענער און דעציזיעס.

אין דעם פּאָפּולערן פּובליק־טעסט פֿון מינה צמח, דעם אויספֿרעג פֿון דער עפֿנט­לעכער מיינונג, וואָס איז דורכגעפֿירט גע­וואָרן באַלד נאָך דער דראַמאַטישער אַנט­פּלעקונג פֿון אהוד אָלמערט, האָט זײַן שטאַרק געפֿאַלענע פּאָפּולאַריטעט זיך כּמעט פֿאַרטאָפּלט און איז אויפֿגעשפּרונגען פֿון 8 אויף 14 פּראָצענט; און זײַן ביז־איצ­טיקע סטיגמע פֿון אַ "שוואַכלינג" האָט מיטאַמאָל באַקומען דעם אימאַזש פֿון אַ "שטאַרקן מאַן". דאָס אַלץ אין זכות פֿון זײַן אַרויסגעוויזענעם מוט מיט דער עצם אַנטפּלעקונג, וואָס דאָס געזעץ, אייגנטלעך, פֿאַרפֿליכטעט אים נישט.

אָן ספֿק איז דאָס געווען אַ מוטיקע האַנדלונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער, וועמענס כּוונה איז געווען צו פֿאַרמײַדן די כוואַליע פֿון איבערגעטריבענע אָדער אומ­באַ­גרינדעטע קלאַנגען, און צו באַרויִקן די געזעלשאַפֿטלעכע אַטמאָספֿער פֿון פּחד פֿאַר דעם אומבאַוווּסטן. דער עפֿעקט איז אָבער געווען אַ פֿאַרקערטער: ער האָט טאַ­קע גענאָסן פֿון דער אַלגעמיינער אָנערקע­נונג און עמפּאַטיע, אין דעם פּובליק-טעסט האָבן 87% געענטפֿערט, אַז ער קען ווײַטער ממשיך זײַן ווי פּרעמיער, — אָבער דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך פּלוצעם דערשראָקן פֿאַר דעם ביאָלאָגישן מיקראָסקאָפּישן ראַק און דער גאַנצער פּאָליטישער יאַריד האָט פּלוצעם אויפֿגעלעבט און איז געוואָרן באַאומרויִקט וועגן אָלמערטס געזונט. און צומאָרגנס נאָך דעם האָט אָלמערט ווײַטער פֿאָרגעזעצט זײַן טעגלעכן לויף.

אהוד אָלמערט האָט מיט זײַן האַנדלונג געשאַפֿן אַ פּרעצעדענט, אין פֿאַרגלײַך צו זײַנע פֿאָרגייערס. לוי אשכּול, למשל, וועל­כער האָט אַמטירט ווי פּרעמיער-מיניסטער אין די לעצטע זעקס יאָר פֿון זײַן לעבן (פֿון 1963 ביז 1969), האָט געליטן פֿון ראַק אין דער צײַט פֿון זײַן אַמט, און די עפֿנטלעכקייט האָט וועגן דעם נישט געוווּסט. אין פֿעב­רואַר 1969 האָט ער געליטן פֿון אַ האַרץ-אַטאַק, און עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט אַ צווייטער אַטאַק אַ סוף געמאַכט צו זײַן לעבן. גאָלדע מאיר האָט 12 יאָר געליטן פֿון אַ ראַק, פֿון האַרץ־קראַנקייטן און אין די בלוט-געפֿעסן, גאַל־שטיינער, אָנצינדונג אין דער לעבער — האָט אַ סך גערויכערט, געלעבט מיט רפֿואות און מיט האָפֿענונג — און קיינעם נישט דערציילט. מנחם בעגין האָט געליטן פֿון צוויי האַרץ-אַטאַקן, אין 1977 און אין 1980. אין 1983 האָט ער דעמי­סיאָנירט צוליב דעפּרעסיע און גײַסטיקער דערשעפּטקייט.

מיט קרובֿ צוויי יאָר צוריק, אין דעצעמ­בער 2005, האָט אָלמערטס לעצטער פֿאָר­גייער, אַריאל שרון, געליטן פֿון אַ לײַכטן מוח־שטורץ, און צוויי וואָכן שפּעטער — פֿון אַ שווערן מוח-שטורץ. פֿון דעם 5טן יאַנואַר 2006 געפֿינט זיך שרון אין אַ לעטאַרגישן שלאָף אין אַ געוויקס-צושטאַנד, אָן באַוווּסטזײַן, און זײַן לעבן ווערט אויפֿגעהאַלטן מיט קינסטלעכער דערנערונג. זײַן קראַנקייט איז אין די ערשטע טעג נישט געוואָרן פֿאַרהוילן — פֿאַרהוילן איז געוואָרן דורך זײַנע דאָקטוירים די האַרב­קייט פֿון זײַן קראַנקהייט.

אהוד אָלמערט האָט, ווי געזאָגט, גע­שאַפֿן אַ פּרעצעדענט, וואָס איז דורך דער עפֿנטלעכער מיינונג געוואָרן אָפּגעשאַצט פּאָזיטיוו. ביז איצט האָבן סײַ זײַנע אָנהענ­גער און סײַ זײַנע קעגנער באַוווּנדערט זײַן אויסדויער און אויסהאַלטעוודיקייט, זײַן פֿעיִקייט אויסצוטראָגן אַזוי פֿיל "הויקערס", וואָס האָבן זיך אָנגעזעצט אויף זײַן רוקן אין די אַנדערטהאַלבן יאָר פֿון זײַן רעגירן: — די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, דער פֿאַטאַלער צווישן-באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמי­סיע, דרײַ פּאָליציייִשע אַקטן מיט באַשולדי­קונגען וועגן פּראָטעקציאָניזם און קאָרופּציע (כאָטש צוויי קלענערע אַקטן פֿון ענלעכן סאָרט זענען די טעג געשלאָסן געוואָרן), די שווערע באַשולדיקונגען פֿון דעם מדינה-קאָנטראָלער, וואָס וואַרטן אויף די ענד­גילטיקע האַרבע אויספֿירן פֿון דער ווינאָ­גראַד־קאָמיסיע, די אַטאָמישע דראָונגען פֿון אַכמעדינאַדזשאַד, די קאַסאַמען פֿון "כאַמאַס­טאַנישן" רעזשים אין עזה-פּאַס און די אומ­באַהאָלפֿנקייט פֿון דער שטאַרקער ישׂראל­דיקער אַרמיי, דער דויערנדיקער שטרײַק פֿון די לערער, און איצט צו דעם אַלעם — דער "מיקראָסקאָפּישער קאַנסער" מיט זײַן מאַקראָסקאָפּישן אָפּקלאַנג.

די איינע נחמה פֿון דעם טראַגישן פֿאַל איז אפֿשר די געלעגנהייט, וואָס ער האָט באַקומען צו רעדן וועגן זײַן קראַנק­ייט אָפֿן — אין קעגנזאַץ צו יענער געשע­עניש מיט איבער אַ חודש צוריק אין די הימלען איבער דער סירישער וויסטע און די ליקווידאַציע פֿון דעם סירישן אַטאָמישן ווערק, וועגן וואָס ער איז נאָך אַלץ געצוווּנגען צו שווײַגן און קען זיך נישט באַרימען, אַזוי ווי בּשעתו בעגין מיט דעם באָמבאַרדירטן איראַקישן רעאַקטאָר. דאָס איז אָבער אַ ייִדישע נחמה...

ווי עס פֿאַרזיכערן די דאָקטוירים, וועט דער מיקראָסקאָפּישער קאַנסער באַזײַטיקט ווערן אין אַ לײַכטער אָפּעראַציע, וואָס פּרעמיער אָלמערט וועט דאַרפֿן אַדורכמאַכן אין געציילטע וואָכן אַרום. שפּעטער וועט ער אָבער דאַרפֿן אַדורכגיין אַ שווערערע אָפּעראַציע, אַ פּאָליטישע — אונטערן פּאַט­ראָנאַזש פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט. זי וועט פֿאָרקומען אין אַנאַפּאָליס, נעבן וואַשינגטאָן, וווּ עס דאַרף געלייגט ווערן דער גרונטשטיין פֿאַר דעם באַנײַטן שלום-פּראָצעס, פֿאַר אַן אָנשטענדיקער פּשרה מיט די פּאַלעסטינער, וואָס זאָל אפֿשר דאָס מאָל פֿירן צו אַ שלום.

ער איז דאָך נאָך קיינמאָל נישט געווען אַזוי נאָענט — און אין דער זעלבער צײַט אַזוי ווײַט. אַזוי שטאַרק מעגלעך — און אַזוי שטאַרק אוממעגלעך.

(זאָל נאָר אַנאַפּאָליס זיך נישט פֿאַרוואַנד­לען, חלילה, אין קיין אַנאָפֿעלעס — דעם קאָמאַר פֿון... מאַלאַריע. מיר האָבן שוין גע­נוג מחלות אַדורכגעמאַכט — ביאָלאָגישע און פּאָליטישע, אויך אָן דעם).

תּל-אָבֿיבֿ, 30סטער אָקטאָבער, 2007