|
אַדאָלף העלד (רעכטס) און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער |
Forward Association |
דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה:
דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד
גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".
אַדאָלף העלד (1885–1969) איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. אין 1907–1920 איז ער געווען דער נײַעס-רעדאַקטאָר און פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס". די קומענדיקע פֿינף יאָר האָט ער פֿאַרבראַכט אין אויסלאַנד, ווי דער דירעקטאָר פֿון "האַיאַס" אין אייראָפּע. אין 1925–1945 האָט העלד פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ סאָציאַליסטישער קאָמפּאָנענט אין דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע: אַ באַנק אָן פּריוואַטע בעל-הבתּים. לאַנגע יאָרן איז העלד געווען דער פּרעזידענט פֿון דער פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע.
ווי אַזוי זשע האָט דער גורל אים, אַ מענטשן מיט זייער ווייניק סימפּאַטיעס צו סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, פֿאַרוואָרפֿן אַזש אין ביראָבידזשאַן?
די זאַך איז, אַז די סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי ייִדישער אימיגראַציע האָט זיך אַ ביסל געביטן אין די מיט-1930ער יאָרן. סטאַלין האָט געוואָלט ווײַזן, אַז די סאָוועטישע באַציִונג צו ייִדן איז אין גאַנצן אַנדערש ווי אין היטלערס דײַטשלאַנד. אויף דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער ווענטקע האָבן זיך געפּאַקט אַפֿילו די טוער און אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן פֿריִער ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט ביראָבידזשאַן.
ייִדן פֿון דײַטשלאַנד, ווי אויך פֿון פּוילן, ליטע, לעטלאַנד און רומעניע, האָבן געזוכט אַן אָרט, וווּהין מע האָט געקענט אַרויספֿאָרן. די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען געווען כּמעט פֿאַרמאַכט. ניט קיין גרויסע שפּאַרונעס זײַנען פֿאַרבליבן פֿאַר עמיגראַציע קיין ארץ-ישׂראל און דרום-אַמעריקע. אין דער זעלבער צײַט, האָבן ניט ווייניק ייִדישע אַקטיוויסטן געגלייבט אין נייטיקייט פֿון עמיגראַציע. אַזוי האָבן רופֿאים אַ מאָל געגלייבט אין עפֿעקטיווקייט פֿון בלוטלאָזונג. מע האָט געטענהט, אַז אין אייראָפּע מיט אַ שיטער געוואָרענער ייִדישער באַפֿעלקערונג וועט אָפּגעשוואַכט ווערן די סכּנה פֿון מיליטאַנטישן אַנטי-סעמיטיזם. אין דעם דאָזיקן קלימאַט האָט דער פּאָטענציאַל פֿון ביראָבידזשאַן גענומען אויסצוזען צוציִענדיק.
אין משך פֿון סעפּטעמבער 1936 האָט העלד פֿאַרעפֿנטלעכט זיבן אַרטיקלען וועגן זײַן נסיעה קיין ביראָבידזשאַן. צו יענער צײַט איז דער פּראָיעקט געווען ווייניקער ווי אַכט יאָר אַלט. אין דער געגנט האָבן געלעבט 15 טויזנט ייִדן און 35 טויזנט ניט-ייִדישע תּושבֿים. אומעטום האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף די לאַגערניקעס — דער "גולאַג" איז געווען אַן אַקטיווער בויער פֿון דער ייִדישער געגנט. אַפֿילו אין דער קולטור האָט זיך געפֿילט די השפּעה פֿון "גולאַג".
העלד איז געווען אויף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דעם היגן ייִדישן טעאַטער, און אים איז עס אין גאַנצן ניט געפֿעלן געוואָרן. און ניט נאָר אים — ווײַל דער זאַל איז געווען האַלב-פּוסט. אַ סך אַ גרעסערער עולם האָט זיך צונויפֿגעקליבן אויף אַ רוסישן ספּעקטאַקל, כאָטש דער ניוואָ פֿון דער טרופּע איז געווען נאָך נידעריקער פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן. אָבער מע האָט העלדן געזאָגן, אַז די בעסטע ספּעקטאַקלען שטעלן דווקא די אַקטיאָרן-לאַגערניקעס.
ס׳איז אַ ביסל קאָמיש צו לייענען העלדס אַרטיקל "די ‘לאַגערניקעס’ וואָס בויען ביראָבידזשאַן", אין "פֿאָרווערטס" דעם 20סטן סעפּטעמבער 1936. דער מחבר איז ממש נתפּעל געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער קאַטאָרגע. דער אַמעריקאַנער גאַסט האָט אַפֿילו געטענהט, אַז זיי האָבן אויסגעזען בעסער פֿון די טורמעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בפֿרט אין ניו-יאָרק.
בכלל, איז העלד צוריק געקומען מיט ניט קיין שלעכטע אײַנדרוקן. ער האָט אָפּגעוואָרפֿן די טענות, אַז ייִדן שיקט מען אין ווײַטן מיזרח זיי זאָלן פֿאַרטיידיקן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿון די יאַפּאַנישע אַגרעסאָרן. העלד האָט אָנגעוויזן, אַז אין דער ייִדישער געגנט איז דורגעגאַנגען נאָר אַ קליינער חלק פֿון דער גרענעץ און אַז ס׳איז געווען יושרדיק, ייִדן זאָל אויך פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד.
דעם אַמעריקאַנער גאַסט איז געפֿעלן געוואָרן די נאַטור. ער האָט זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון מאָסקיטן, וואָס איז געווען אַן אָנשיקעניש אין יענע מקומות. אָבער אין דער שטאָט האָט העלד ניט דערפֿילט, עס זאָל זײַן אַן ערנסטע פּראָבלעם.
ער האָט יאָ באַמערקט, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז דער ענטוזיאַזם לגבי ביראָבידזשאַן געווען אַ סך שוואַכער איידער אין אויסלאַנד. ייִאוש האָט דער עיקר סטימולירט שטעטלדיקע ייִדן צו פֿאָרן אין ווײַטן מיזרח. אין ביראָבידזשאַן, אָבער, איז שוין געווען וווּ צו אַרבעטן און וווּ צו לערנען זיך.
ווי אַ סאָציאַליסט, האָט העלד געקליבן נחת פֿון וועלטלעכקייט אין ביראָבידזשאַן. ער האָט ניט דערזען קיין סימנים פֿון רעליגיעזן לעבן, בפֿרט בײַ די ייִדן. (אייניקע גויים האָבן געהאַט איקאָנעס אין דער היים.) לויט זײַן מיינונג נאָך, איז עס געווען פֿאַרבונדן ניט מיט באַגרענעצונגען מצד דער מלוכה, נײַערט מיט דעם, וואָס ס׳רובֿ אָנגעקומענע זײַנען געווען יונגע מענטשן, וועלכע האָבן עס פּשוט ניט געדאַרפֿט.
בסך-הכּל, אָבער, האָט העלד געוואָרנט, אַז "מע טאָר ניט איבערטרײַבן די מעגלעכקייטן פֿון ביראָבידזשאַן". ער האָט אָפּגעשאַצט, אַז די געגנט איז דעמאָלט געווען גרייט אויפֿצונעמען ניט מער פֿון פֿינף צי צען טויזנט נײַע איבערוואַנדערער. אָבער דער עיקר שטעקט פֿון העלדס אויספֿיר אַרויס די בונדיסטישע פֿאַרליבטקייט אין "דאָיִקייט":
"צו גלייבן, אַז מיט דעם וואָס מע וועט פֿון פּוילן אַרויסנעמען פֿינף טויזנט ייִדן נאָך ביראָבידזשאַן, אַ צוואַנציק אָדער דרײַסיק טויזנט נאָך פּאַלעסטינע, צוואַנציק טויזנט נאָך זיד-אַמעריקע און אַנדערע לענדער — צו גלייבן, אַז מיט דעם וועט מען לייזן די פּראָבלים פֿון דער לײַדנדער ייִדישער מאַסע אין פּוילן איז, מילד גערעדט, אַ נאַציאָנאַלער פֿאַרברעכן. די ייִדן פֿון פּוילן, אַזוי ווי די ייִדן פֿון אַלע לענדער, מוזן אויסקעמפֿן זייער קאַמף אין דעם לאַנד וווּ זיי וווינען." און ווײַטער האָט ער געזאָגט עטלעכע וואַרעמע ווערטער וועגן די פּוילישע סאָציאַליסטן, וועלכע זײַנען געווען גרייט (לויט העלדס מיינונג) פֿאַרטיידיקן אויך די ייִדישע אינטערעסן.
אַדאָלף העלדס באַריכט האָט באַרויִקט די אָנפֿירער פֿון "אָרט". זיי האָבן דאָך נאָר אין די מיט-1930ער יאָרן אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט ביראָבידזשאַן. אָבער לאַנג האָט עס ניט געדויערט. אין 1937 און 1938 זײַנען שוין ניט ווייניק סאָוועטישע "אָרט"-אַקטיוויסטן געווען אין "גולאַג". מיר קענען ניט פֿאַרגלײַכן העלדס אָפּרופֿן וועגן די לאַגערן מיט די אָפּרופֿן פֿון די אַרעסטירטע "אָרט"-לײַט, ווײַל זיי האָבן זיך פֿון די לאַגערן ניט אומגעקערט.