יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער.
די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". מ׳האָט שטודירט די גענעטישע מאָדיפֿיקאַציעס בײַ די מײַז, מער ווי בײַ אַלע אַנדערע חיות, ווײַל מײַז זענען קליין, ניט טײַער, מערן זיך גיך — דערפֿאַר זענען זיי פּאַסיקע אָביעקטן פֿאַר אַ סך לאַבאָראַטאָרישע עקספּערימענטן.
ווי מאַכט מען אַ גענעטיש מאָדיפֿיצירטע מויז אָדער אַן אַנדער מין חיה? ס'איז דאָ צוויי פֿונדאַמענטאַלע עטאַפּן: ערשטנס, בײַט מען "אין וויטראָ" דעם "דנ״ז" ("DNA") אין די קעמערלעך; צווייטנס, רעאַליזירט מען דעם בײַט אינעם אָרגאַניזם. מע נעמט אַ באַפֿרוכפּערט איי־קעמערל אין אַ פֿריִיִקער סטאַדיע פֿון אַנטוויקלונג, מע שפּריצט אַרײַן די קעמערלעך מיט דעם פֿאַרביטענעם "דנ״ז" אינעם איי-קעמערל, און דערנאָך פֿלאַנצט מען דעם עמבריאָן אַרײַן אין דער טראַכט פֿון אַ מויז, ער זאָל זיך ווײַטער אַנטוויקלען.
דער געבוירענער אָרגאַניזם וועט האָבן אַ שטיקל פֿונעם פֿרעמדן "דנ״ז", צום ווייניקסטן אין אַ טייל פֿון זײַנע קעמערלעך. די אָרגאַניזמען, וואָס האָבן צוויי מינים צעלן — אַ טייל נאָרמאַלע, און אַ טייל מיטן מאָדיפֿיצירטן "דנ״ז", רופֿט מען אָן "כימערעס". צום בײַשפּיל, קען מען מאַכן "כימערישע מײַז", וואָס אַ טייל פֿון זייערע קעמערלעך האָבן אַ שטיקל "דנ״ז" פֿון אַן אַנדער מויז, אָדער אַפֿילו פֿון אַן אַנדער זויגער — למשל, פֿון אַ מענטש.
עס קען אָבער זײַן, אַז די סעקסועלע קעמערלעך פֿון אַ "כימערישער" זויגער-חיה זענען ניט מאָדיפֿיצירט. אין דעם פֿאַל וועלן אירע קינדער זײַן גאַנץ נאָרמאַל.
כּדי די ווײַטערדיקע דורות פֿון דער חיה זאָלן בלײַבן גענעטיש מאָדיפֿיצירט, דאַרף מען גאַראַנטירן, אַז אין די סעקסועלע קעמערלעך איז פֿאַראַן דאָס מאָדיפֿיצירטע "דנ״ז". דער וויכטיקסטער מעטאָד דאָס צו דערגרייכן איז אויסצונוצן די עמבריאָנאַלע "שטאַם־קעמערלעך" פֿון אַ פֿריִיִקן עמבריאָן, ווײַל זיי זענען מסוגל זיך צו טיילן זייער לאַנג, און קענען שפּעטער טראַנספֿאָרמירן זיך אין פֿאַרשיידענע ספּעציאַליזירטע קעמערלעך.
אין די סוף 1980ער, האָט קאַפּעקקי, עוואַנס און סמיטיס צום ערשטן מאָל געשאַפֿן גענעטיש מאָדיפֿיצירטע מײַז מיט דער הילף פֿון שטאַם־קעמערלעך, וואָס האָט דערמעגלעכט צו דערגרייכן זייער באַשטימטע און גוט קאָנטראָלירטע מאָדיפֿיקאַציעס. ס׳איז מעגלעך, למשל, צו גאַראַנטירן, אַז אַ געוויסער גען אָדער אַ געוויסע גרופּע גענען אין דער מויז וועלן פֿאַרביטן ווערן אויף אַ ניט-פֿונציאָנירנדיקער קאָפּיע פֿונעם זעלבן גען; אַזעלכע מײַז, וואָס מע רופֿט זיי "נאָקאַוט"-מײַז, קאָנען אויסגענוצט ווערן בײַם שטודירן די פֿונקציעס פֿון פֿאַרשיידענע גענען.
די גענעטיש מאָדיפֿיצירטע זויגער-חיות שפּילן גאָר אַ וויכטיקע ראָל אין דער הײַנטיקער מעדיצין. מען קען, למשל, שטודירן אַ געוויסע גענעטישע קראַנקייט אויף גענעטיש מאָדיפֿיצירטע מײַז, וואָס זענען קינסטלעך קראַנק געמאַכט געוואָרן. אַזאַ מעטאָד איז שוין ברייט אויסגענוצט געוואָרן בײַם שטודירן ראַק, דעם "אַלצהײַמער-סינדראָם" און הונדערטער אַנדערע שלאַפֿקייטן. אין דער צוקופֿנט פּלאַנירט מען אויסצונוצן דעם "נאָקאַוט"-פּראָצעס, כּדי "אָפּצושליסן" דעם גען, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר אַ געוויסער קראַנקייט, כּדי צו גאַראַנטירן, אַז די קינדער פֿון די קראַנקע עלטערן וועלן זײַן געזונט. דערווײַל אָבער, איז עס נאָך צו פֿרי צו פֿירן אַזעלכע עקספּערימענטן אויף מענטשן.
מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי, האָט אַ דערשטוינענדיקע ביאָרגאַפֿיע. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1937, אין וועראָנע, איטאַליע. זײַן פֿאָטער, לוטשיִאַנאָ קאַפּעקקי, איז געווען אַ פּילאָט, און איז אומגעקומען בשעת דער מלחמה. זײַן מוטער, לוסי ראַמבערג, איז געווען אַ דיכטערין און אַ מיטגליד פֿון אַן אַנטיפֿאַשיסטישער גרופּע; אין 1941 איז זי אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין דאַכאַו. במשך פֿון די מלחמה-יאָרן האָט דער קליינער מאַריִאָ געלעבט אויף דער גאַס, געגעסן פֿון דעם, וואָס ס׳האָט זיך אים אײַנגעגעבן צוצוגנבֿענען. אין 1945 איז לוסי ראַמבערג באַפֿרײַט געוואָרן; נאָך אַ יאָר זוכענישן, האָט זי געפֿונען איר זון אין אַ שפּיטאָל פֿון דער איטאַליענישער שטאָט רעגגיִאָ עמעליע; אין אַ פּאָר וואָכן אַרום האָט די מאַמע עמיגרירט מיטן זון קיין אַמעריקע. דאָס קינד, וואָס איז שיִער נישט אומגעקומען פֿון הונגער בעת דער מלחמה, איז שפּעטער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע פּראָמינענטע וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע און איבער דער גאָרער וועלט.
די נאָבעל־פּרעמיע אין פֿיזיק וועט דאָס יאָר צעטיילט ווערן צווישן אַלבערט פֿערט (פֿראַנקרײַך), און פּעטער גרינבערג (דײַטשלאַנד), פֿאַרן אַנטדעקן דעם "ריזיקן מאַגנענטישן ווידערשטאַנד". דער מאַגנעטישער ווידערשטאַנד — די ענדערונג פֿונעם עלעקטרישן ווידערשטאַנד אין אַ דורכפֿירנדיקן מאַטעריאַל, אונטער דער השפּעה פֿון אַ דרויסנדיק מאַגנעטיש פֿעלד — איז אַ לאַנג-באַקאַנטער עפֿעקט, אַנטדעקט מיט 150 יאָר צוריק דורך לאָרד קעלווין, וואָס ווערט ברייט באַנוצט אין די הײַנטצײַטיקע טעכנאָלאָגיעס. דער עפֿעקט, וואָס קעלווין האָט אַנדעקט אין 1856, איז רעלאַטיוו שוואַך. ביז סוף 1980ער יאָרן האָבן די וויסנשאַפֿלער כּמעט נישט געקענט פֿאַרבעסערן די עפֿעקטיווקייט פֿון מאַגנעטאָ־דורכפֿירנדיקע מאַטעריאַלן; אַ סך פֿאָרשער האָבן געמיינט, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו פֿאַרשטאַרקן דעם עפֿעקט. צום גרויסן חידוש, האָבן צוויי גרופּעס וויסנשאַפֿטלער — איינע בראָש מיט גרינבערג, און די צווייטע — בראָש מיט פֿערטן, אומאָפּהענגיק איינע פֿון דער צווייטער, געשאַפֿן אינעם יאָר 1988 נײַ מאַטעריאַלן, געמאַכט פֿון זייער דינע שיכטן פֿעראָמאַגנעטישע און ניט-מאַגנעטישע מעטאַלן, בלויז עטלעכע אַטאָמען די גרעב, מיט זייער אַ שטאַרקן מאַגנעטישן ווידערשטאַנד, וואָס ווערט הײַנט אָנגערופֿן דער "ריזיקער מאַגנעטישער ווידערשטאַנד".
די דערפֿינדונג האָט באַלד געפֿונען אַ פּראַקטישן באַנוץ — צווישן אַנדערן, אין די מאַגנעטישע סענסאָרס. למשל, אַ דאַנק דעם דאָזיקן עפֿעקט, האָט מען געקענט פֿאַרבעסערן די מאַגנעטיש-סענסיטיווע קעפּלעך פֿון די "האַרטע דיסקן" אין קאָמפּיוטערס, פֿאַרגרעסערנדיק זייער פֿאַרנעם אויף 100 מאָל. אַ דאַנק דעם "ריזיקן מאַגנעטישן ווידערשטאַנד", קען הײַנט דער ביליקסטער "האַרטער דיסק" פֿאַר אַ געוויינטלעכן פּאָרטאַטיוון קאָמפּיוטער ("לעפּטאָפּ"), טראָגן בערך 40 גיגאַבײַט אינפֿאָרמאַציע — גענוג צו "פֿאַרגעדענקען" איבער 40,000 ביכער, 700 שעה מוזיק, אָדער 50 שעה ווידעאָ פֿון אַ הויכער קוואַליטעט.
מע קען זאָגן, אַז די הײַאָריקע נאָבעל־פּרעמיע אין כעמיע איז געגעבן געוואָרן פֿאַר "אויבנאויפֿיקע" רעזולטאַטן: גערהאַרד ערטל (דײַטשלאַנד) וועט באַקומען די פּרעמיע פֿאַרן "פֿאָרשן די כעמישע פּראָצעסן אויף האַרטע אויבערפֿלאַכן". אַ באַקאַנטער בײַשפּיל פֿון אַזעלכן פּראָצעס איז דאָס זשאַווערן פֿון אײַזן. הגם דאָס זשאַווערן איז, געוויינטלעך, ניט קיין ניצלעכער פּראָצעס, זענען אַ סך כעמישע פּראָצעסן אויף די האַרטע אייבערפֿלאַכן גאַנץ ניצלעך — דער עיקר, די כעמישע רעאַקציעס צווישן גאַזן, וואָס קומען פֿאָר אויף די אויבערפֿלאַכן פֿון מעטאַלן — למשל, בײַם רייניקן דעם מיסט-גאַז אין די אויסקנאַל־רערן פֿון די אויטאָס.
אָבער, דער וויכטיקסטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ פּראָצעס אין אונדוסטריע איז דער סינטעז פֿון אַמאָניאַק אויפֿן אויבערפֿלאַך פֿון אײַזן. דער דאָזיקער פּראָצעס ווערט באַנוצט צו פּראָדוצירן קינסטלעכע באַגיטיקונגען, און שפּילט דערפֿאַר גאָר אַ וויכטיק ראָלע אין אַגריקולטור.
ס'רובֿ מעטאָדן, וואָס דערמעגלעכן צו אָבסערווירן די קאָמפּליצירטע אויבערפֿלאַכיקע כעמישע פּראָצעסן צווישן אַ גאַז און אַ מעטאַל, ווירקן אויף דעם צושטאַנד פֿונעם מאַטעריאַל, און דערמעגלעכן נישט צו פֿאַרשטיין גענוי, וואָס קומט פֿאָר אויפֿן אויבערפֿלאַך. גערהאַרד ערטלען האָט זיך אײַנגעגעבן צו קאָמבינירן פֿאַרשיידענע קאָמפּליצירטע עקספּערעמענטאַלע מעטאָדן מיט מאַטעמאַטישער מאָדעלירונג, כּדי צו באַשרײַבן פּרטימדיק פֿאַרשיידענע סטאַדיעס פֿון אַזעלכע פּראָצעסן. זײַן מעטאָדאָלאָגיע איז הײַנט געוואָרן דער יסוד בײַם פֿאָרשן די רעאַקציעס אויף די האַרטע אויבערפֿלאַכן.