פֿונעם אייביקן קוואַל

ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַ­צאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה.

אַלע צאָלן אינעם תּנ״ך האָבן אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט. לויט דער סומע, וואָס אַבֿרהם אָבינו האָט באַצאָלט עפֿרונען, האָט דאָס פֿעלד באַטראָפֿן 600 טויזנט קוואַדראַט-אַמות (עלנבויגנס) — אַ סימן, אַז די הייליקע אָבֿות און אמהות זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט אַלע ייִדישע נשמות, און אַז אונדזערע אָבות זענען אונדז אַזוי חשובֿ, ווי דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק.

ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דער­ציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געשיקט זײַן באַדינער, אליעזר, צו געפֿינען אַ שידוך פֿאַר יצחקן, און ווי יצחק האָט חתונה געהאַט מיט רבֿקה. לויטן מדרש, האָט יצחק תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז רבֿקה איז אים באַשערט פֿון הימל, ווײַל איר חלה-טייג האָט תּמיד געראָטן, אירע שבת-ליכט האָבן געברענט אַ גאַנצע וואָך, און אַ וואָלקן האָט תּמיד אַרומ­גערינגלט דעם געצעלט — ווי עס פֿלעגט גע­שען, ווען זײַן מאַמע, שׂרה, האָט געלעבט.

יצחק אָבֿינו איז געווען אַ גרויסער צדיק און אַ נבֿיא, דערפֿאַר האָט ער זיכער געקאָנט אָנערקענען זײַן באַשערטע אָן ספּעציעלע "פֿיזישע" סימנים. פֿאַרוואָס ווערן אינעם מדרש דערמאָנט דווקא חלה און שבת-ליכט?

יעדע מיצווה איז אַ קוואַל פֿון ג-ט­לע­כער אַנטפּלעקונג, וואָס באַלויכט די נשמה, דערפֿאַר ווערן די מיצוות אָנ­גערופֿן "ליכט", "נר מצוה". אין דער אמתן, איז דער עיקר-טייל פֿון די מיצוות דווקא די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, דאָס געפֿיל פֿון נאָענטקייט צום אייבערשטן, הגם דאָס דאָזיקע געפֿיל בלײַבט אָפֿטמאָל טיף באַהאַלטן אין דער נשמה. בײַם שבתדיקן טיש, מיט די ליכט, חלות און דער היימישער געמיטלעכקייט, קאָן יעדער פּשוטער ייִד באַ­זונדערס קלאָר דערשפּירן דאָס דאָזיקע גײַס­טיקע ליכט. אין אונטערשייד מיט די אַנדע­רע מיצוות, זענען די שבת-ליכט טאַקע בוכשטעבלעך ליכטיק, אויף אַ פֿיזישן אופֿן, דעריבער דערמעגלעכן זיי צו דערזען קלאָ­רער די אינערלעכע ליכטיקייט פֿון דער מיצווה.

דאָס געפֿיל פֿון קדושה און געמיטלעכקייט בײַם שבֿתדיקן טיש איז אַ סימן פֿון שלום-בית, פֿון אַ גײַסטיק-געזונטער משפּחה. יצחק אָבֿינו, ווי אַ גרויסער צדיק, וואָלט זיכער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרשטאַנען, אַז רבֿקה איז זײַן באַשערטע, אָבער שבת איז דאָס דאָזיקע געפֿיל אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַר אים אויף אַ באַזונדערס קלאָרן אופֿן.

די נעמען פֿון אַלע פּרשיות זענען פֿאַר­בונדן מיט זייער תּוכן. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי שׂרה" — "דאָס לעבן פֿון שׂרה", הגם עס ווערט אין איר דערציילט דווקא וועגן שׂרהס טויט און קבֿורה. אינעם ערשטן פּסוק, פֿון וועלכן עס נעמט זיך דער נאָמען פֿון דער פּרשה, שטייט, אַז שׂרה האָט גע­לעבט "הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר"; דאָס וואָרט "יאָר" ווערט דרײַ מאָל איבערגעחזרט; ווי עס שטייט אינעם מדרש, ווײַזט די דאָזיקע צאָל אָן, אַז זי האָט אָפּגעלעבט אַ גאַנץ, שלימותדיק לעבן: בײַ צוואָנציק יאָר איז שׂרה געווען אַזוי שיין, ווי בײַ זיבן יאָר, און בײַ הונדערט יאָר — אַזוי ריין פֿון זינד, ווי בײַ צוואָנציק יאָר.

ווי אַזוי קען מען, אָבער, זאָגן, אַז שׂרה האָט אָפּגעלעבט אַ שלימותדיק לעבן, ווען אין אַן אַנדער אָרט באַטאָנט דער מדרש, אַז זי איז געשטאָרבן דווקא פֿון אַן "אומגליק", ווען זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער עקידה?

די צדיקים, אַפֿילו נאָך זייער פּטירה, הייסן "לעבעדיקע", צוליב זייער אייביקער השפּעה אויף דער וועלט. אַדרבה, זיי זענען צומאָל אַפֿילו מער "לעבעדיק", צוליב די אייביקע פּירות, וואָס זיי לאָזן איבער אין דער וועלט. אַפֿילו ווען אַזעלכע צדיקים שטאַרבן פֿון אַן "אומגליק", זעט מען קלאָר, אַז דער טויט איז אויך אַ טייל פֿון זייער שלימותדיקן לעבנס-וועג. שׂרהס עיקר-השפּעה אין דער וועלט, ווי די מאַמע פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא נאָך איר טויט, דערפֿאַר הייסט די פּרשה "חיי שׂרה".

די חסידישע ספֿרים דערקלערן די סיבות פֿון שׂרהס טויט אויף זייער אַ מיסטישן אופֿן. ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער הויכער רוחניותדיקער מדרגה, וואָס אַבֿרהם און יצחק האָבן דערגרייכט בעת דער עקידה, האָט זי בכּיוון אַרײַנגעפֿירט איר נשמה אינעם צושטאַנד פֿון אַן "אינערלעכער עקידה", כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה. צוליב אַזאַ אינערלעכער גײַסטיקער מסירת-נפֿש, איז איר נשמה אַרויס פֿונעם גוף. דערפֿאַר איז שׂרהס טויט נישט געווען קיין "אומגליק", נאָר דווקא אַ טייל פֿון איר גאָר הויכער עבֿודת-השם.