ווען מיר נעמען זיך רעדן וועגן “נאַציאָנאַליזם" טוען מיר פּונקט דאָס זעלביקע ווי ס'האָבן געטאָן אונדזערע פֿאָרגייער (קאַרל דויטש, פֿלאָריאַן זנאַניעצקי, אלי קאַדורי, מיראָסלאַוו הראָף און אַנדערע פֿאָרשער, אַגבֿ, ס'רובֿ פֿון זיי ייִדן וועלכע זענען לכתּחילה געקומען פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיע) און דערפֿאַר (?) זענען מיר אַזוי גרייט צו באַטראַכטן צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווי דער מקור פֿון אונדזערע טעאָריעס, באַווײַזן און אויספֿירן וועגן נאַציאָנאַליזם. נאַציאָנאַליזם געפֿינט מען שוין אין אַלע וועלט־טיילן, ווי ס'איז באמת קלאָר געוואָרן ערשט, ווען די פֿריִערדיקע אַפֿריקאַנער קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער הערשאַפֿט (בעת די 60ער יאָרן און נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). איך מעג זיך אפֿשר דערלויבן אַ ביסעלע צו באַרימען, וואָס אין מײַן ערשטן בוך וועגן נאַציאָנאַליזם (Language and Nationalism, 1962) בין איך אָט דעם טעות ניט באַגאַנגען און געזוכט און געפֿונען דעם צד־השווה צווישן דעם מיזרח און דעם מערבֿ, וואָס שייך דעם גאַנצן ענין און דער ראָלע, וואָס לשון שפּילט, ווען אַזוי פֿיל אַנדערע שטאַרקע כּוחות קומען זיך דערמיט צוזאַמען.
נאַציאָנאַלע באַוועגונגען און נאַציאָנאַלע לשונות
אין אָט דער געגנט זענען די דאָזיקע דרײַ כּוחות איזאָמאָרפֿיש (ענג פֿאַרבונדן צווישן זיך אי אידעאָלאָגיש, אי טעריטאָריעל), איז דאָס לשון מבֿינים בפֿירוש איין לשון און איז ראָוי צו דעם, אָדער האָט שוין דערגרייכט דעם סטאַטוס פֿון פֿאַרמאָגן די אַלע געהויבענע אַטריבוטן פֿון לשונות־שבכּתבֿ; און דער עיקר: טעריטאָריעלע גאַנצקייט און אָנגענומענקייט בײַ אירע קינדער. כּדי מאָנטאָנעגראָ זאָל קענען ווידער קומען אויף דער וועלט, זענען שוין גרייט געווען נײַע גראַמאַטיקעס און ווערטערביכער פֿאַר אָט דעם נאָך ניט געכּשרטן נאָמען. מיט אַזאַ נאָמען איז קלאָר, אַז דאָס לענדעלע, צו וועלכן עס געהערט שטייט שוין אויף די אייגענע פֿיס. און דערמיט איז אויך קלאָר, אַז דאָס לענדעלע האַלט זיך נאָך אַלץ אויפֿן אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן דרך פֿון ממשיך זײַן די “הייליקע" דרײַאייניקייט אין אַנדערע וועלט־טיילן, וווּ דער גײַסט פֿון יאָהאַן־גוסטאַוו הערדערן איז כּמעט ווי גאָרניט דערגאַנגען צו דער העכערער, אינטעלעקטועלער געזעלשאַפֿט, וואָס טראָגט אויף זיך דעם חותם פֿון דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע און אירע צוזאָגן דווקא צו די קלענערע פֿעלקער פֿון דער וועלט. דזשעפֿערסאָן איז געווען הונדערט מאָל מער אַ פֿראַנצויזישער רעוואָלוציאָנער, ווי די ערשטע אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרן אין פּאַריז (פֿרענקלין און דער עלטערער עיקר, אין שײַכות מיט דעם צי די באַפֿרײַונג פֿון — צי אַ באַפֿרײַונג פֿאַר — דעם יחיד). ביידע צדדים זענען געבליבן ניט צופֿרידן פֿונעם אויסגעהאַמערטן קאָמפּראָמיס צווישן די צוויי און שרעקן זיך טאָמער דער סוף וועט ניט זײַן קיין גוטער פֿאַר אַמעריקעס באַליבסטע פֿרײַהייטן. די איצטיקע צײַט ברענגט קלאָר אַרויס אָט דעם סיכסוך, וואָס חזרט זיך איבער יעדע 2־3 דורות (יעדע 60 יאָר, מער־ווייניקער).
די אייער לערנען זיך בײַ די... אייער
בדרך־כּלל, לערנט זיך דער ייִנגערער דור בײַם עלטערן, נאָר אינעם הילכות הלשון זעט מען דעם פֿאַרקערטן פּראָצעס אויך. קינדער בײַטן אָפֿט זייער לשון מיטן בפֿירושן ציל, אַז די עלטערן זאָלן זיי ניט פֿאַרשטיין. קינדער נייטיקן זיך אָפֿט אין אַ שפּיל־לשון צי אין אַ פֿאַרשטעלט לשון, אַזוי ווי דאָס חזיר־לאַטײַן בײַ ענגליש־ריידנדיקע, צי דאָס “רעדן מיט ביתן" אין דער סאַמע פֿריסטער תּקופֿה פֿונעם אויפֿלעב פֿון עבֿרית אאַז"וו. ניט זעלטן טרעפֿט, אַז אַפֿילו אַ טעות קען פֿירן צו אינאָוואַציע און פֿון אַן אינאָוואַציע וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט באַקומט זיך אַ סטיל מיט אַ באַזונדערן חן און מיין. פֿון “רחל ביטכאַ האַנאַקעטע" האָט זיך באַקומען אַן אופֿן פֿון אָפּלאַכן פֿון עם־הארצות. פֿון רעדן אַ לשון דווקא מיט אַ שטאַרקן פֿרעמדן אַקצענט (מיטן מיין פֿון איבערגעבן אָדער נאָכקרימען יענעמס ניט־עלעגאַנטקייט, אָדער ניט־אויסגעשולטקייט אָדער לחלוטין ניט־צוגעפּאַסקייט פֿאַר אַ געוויסער אונטערנעמונג) קען אויסגעטײַטשט ווערן ווי סתּם אָפּחוזקן און אַפֿילו ווי שׂינאה. אויף ענגליש איז אַפֿילו אויפֿגעקומען אַ סטיל פֿון דרוקן וווּ יעדער ענגלישער אות זעט אויס כּמעט ווי אַ ייִדישער און דעריבער, אַ חוזק. דער “ערל" אין דער “מבֿין־כּל־דיבור"־מעשׂה איז מער אַ טרויעריקער אמת, ווי אַ פֿאַל פֿון האָבן געלאַכט מיט יאַשטשערקעס.
הכּלל, די אַלע אויבנדערמאָנטע וויצן און חכמות האָב איך געבראַכט כּדי מיר זאָלן געדענקען אַז פֿאַרפֿירן און אַרויסדרייען זיך פֿון אַ שווערער לאַגע דורך עטלעכע וויצן (אויף אַן אַנדערס חשבון), וואָס געפֿעפֿערטער אַלץ בעסער, איז אַן אייביקער אופֿן פֿון לעגיטימירן אַ נײַעם מיטגליד פֿונעם ציבורדיקן שפּראַך־רעפּערטואַר און אַן אָנדײַט אויף דער נוציקייט פֿון נײַערע, לכתּחילה ספּעציאַליזירטע ייִדישע וואַריאַנטן און לשונות און איז זייער פֿאַרשפּרייט צווישן “נײַע קליענטורן".
די צוקונפֿט איז אַ שפּיל אַזאַ
בײַ מיר אין די נאָטיצן זענען פֿאַרצייכנט נאָך 5 פּונקטן וואָס האָבן אַ דירעקטן שײַכות צום אויפֿקום און צו דער דערהאַלטונג פֿון ייִדישע לשונות, אי אַלטע, אי נײַע. איך האָב זיי אויסגערעכנט אַן ערך לויטן סדר פֿון זייער אָפֿטקייט אָדער פֿאַרשפּרייטקייט. דער שפּראַכן־רעפּערטואַר בײַ ייִדן איז תּמיד גרעסער און קאָמפּליצירטער ווי די רעפּערטואַרן פֿונעם רובֿ פֿון זייערע שכנים. דער צוקום פֿון נאָך אַ מיטגליד צו דער גאַנצער משפּחה רופֿט ניט אַרויס קיין גרויסן אויפֿמערק און דאָס פֿעלן זיך פֿון איינעם... נאָך ווייניקער. אין די צײַטן פֿון פֿאַרן שפּראַכן־וויסיקייט “בײַ לײַטן" איז נאָך קיין שפּראַכנהאַס ניט געווען און קיין שפּראַכן־ליבע אַוודאי ניט, סײַדן בײַ וויכטיקע סטאַטועס און טעמפּלען. אַחשוורוש וועלכער האָט געהערשט איבער 120 מדינות, פֿון עטיאָפּיע אַזש קיין אינדיע, האָט געקענט זיך פֿאַרגינען צו שיקן לויפֿערס אין יעדער מדינה מיט זײַן קיניגלעכן אָנזאָג, נאָר דאָס איז געווען ניט קיין אויסדרוק פֿון זײַן דרך־ארץ פֿאַר זיי, נאָר אַ סימן פֿון זײַן כּוח און זײַן רײַכקייט. איך דערמאָן דאָס אַנטקעגן דעם וואָס אויב ייִדן זענען געווען מיט עפּעס אַנדערש ווי די שכנים זייערע, איז דאָס צו זייערע ריידשפּראַכן ניט דערגאַנגען. אָט די פֿיל־טויזנט־יאָריקע געטרײַהייט צו לשון־קודש האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען די פֿריִע און די לאַנגדויערנדיקייט פֿונעם געשריבענעם ל״ק אַ סך מער ווי פֿאַרקערט. אַ געשריבן לשון וואָס ווערט דאָס אייגנס פֿונעם פּריסטערקלאַס (דער איינציקער קלאַס וואָס איז פּראָפֿעסיאָנעל שריפֿטיק און דאָס איז אַ דירעקטער גורם פֿון דער פֿאָרמעלער ניט־בײַטעוודיקייט פֿונעם לשון־שבכּתבֿ), איז אַ סך סטאַבילער, ווי אַ ריידשפּראַך וואָס איז בײַ יעדן איינעם אין מויל און בײַט זיך אָפֿט צוליב עמאָציאָנעלע און אַנדערע סיבות, וואָס ס׳איז שווער צו קאָנטראָלירן, אַפֿילו וויסיקערהייט. אָט די גרעסערע סטאַבילקייט פֿונעם לשון־שבכּתבֿ ברענגט צו אַ וועלט־באַרימטן פֿענאָמען (“דעגלאָסיע"), וואָס באַזירט זיך אויף (און שטיצט) דער קלאַסן־פֿונאַנדערטיילונג און פֿירט, סוף־כּל־סוף, צו פֿאַרגרעסערן און טיפֿער מאַכן די אַנדערשקייט צווישן די צוויי “לשונות".
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אייבערקלאַס איז ניט נאָר ער לייענט און שרײַבט, נאָר ער רעדט אויך! דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער אייבערקלאַס רעדט תּמיד די פֿאָלקשפּראַך פֿון די מאַסן, נאָר לייענען און שרײַבן זענען בײַ אים אינעם גבֿול פֿון דער אייבערשפּראַך. אַזאַ פֿונקציאָנעלע פֿונאַנדערטיילונג קען אָנהאַלטן אין משך פֿון דורות, בפֿרט ווען עס האַנדלט זיך נאָר אין אינעווייניקסטער מערשפּראַכיקייט (בלויז אין ייִדישע לשונות הן פֿאַר נידעריקערע, הן פֿאַר העכערע פֿונקציעס), אי אינעם אייבערשטן, אי אינעם אונטערשטן לשון וואָס ווערט גענוצט צווישן ייִדן גופֿאַ. דאָס טרעפֿט זייער אָפֿט אין אַלע תּקופֿות פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קומט פֿאָר אַפֿילו אינעם הײַנטיקן שײַכות צווישן חרדישן “ישיבֿיש" און דעם חרדישן “ענגליש" (“אַמעריקען"). און אַפֿילו ווען אָט דער פּראָצעס זאָל אָנגיין נאָך יאָרן־לאַנג און וואַריאַנטן פֿון ענגליש זאָלן מנצח זײַן אי “אויבן", אי “אונטן" וועלן אָט די צוויי זײַן גענוג אַנדערש פֿאַררעכנט צו ווערן ווי צוויי “לשונות" (למשל, ווי ס'איז געשען מיט ייִדיש און דײַטש מיט אַן ערך טויזנט יאָר צוריק).
אָט דער פּראָצעס איז בײַ מיר גענוג זיכער אַז ער אַליין פֿאַרזיכערט מיר, אַז בײַ געוויסע טיילן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק וועלן נאָך אויפֿקומען נײַע ייִדישע לשונות.
און אין נאָך איין ענין וויל איך אײַך דערמאָנען. מיט דער גאַנצער סטאַבילקייט און נטיה צו קאָנסערוואַטיזם בײַ די עקסטרע־פֿרומע וואָס שטערן זייער גרייטקייט אויפֿצונעמען און צו שטיצן נעאָלאָגיזמען אויף ייִדיש, איז זייער אַרײַנגעטאָנקייט אין לשון־קודש־טעקסטן, דרשות און מער העברעיִזירטע בריוו און מודעות אַזוי טיף אַז זייערע מאמרים זענען אָפֿט אַזוי איבערגעלאָדן מיט טערמינען וואָס זעען אונדז אויס ווי טאָטאַל ניט נייטיקע, אַז מיר פֿאַרלירן די געלעגנהייט זיך אַליין אויסצולערנען נײַע ווערטער און נײַע וואַריאַנטן פֿון ווערטער וואָס מיר קענען אין אַנדערע שײַכותן. דאָס איז איין זאַך, וואָס די חרדים (וואָס צו זייער ייִדיש־שבכּתבֿ האָבן מיר אַזוי פֿיל טענות) פֿירן אַרײַן מער פּינקטלעכע און דערפֿרישנדיקע העברעיִזמען אין אונדזער ייִדיש וואָס ווערט לעצטנס אַ קאַפּעלע אָפּגעבלאַסט, ווײַל ענגליש איז געוואָרן דער הויפּט־מקור פֿון אונדערע “נײַע" ווערטער. מען דאַרף אָבער אין דעם ניט איבערכאַפּן די מאָס און צו ביסלעך זיך צוגעוווינען צום ייִדיש פֿונעם תּלמיד־חכם (ווי יודל מאַרק האָט אונדז געהאַט געעצהט נאָך מיט מער ווי מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק).