בתיה שעכטער |
Credit: Arkadiy Yagudaev |
"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
דאָס געפֿלעכט פֿון מײַנע גלידער;
מײַן וואָרט, מײַנע הענט,
דאָס וווּנדער פֿון מײַנע אויגן.
("מײַן ליד")
ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגערין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָגראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער.
די פּערזענלעכקייט און גײַסטיקער וועג פֿונעם פֿילאָסאָף, שרײַבער און לערער אַבֿרהם יהושע העשעל זענען באַקאַנט; זײַן צוזאַמענגוס פֿון טראַדיציאָנעלע ווערטן, וואָס ער האָט געירשנט פֿון זײַן חסידישן ייִחוס, מיט אַ מאָדערנעם, פּראָגרעסיוון אימפּולס זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די אַלגעמיינע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, נישט נאָר ייִדישע, האָט געפֿונען נאָכגייער אין פֿאַרשיידענע סעקטאָרן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, און די צאָל וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר. אָבער ווייניקער באַקאַנט וועגן העשעל איז די ייִדישע לידער, וואָס ער האָט געשריבן אין בערלין אין די 1920ער, אָנהייב 1930ער יאָרן, און וואָס זענען געווען געדרוקט אין וואַרשע אין 1933. די טיף־גלייביקע לידער, ס׳רובֿ געשריבן אין דער ערשטער פּערזאָן און געווענדט צום רבונו־של־עולם זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ צוויי־שפּראַכיקן באַנד, ענגליש־ייִדיש, אין 2004, איבערגעזעצט פֿון הרבֿ מאָרטאָן לײַפֿמאַן.
אַברהם־יהושע העשעל איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1907 און איז דאָרט אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער, רביישער היים. ער איז שפּעטער אַוועק שטודירן אין ווילנער רעאַל־גימנאַזיע, וווּ ער האָט זיך געלערנט וועלטלעכע לימודים. זײַנע לערערס, דער ליטעראַטור־היסטאָריקער, מאַקס עריק, און שרײַבער און פּאָעט, משה קולבאַק ,האָבן געמאַכט אַ באַזונדערן אײַנדרוק אויף אים. העשעל האָט זיך אין ווילנע פֿאַרחבֿרט מיט דער גרופּע "יונג ווילנע". שוין אין 1924 האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיטן סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן פּען־קלובֿ, מלך ראַוויטש, אין וואַרשע, און ראַוויטש האָט אים געמוטיקט צו שרײַבן לידער.
אָפּגעריסן פֿון זײַן סבֿיבֿה, האָט דער יונגער פּאָעט זיך געפֿילט עלנט אין בערלין, וווּ ער איז געקומען צו שטודירן אין אוניווערסיטעט; געשריבן לידער וועגן זײַנע ראַנגלענישן מיט גאָט און מיט דער וועלט, און מיט זיך אַליין. זײַנע פּאָעמעס האָט ער געדרוקט אין "צוקונפֿט" אין 1929, און זײַן נאָמען, ווי אַ פּאָעט, איז פֿון דעמאָלט אָן געוואָרן באַקאַנט. אין 1940 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און חתונה געהאַט מיט דער פּיאַניסטקע סילוויאַ שטראַוס אין 1946. זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט אויף ייִדיש האָט זיך אין אַמעריקע געענדיקט; דאָ האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט זײַן רעליגיעזער פֿילאָסאַפֿיע, וואָס האָט אים געמאַכט וועלט־באַרימט.
אַבֿרהם-יהושע העשעל |
מיט דרײַ יאָר צוריק האָט בתיה שעכטערס חבֿרטע, מעריל זעגאַרעק, געגעבן איר די זאַמלונג פֿון העשעלס לידער. דאָס בוך האָט טאַקע געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף בתיה, מיט זייער ראַדיקאַלער גײַסטיקייט. בתיה שעכטער שטאַמט, פּונקט ווי העשעל, פֿון אַ פֿרומער היים אין באָראָ־פּאַרק. ייִדיש האָט זי זיך געלערנט אין אַ "בית־יעקבֿ"־שול; און ווי העשעל, איז שעכטער מיט איין פֿוס געשטאַנען אין דער פֿרומער וועלט, און מיטן צווייטן — אין דער פֿרײַער וועלט.
באַלד נאָך דעם ווי זי האָט געלייענט העשעלס לידער האָט די "בני־ישרון"־סינאַגאָגע זי געבעטן צו שאַפֿן מעלאָדיעס צו עטלעכע פֿון זיי און זיי זינגען בעת דעם תּיקון־ליל־שבֿועות. צוויי און אַ האַלב יאָר שפּעטער איז די צאָל העשעל־קאָמפּאָזיציעס געוואַקסן ביז נײַן שאַפֿונגען, אַלע מיט איר אָריגינעלער מוזיק. פֿאַר דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג האָט שעכטער צוזאַמענגענומען אַ גרופּע פֿײַנע מוזיקער, צווישן זיי — דער טרומייטער פֿראַנק לאָנדאָן. דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר וואָס האָט אַראַנזשירט די מוזיק, אורי שאַרלין, האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע. בתיה שעכטער האָט געזונגען און געשפּילט אויף דער גיטאַר און דעם מיטל־מיזרחדיקן אוד.
עס איז אַוודאי נישט לײַכט געווען פֿאַר דער קאָמפּאָזיטאָרין צוצופּאַסן ניגונים צו אַזאַ פּערזענלעכער דיכטונג וואָס באַרירט אַזוינע עקסיזטענציעלע, וואָגיקע טעמעס. אין איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" זענען די ווערטער צו די לידער פֿון אַ גאַנץ אַנדערן מין, און פּאַסן זיך גיכער אַרײַן אין דער מאָדערנער קאַטעגאָריע פֿון "וועלט־מוזיק" — אָבער מיט אַ ייִדישן טעם. טייל מעלאָדיעס צו די העשעלס־לידער קלינגען ווי פֿון דעם מיטל־מיזרח, צו אַנדערע — נענטער צו ראָק־און־ראָל־מוזיק. זי איז אַליין מודה, אַז דער שאַפֿונג־פּראָצעס איז געווען פֿאַר איר אַ טיף עמאָציאָנעלע איבערלעבונג און נישט אָנגעקומען גרינג. צום גליק, האָט זי געהאַט די געלעגנהייט צו בלײַבן און שאַפֿן אין אַ קינסטלער־קאָלאָניע, און דאָרטן ווײַטער געקענט אַרבעטן אויף דעם פּראָיעקט.
די קינסטלערין האַלט, אַז אַלץ וואָס העשעל האָט שפּעטער אויפֿגעטאָן אין לעבן, קען מען געפֿינען אין זײַנע יונגט־לידער. זײַן איבערגעגעבנקייט צו פֿאַרריכטן די וועלט, "תּיקון־עולם", ליגט אין די שורות פֿון די לידער.
עס איז שעכטער געראָטן מיט איר מוזיק איבערצוגעבן די ערנסטע געפֿילן פֿון העשעלס, זײַן בלאָנדזשען און זוכעניש צו געפֿינען אַ וועג, און דער עולם האָט זיך צוגעהערט און זיך אַרײַנגעטראַכט. טייל לידער לייענען זיך ווי יאַפּאַנישע הײַקו־פּאָעזיע, מיט קורצע שורות, ווי אינעם ליד "מײַן זיגל", געשריבן אין פֿרײַע פֿערזן:
פֿאַר וואָס בין איך נישט אַ בלום,
אַ מענטש — אַ בלום?
בענטש מיך, מײַן געמיט,
מיט צאַרטקייט אַנשטאָט מאַכט!
דער קאָנצערט שפּיגלט אָפּ אַ גרעסערן פֿענאָמען, מיט וועלכן מע דאַרף זײַן צופֿרידן; יונגע ייִדישע מוזיקער לייענען פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע צו געפֿינען אינספּיראַציע און שאַפֿן מעלאָדיעס צו זיי. צווישן די מוזיקער וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם הײַנט, קען מען אַרײַננעמען: פֿימע טשאָרני פֿון קעשענעוו, וועלכער האָט צו עטלעכע פֿון מאיר חרצעס לידער געשאַפֿן מוזיק; חנה קופּער און מאַרילין לערנער האָבן צו אַנאַ מאַרגאָלינס לידער געשאַפֿן אַ ציקל זינגלידער; לענקע ליכטענבערג פֿון טאָראָנטאָ האָט צו די לידער פֿון שׂימחה סימכאָוויטש געשאַפֿן מוזיק און וועט זיי זינגען בעת אַ "קאַוועהויז" בײַם "קולטור־קאָנגרעס", דעם 8טן נאָוועמבער אין ניו־יאָרק; פּסוי קאָראָלענקאָ פֿון מאָסקווע האָט, צוזאַמען מיט אַנדערע, געשאַפֿן מעלאָדיעס צו די לידער פֿון קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי; פּאָלינאַ שעפּהערד אין לאָנדאָן און דניאל גלאַי אין תּל־אָבֿיבֿ זענען שוין לאַנג אַקטיוו בײַם שאַפֿן מוזיק צו ייִדישע לידער.
בתיה שעכטערס געלונגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען פֿון אַבֿרהם־יהושע העשעלס לידער זענען אַ וויכטיקער צושטײַער צו דעם וואַקסנדיקן פֿענאָמען און מיר קוקן אַרויס אויף אַ רעקאָרדירונג, מע זאָל קענען גוט צעקײַען סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק. די זינגערין/קאָמפּאָזיטאָרין האָט אויף אַן אָריגינעלן אופֿן געפֿונען איר אייענעם וועג צו בויען אַ בריק צווישן העשעלס פֿילאָזאָפֿישע און פּאָעטישע געדאַנקען פֿאַרן הײַנטיקן דור.