אַ באַגעגעניש מיטן ניו־יאָרקער שרײַבקרײַז, דעם 15טן יולי 2009

‫פֿון רעדאַקציע

מאָנטיק, דעם 13טן יולי, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן אין זײַן קאַנצעלאַריע מיט 16 פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. ווי עס גיט איבער די פּרעסע־דינסט פֿונעם "ווײַסן הויז" זײַנען בעת דער טרעפֿונג אַרומגערעדט געוואָרן די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און ישׂראל.

ס‘איז נישט קיין סוד, אַז זינט פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט איבערגענומען די מאַכט, טראָגן די דאָזיקע באַציִונגען אַן אָנגעשטרענגטן כאַראַקטער,

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ד״ר אירינאַ שיכאָוו

אין יוני האָט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אָנגעהויבן האָט ער זיך מיט דער פֿאָרשטעלונג, "די לעצטע תּפֿילה", וואָס גייט שוין 20 יאָר אויף דער בינע פֿונעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער, אַן אינסצעניזאַציע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן דראַמאַטורג גריגאָרי גאָרין. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָבן שוין אין דער פֿאָרשטעלונג געשפּילט עטלעכע דורות אַקטיאָרן, און זי גייט נאָך אַלץ אָן מיט דערפֿאָלג.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָדע אויף ייִדישע מוזייען. יעדע אָנשטענדיקע שטאָט דאַרף אומבאַדינגט האָבן אַן אייגענעם ייִדישן מוזיי, און דווקא מיט אַ נײַער קאָנצעפּציע. ביז דעמאָלט זײַנען ייִדישע מוזייען געווען גאָר סטאַטעטשנע אינסטיטוציעס. די אויסשטעלונג אין אַזאַ מוזיי פֿלעגט ווײַזן אַ געוויסע צאָל שיינע רעליגיעזע כּלים, אַ פּאָר עטנאָגראַפֿישע אָביעקטן, און עטלעכע ווערק פֿון דער "ייִדישער" קונסט, דהײַנו, בילדער פֿון שיינע ייִדן געמאָלט דורך ייִדישע קינסטלער. דער הויפּט־צוועק פֿון אַזאַ מוזיי איז געווען אַ דערציִערישער׃ צו ווײַזן ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס איז אַזוינס "ייִדישקייט".

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טבֿיה שטערן

כ׳האָב עס געהערט אויף דעם ראַדיאָ. כ׳האָב עס געלייענט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," אַז אַ ייִד מיטן כּשרן נאָמען ווי טבֿיה שטערן — אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ביז מען האָט אים געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין דער חד־גדיא. דערווײַל רוקט זיך אונטער זײַן זונס בר־מיצווה. וואָס זשע טוט דער שווינדליאָזש, דער מאַטאַץ, דער פֿאַרברעכער? ער פּלאַנירט אויס אַ בר־מיצווה פֿאַרן זון אין דער טורמע, מיט אַ כּשרן מאָלצײַט. ער קויפֿט אונטער צוויי אָפּטיילונג־דירעקטאָרן און דעם תּפֿיסה־היטער, און פֿאַרן כאַבאַר גרייטן זיי אָן פֿאַר אים און זײַנע זעכציק אײַנגעלאַדענע געסט די גימנאַסטיק־האַלע.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע פּרשה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "מטות", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון נדרים. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט, אַז ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך".

די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ דײַטלעכער אויסדרוק ווײַזט אָן, אַז משה רבינו האָט מקבל געווען די נבֿואה אויף אַ מער קלאָרן אופֿן, ווי די שפּעטערדיקע נבֿיאים. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך אָפֿטער אין תּנ״ך, וווּ די נבֿיאים זאָגן: "כה אָמר השם" ("אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער"), האָט משה רבינו משׂיג געווען די מיצוות מער דירעקט. פֿאַר אים זענען זיי אַנטפּלעקט געוואָרן ווי קלאָרע זאַכן.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אויסטראַליע, ניט זייער ווײַט פֿון סידני, איז דאָ אַ שטאָט, וואָס האָט אין גאַנצן צוויי מיט אַ האַלב טויזנט תּושבֿים און טראָגט דעם נאָמען "בונדאַנון". צום ייִדישן "בונד" האָט עס קיין שײַכות ניט. עס מיינט (אויפֿן לשון פֿון די אַבאָריגענען) "אַן אָרט פֿון טיפֿע באַלקנס". אמת, אין דעם — אַ פּנים סימפּאַטישן ייִשובֿ — איז געווען פֿאַראַיאָרן עפּעס אַ ייִדישע צונויפֿקומעניש, מיט קלעזמאָרים. אַזוי, לכ-הפּחות, דערציילט מען אין אינטערנעץ. אָבער אין דער מיל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ איז די שטאָט אַרײַנגעפֿאַלן צוליב אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: וואַסער.

ייִדיש־וועלט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ גראָפּער

אויף דער איניציאַטיוו פֿון גראָפּער־פֿאָנד האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים אײַנגעאָרדנט אַ פֿײַערלעכן אָוונט צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער אין רומעניע יעקבֿ גראָפּער. עס האָבן זיך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט גראָפּערן און האָבן דערציילט וועגן דעם דיכטער און מענטש, און וועגן זײַן שעפֿערישער טעטיקייט: ד"ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער, פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, דער פּראָמינענטער פּסיכאָלאָג, גרינדער פֿון אינסטיטוט צו באַהאַנדלען קינדער מיט לערן־שוועריקייטן און לאַורעאַט פֿון ישׂראל־פּרײַז;

ליטעראַטור

דער זומער ברענגט אַרײַן אינעם אָפּגעקילטן ייִדיש־לעבן פֿון יאָר אַ קורצן הייסן שטראָם פֿון אויפֿגעלעבטע קלאַנגען, געפֿילן, דערמאָנונגען, וואָס ווירבלען אין די טעג און וואָכן בעת די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. זיי רײַסן זיך אַרײַן אין דעם אָפּגעפֿרעמדטן אַרום פֿון שטעט אין אייראָפּע, ווי אַ פֿאַרקריפּלטער ווידער־קול פֿון דעם פֿאַרברענטן אַמאָל, וואָס צווישן זײַנע פֿאַרשׂרפֿטע שטיינער שלאָגט זיך דורך אַ גרין עקשנותדיק גרעזעלע — דער בטחון.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רעגירונג פֿון אוקראַיִנע קומט אָן פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו, יוני 24, 1934

מיט 75 יאָר צוריק, סוף יוני 1934, איז די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו (אָדער כאַרקיוו, לויטן אוקראַיִנישן נוסח) קיין קיִעוו. פֿריִער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז "ניט אָנגעשטאַנען" צו האָבן קיִעוו פֿאַרן צענטער פֿון סאָוועט-אוקראַיִנע, ווײַל די שטאָט האָט אויף זיך געטראָגן די שרעקלעכע זינד פֿון נאַציאָנאַליזם. מיט קיִעוו איז דאָך געווען פֿאַרבונדן די געשיכטע — אמת, אַ קורצע — פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט. אין כאַרקאָוו האָט מען געשאַפֿן די סאָוועטישע רעגירונג נאָך איידער מע האָט סאָוועטיזירט קיִעוו, און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען מײַן חבֿרטע זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ מיידל דאַרף זיך אויפֿפֿירן? עמילי האָט קורצע האָר און איז אַ ספּאָרטלערין. זי האָט ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט ספּאָרט — שפּילן, צוקוקן אָדער רעדן וועגן ספּאָרט — מיט מײַנע מאַנצביל־חבֿרים! זי טרינקט ביר און רעדט הויך אויף אַ קול און טראָגט אַפֿילו מענערישע קליידער. אפֿשר קלינגט עס, ווי איך בין נישט קיין גוטער חבֿר; אָבער, אין דער אמתן, האָב איך זי זייער ליב. מיר זענען אַ גליקלעך פּאָרל.