טײַערע חזנטע,
פֿאַר וואָס קען מײַן חבֿרטע זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ מיידל דאַרף זיך אויפֿפֿירן? עמילי האָט קורצע האָר און איז אַ ספּאָרטלערין. זי האָט ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט ספּאָרט — שפּילן, צוקוקן אָדער רעדן וועגן ספּאָרט — מיט מײַנע מאַנצביל־חבֿרים! זי טרינקט ביר און רעדט הויך אויף אַ קול און טראָגט אַפֿילו מענערישע קליידער. אפֿשר קלינגט עס, ווי איך בין נישט קיין גוטער חבֿר; אָבער, אין דער אמתן, האָב איך זי זייער ליב. מיר זענען אַ גליקלעך פּאָרל. אָבער אַ מאָל וואָלט איך געוואָלט, זי זאָל פּשוט זיך פֿירן מער ווי אַ מיידל, און ווייניקער ווי אַ בחור. ווי קען איך דעם ציל דערגרייכן? צי איז מעגלעך, זי זאָל זיך קענען בײַטן?
אַ צעמישטער
טײַערער צעמישטער,
איר האָט געפֿונען אַ פֿרוי, וועלכע איז גוט און קלוג. איר און אײַערע חבֿרים האָבן ליב צו פֿאַרברענגען מיט איר — טאָ פֿאַרוואָס ווילט איר, זי זאָל איצט בײַטן איר כאַראַקטער? ווען מע האָט ליב אַ מענטש, הייסט דאָס נישט, אַז מע דאַרף ליב האָבן יעדן פּיצל שטריך פֿון דעם מענטש. אויב איר באַמיט זיך צו בײַטן עמילי, וועט זי זיך מסתּמא באַליידיקן און וועט זיך נישט בײַטן, און איר וועט ווערן פֿרוסטרירט.
ווען איר וואָלט מיר געשריבן, אַז דער אַספּעקט פֿון עמילי וואָס געפֿעלט אײַך נישט, איז אַן אוממאָראַלישער אָדער בייזער, וואָלט איך אײַך געעצהט צו רעדן מיט איר וועגן דעם. אָבער דאָס, וואָס איר באַשרײַבט, איז אַ טייל פֿון איר פּערזענלעכקייט און איר מוזט באַשליסן, צי עס שטערט אײַך אַזוי שטאַרק, אַז סע מאַכט אוממעגלעך דאָס זײַן צוזאַמען מיט איר, אָדער צי איר קענט אָננעמען עמילי ווי זי שטייט און גייט.
טײַערע חזנטע,
איך בין 91 יאָר אַלט. מײַן פֿרוי רות, וואָס מיר האָבן חתונה געהאַט מיט 57 יאָר צוריק, לײַדט פֿון אַלצהײַמערס און געדענקט גאָרנישט. שוין פֿינף יאָר ווי איך גיב אַכטונג אויף איר, אָבער יעדער זאָגט מיר, אַז איך זאָל זי אַרײַנגעבן אין אַ "היים", און איך שרײַ צוריק — ווי קענט איר אַזוינס אַפֿילו טראַכטן וועגן מײַן רות? זי איז מײַן פֿרוי און איך וועל האַלטן אַן אויג אויף איר.
אָבער איצט ווערט דער עול אַ צו גרויסער. מע טאָר זי נישט לאָזן אַליין אַפֿילו אויף קיין מינוט. איך בין ערשט בײַגעקומען אַ גריפּע און האָב אײַנגעזען, אַז איך ווער צו אַלט צו זאָרגן פֿאַר אונדז ביידן. מײַן געזונט איז גאַנץ גוט דערווײַל. זאָל איך, צוזאַמען מיט רות, אַרײַנגיין אין אַ מושבֿ־זקנים? אָדער זאָל איך בלײַבן אין דער היים? איך דאַוון אין שיל יעדן טאָג און כ‘בין דער גבאי, האָב איך אַ זאָרג אין לעבן. זאָל איך דאָס אַוועקוואַרפֿן, כּדי צו זײַן מיט רות, מײַן פֿרוי? איך בין פֿאַרצווײַפֿלט.
אַלטער מאַן
טײַערער אַלטער מאַן,
איר זענט אַזאַ געטרײַער מאַן! אײַער רות האָט מזל געהאַט אײַך צו האָבן ווי אַ מאַן, און איך בין זיכער, אַז איר האָט אויך מזל געהאַט זי צו האָבן ווי אַ פֿרוי, כאָטש איר געזונט איז איצט נישט גוט. כּל־זמן אײַער געזונט, סײַ גוף, סײַ מוח, זענען אין אַ גוטן מצבֿ, וואָלט איך געעצהט איר זאָלט נישט אַרײַנגיין אין אַ מושבֿ־זקנים מיט רות. כאָטש איר ווילט בלײַבן בײַ איר זײַט, האָב איך אַ געפֿיל, אַז אײַער גײַסטיקער געזונט וועט לײַדן דערפֿון, ווײַל איר וועט פֿאַרברענגען מיט אַלצהײַמער־פּאַציענטן דעם גאַנצן טאָג. רעדט זיך צונויף מיטן פּערסאָנאַל פֿון אַ מושבֿ־זקנים וועגן אַ פּלאַן, וואָס נעמט אַרײַן די מעגלעכקייט, אַז איר וועט אַרײַן אַהין ווען איר וועט עס דאַרפֿן. דערווײַל קענט איר גיין באַזוכן רות יעדן טאָג און אויך פֿאַרברענגען מחוץ דעם מושבֿ־זקנים.
איך ווינטש אײַך כּל־הגוטס אין דער צײַט ווען איר זענט מיט רות. איר דאַרפֿט זײַן שטאָלץ צו זײַן אַזאַ גוטער מאַן.
טײַערע חזנטע,
קען איך אַרויסגיין מיט אַ בחור, וואָס מײַן עלטערע שוועסטער איז אַרויסגעגאַנגען מיט עטלעכע יאָר צוריק? מײַנע חבֿרטעס האַלטן, אַז עס פּאַסט נישט, אָבער זי האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין אים!
שוועסטער
טײַערע שוועסטער,
ניין, בעסער נישט אַרויסגיין מיט אים. ווער ווייסט, וואָס פֿאַר אַ פּראָבלעמען דאָס קען פֿאַרשאַפֿן אין די באַציִונגען מיט אײַער שוועסטער.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024