פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אויסטראַליע, ניט זייער ווײַט פֿון סידני, איז דאָ אַ שטאָט, וואָס האָט אין גאַנצן צוויי מיט אַ האַלב טויזנט תּושבֿים און טראָגט דעם נאָמען "בונדאַנון". צום ייִדישן "בונד" האָט עס קיין שײַכות ניט. עס מיינט (אויפֿן לשון פֿון די אַבאָריגענען) "אַן אָרט פֿון טיפֿע באַלקנס". אמת, אין דעם — אַ פּנים סימפּאַטישן ייִשובֿ — איז געווען פֿאַראַיאָרן עפּעס אַ ייִדישע צונויפֿקומעניש, מיט קלעזמאָרים. אַזוי, לכ-הפּחות, דערציילט מען אין אינטערנעץ. אָבער אין דער מיל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ איז די שטאָט אַרײַנגעפֿאַלן צוליב אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: וואַסער.

בונדאַנון איז געוואָרן די ערשטע שטאָט, וווּ אײַנגעפֿלעשלט וואַסער איז אָסור. אַזוי האָט די באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט רעאַגירט אויף די פּלענער פֿון אַ קאָמפּאַניע אײַנצופֿלעשלען אין סידני וואַסער פֿון אַ בונדאַנונער קוואַל. וואַסער, וואָס ווערט אַרײַנגעגאָסן אין אַ פֿלאַש, קאָסט פֿון 240 ביז 10,000 טײַערער פֿון וואַסער, וואָס רינט פֿון אַ קראַנט. ס׳איז טײַערער פֿון בענזין אין אַזעלכע לענדער ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע, קאַנאַדע און אויסטראַליע. אין די אויגן פֿון דעם בונדאַנונער עולם זעט עס אויס ווילד.

אין אַ סך לענדער וואַקסט איצט די צאָל מענטשן, וואָס ווילן ניט צאָלן פֿאַר וואַסער, וועלכע איז, אין תּוך אַרײַן, ניט בעסער פֿון דעם וואָס עס רינט פֿון אַ קראַנט, בפֿרט אין אַ ציוויליזירט אָרט. אין אייראָפּע האָט מען הײַיאָר פֿאַרקויפֿט אויף 4 פּראָצענט ווייניקער וואַסער פֿון דער קאָמפּאַניע "נעסטלע", וואָס צעגיסט אין פֿלעשער אויך די "שאַמפּאַניער סאָרטן פֿון וואַסער" — "פּעריע" און "סאַן פּעלעגרינאָ". אין ענגלאַנד, למשל, קויפֿט מען איצט אויף 9 פּראָצענט ווייניקער פֿלעשער וואַסער איידער פֿאַראַיאָרן. אין רעסטאָראַנען בעטן ס׳רובֿ ענגלענדער צו געבן זיי קראַנט-וואַסער אַנשטאָט די אײַנגעפֿלעשלטע סאָרטן.

געלט איז ניט די איינציקע סיבֿה, וואָס שטויסט אָפּ מענטשן פֿון קויפֿן אַ פֿלעשל וואַסער. מע האָט אין זינען אויך עקאָלאָגיע. אין די פֿלעשער נוצט מען אין משך פֿון אַ יאָר 7.5 מיליאָן טאָן פּלאַסטיק, וואָס עסט אויף 2.5 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער נאַפֿט-פּראָדוקציע. טאָמער אַ פּלאַסטיק-פֿלאַש וואַרפֿט מען ערגעץ אין אַ וואַלד צי אין אַ טײַך, מוז די נאַטור זיך מאַטערן מיט אַזאַ אָפּפֿאַל אין משך פֿון אַ יאָרהונדערט צי אַ סך לענגער, ביז עס וועט אין גאַנצן דיסאינטעגרירט ווערן.

אָבער סײַ-ווי-סײַ בלײַבט עס אַן אָנשיקעניש אין דער גאַנצער וועלט. מע כאַפּט זיך צו צו אַ פֿלעשל ניט נאָר אין די ערטער, וווּ ס׳איז טאַקע ניטאָ קיין אַנדער מעגלעכקייט צו פֿאַרלעשן דעם דאָרשט, אָבער אַפֿילו אין דער היים, שטייענדיק צי זיצנדיק לעבן אַ קראַנט.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די שטאָט בונדאַנון, וואָס ליגט צווישן טיפֿע באַלקנס אין אויסטראַליע, האָט געשאַפֿן אַ פּרעצעדענט. אינטערעסאַנט, צי די אידעע וועט אונטערגעכאַפּט ווערן אין אַנדערע ערטער. "נעסטלע" און אַנדערע וואַסער-געשעפֿטן וועלן דאָך ניט שווײַגן — זיי וועלן אַרײַנלייגן מיליאָנען צו רעקלאַמירן זייער וואַסער ווי אַ סגולה פֿון אַלע קרענק.

* * *

אין אַלע מינים פּראָפּאַגאַנדע האָט אַ בוים אַ וויכטיקע פֿונקציע. מע פֿאַרפֿלאַנצט אים לכּבֿוד כּלעליי געשעענישן. די נאַציס האָבן עס, פֿאַרשטייט זיך, אויך אויסגענוצט אין זייערע פּראָפּאַגאַנדיסטישע קאַמפּאַניעס. אַ יערלעכער ריטואַל פֿון ביימער-פֿאַרפֿלאַנצן פֿלעגט מען צופּאַסן צו היטלערס געבוירנטאָג, דעם 20טן אַפּריל. יונגע דעמבן פֿלעגט מען ברענגען פֿון אַ פּלאַנטאַציע, וואָס האָט זיך געפֿונען לעבן דעם בלוטיקן טיראַנס געבוירן-שטאָט. בעת דעם ריטואַל האָט מען גערעדט וועגן די טיפֿע וואָרצלען פֿונעם 1000־יאָריקן רײַך, וואָס די דעמבן האָבן געמוזט סימבאָליזירן.

אַזאַ בוים האָט מען פֿאַרפֿלאַנצט אויך אין דער קליינער פּוילישער שטאָט יאַסלאָ, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער גרענעץ מיט סלאָוואַקיע. פֿאָרגעקומען איז עס אין יאָר 1942. דעמאָלט איז אין יאַסלאָ נאָך געווען אַ געטאָ, וווּהין מע האָט זומער 1941 אַרײַנגעטריבן די ייִדישע באַפֿעלקערונג. אין 1939, איז יעדער פֿערטער תּושבֿ פֿון דער שטאָט געווען אַ ייִדישער. נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ אין אויגוסט 1942, האָט זיך די ייִדישע געשיכטע פֿון יאַסלאָ פֿאַרענדיקט. קיין ייִדן האָבן דאָרט מער ניט געלעבט. אַזוי זאָגן די היסטאָריקער.

די שטאָט האָט זיך צעוואַקסן. איצט וווינען דאָרטן 38 טויזנט לײַט, וואָס איז דרײַ מאָל מער ווי פֿאַר דער מלחמה. האָט מען פֿאַרפּלאַנירט אַ נײַע טראַנספּאָרט-סיסטעם, און דאָ האָט עמעצער זיך דערמאָנט, אַז דער דעמב, וואָס שטערט דער דאָזיקער סיסטעם, האָט אַ נאַציסטישע געשיכטע. די געזעלשאַפֿט האָט זיך צעטיילט: אייניקע טענהן, אַז דער דעמב איז סתּם אַ בוים און איז ניט שולדיק, וואָס מע האָט עס אַרײַנגעשטעקט אין דער ערד דווקא ווי אַ היטלעריסטישער סימבאָל. אַנדערע אָבער ווילן פּטור ווערן פֿון אָט דעם סימבאָל.

מע לייגט אויך פֿאָר פֿאַרבײַטן עס מיט אַן אַנדער בוים, וואָס וועט זײַן אַ דענקמאַל לזכר די פּוילישע אָפֿיצירן, וועלכע מע האָט דערשאָסן אין 1940, נאָך דעם ווי די רויטע אַרמיי איז אַרײַן אין דער שטאָט.