ייִדיש־וועלט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ גראָפּער
יעקבֿ גראָפּער

אויף דער איניציאַטיוו פֿון גראָפּער־פֿאָנד האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים אײַנגעאָרדנט אַ פֿײַערלעכן אָוונט צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער אין רומעניע יעקבֿ גראָפּער. עס האָבן זיך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט גראָפּערן און האָבן דערציילט וועגן דעם דיכטער און מענטש, און וועגן זײַן שעפֿערישער טעטיקייט: ד"ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער, פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, דער פּראָמינענטער פּסיכאָלאָג, גרינדער פֿון אינסטיטוט צו באַהאַנדלען קינדער מיט לערן־שוועריקייטן און לאַורעאַט פֿון ישׂראל־פּרײַז; פּראָפֿעסאָר ראובֿן פֿויערשטיין, דער היסטאָריקער און פּערזענלעכער פֿרײַנד פֿון יעקבֿ גראָפּער; ד״ר שלמה לייבאָוויטש, וועלכער אַמטירט בײַם הײַנטיקן טאָג ווי דער פֿאָרזיצער פֿון אַלוועלטלעכן קולטור־פֿאָנד פֿון רומענישע ייִדן; דער מוזיקער און זינגער, אָפּשטאַמיקער פֿון רומעניע, אַריה ליש, און אַנדערע. דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, מרדכי דוניץ, האָט אָנגעפֿירט מיטן אָוונט.

יעקבֿ גראָפּער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1890 אין שטעטל מיכאַלען אין צפֿון־מאָלדאַוויע. אין זײַן וואָרט האָט ד״ר שעכטער אָנגעוויזן, אַז גראָפּער איז געווען בעיקר אַן אויטאָדידאַקט: זײַן פֿאָרמעלע בילדונג האָט ער ווי אַ קינד באַקומען אין חדר, אַזוי ווי אַלע ייִדישע קינדער אין די רומענישע שטעטלעך. אָבער מיט אייגענע כּוחות האָט ער זיך אויסגעלערנט דײַטש און פֿראַנצויזיש און זיך באַקענט מיט דער ליטעראַטור אין די דאָזיקע שפּראַכן. בעיקר איז ער געווען אַ פֿאַרערער פֿון דער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור. אין עלטער פֿון 18 יאָר האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אין דײַטש. אָבער גאָר גיך האָט ער זיך איבערגעצײַגט, אַז ס’איז נישטאָ פֿאַר וועמעמן און איז באַלד צוריקגעקומען צו ייִדיש. ער איז געווען דער ערשטער מאָדערנער ייִדישער דיכטער אין אַלט־רומעניע, וואָס איז אין יענע יאָרן, פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, באַשטאַנען פֿון 2 פּראָווינצן — מאָלדאָוואַ מיט דער הויפּטשטאָט יאַס, און מונטעניאַ מיט דער הויפּטשטאָט בוקאַרעסט.

אין עלטער פֿון 18 יאָר האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט אין יאַס און פֿאַר דעם, אין יאָר 1914 האָט ער, צוזאַמען מיט אַ גרופּע חבֿרים אַרויסגעגעבן אין יאַס דעם ערשטן ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ייִדיש אין רומעניע מיטן נאָמען "ליכט", און ערשט אין 1934 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין בוך "אין שאָטן פֿון אַ שטיין". יעקבֿ גראָפּער איז געווען אַ קולטור־מענטש מיט אַ זעלטענעם טאַלאַנט און גלײַכצײַטיק אַ באַשיידענער מענטש. ער האָט געלעבט און געשאַפֿן אין בוקאַרעסט און איז געווען טעטיק אין אַלע ייִדישע קולטור־קרײַזן. אין יאָר 1965 איז ער עולה געווען קיין ישׂראל און אַ יאָר שפּעטער איז ער ניפֿטר געוואָרן.

דערציילט זײַן פֿרײַנד שלמה לייבאָוויטש:

"גראָפּער, דער אינטעלעקטואַל, דער בקי אין די סטעזשקעס פֿון דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור, דער לינקער ציוניסט, האָט געהאַט טיפֿע וואָרצלען אין ייִדישקייט און דער בית־מדרש איז געווען זײַן היים. דאָרט האָט ער אָנגעטאַפּט דעם דופֿק פֿונעם ייִדישן לעבן, פֿון זײַנע ברידער, פֿון וועלכע ער האָט זיך אינספּירירט און פֿאַר וועלכע ער האָט געשריבן".

* * *

דער קריטיקער שלמה ביקל האָט וועגן גראָפּערן געשריבן: "די צענטראַלע ליטעראַרישע פֿיגור, וואָס האָט, בײַם אָנקום פֿון די בוקאָווינער און בעסאַראַבער, רעפּרעזענטירט אַלט־רומעניע און איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער נײַער ייִדיש־שאַפֿערישער גרויס־רומעניע, איז געווען יעקבֿ גראָפּער.

"דער דיכטער און זײַן ליד איז געווען פּאָפּולער אין קליין־רומעניע ווי זעלטן אַ פּאָעט מיט צען לידער־ביכער אויף זײַן קאָנטאָ.

"די רומענישע ייִדן, נאַציאָנאַל און אויך קולטורעל אַסימילירט, האָבן זיך איבערגענומען מיט גראָפּערן. ער איז דער ערשטער מאָדערנער ייִדיש־דיכטער וואָס איז געבוירן געוואָרן אויף דער אַלט־רומענישער ערד, דער ערשטער פֿון דאָרט וואָס האָט זיך באַהעפֿט מיטן וועלט־ייִדישן קאַמף פֿאַר ייִדיש."

אין זײַן וואָרט האָט דער פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, ד״ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער באַטאָנט, אַז דער גראָפּער־פֿאָנד איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון גראָפּער, וועלכער האָט פֿאַרשטאַנען אַז ייִדיש איז אַ יתום, ייִדיש האָט נישט קיין מדינה און דעריבער האָט דער פֿאָנד פֿאַר אַ ציל צו שטיצן ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און זיי דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען. דער פֿאָנד פֿאַרטיילט אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, ווי אויך פֿאַר תּלמידים וועלכע לערנען די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

אין יאָר 1975 האָט דער פֿאָנד אַרויסגעגעבן דאָס בוך פֿון יעקבֿ גראָפּער "געקליבענע לידער" אין ייִדיש און העברעיִשער איבערזעצונג. אין 1976 איז דערשינען דאָס בוך "יעקבֿ גראָפּער און זײַן צײַט" אין ייִדיש און אין איבערזעצונג אויף העברעיִש פֿונעם בוך "דאָס רומענישע ייִדנטום" פֿון שלמה ביקל. אין 2006 האָט דער פֿאָנד אַרויסגעגעבן דאָס בוך "יעקבֿ גראָפּער ווי זײַן דור האָט אים געזען" אין ייִדיש און העברעיִש.