ד״ר אירינאַ שיכאָוו |
אין יוני האָט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אָנגעהויבן האָט ער זיך מיט דער פֿאָרשטעלונג, "די לעצטע תּפֿילה", וואָס גייט שוין 20 יאָר אויף דער בינע פֿונעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער, אַן אינסצעניזאַציע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן דראַמאַטורג גריגאָרי גאָרין. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָבן שוין אין דער פֿאָרשטעלונג געשפּילט עטלעכע דורות אַקטיאָרן, און זי גייט נאָך אַלץ אָן מיט דערפֿאָלג.
צו דער דערעפֿענונג פֿונעם שלום־עליכם־פֿעסטיוואַל האָט די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג אָפּגעקויפֿט די ייִדישע קהילה, און די ייִדן פֿון מאָלדאָווע האָבן געהאַט אַ גוטע געלעגנהייט זיך ווידער צו פּאַסמאַקעווען מיט די קלוגע רייד פֿונעם פֿאָלקס־מענטש טבֿיה (געשפּילט פֿון ווסעוואָלאָד גאַוורילאָוו); זיך אַריבערטראָגן אין די פֿאַרשוווּנדענע צײַטן פֿון דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט.
אַן אַנדער אונטערנעמונג אין די ראַמען פֿון פֿעסטיוואַל איז געווען די וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט דורך דעם ייִדישן קולטור־צענטער. שוין אין דעם פֿאָיע האָט די ייִדישע ביבליאָטעק אויף מאַנגערס נאָמען פֿונאַנדערגעשטעלט אַן אויסשטעלונג פֿון שלום־עליכמס ביכער אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, וואָס האָט דערמעגלעכט צו דערפֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דער ליטעראַרישער טעטיקייט פֿון דעם געניאַלן שרײַבער.
די אָרגאַניזאַטאָרן איז געלונגען צונויפֿצושטעלן אַן אינטערעסאַנטע רשימה פֿון די אויפֿטרעטונגען בײַ דער קאָנפֿערענץ: רעפֿעראַטן און מיטטיילונגען, וואָס האָבן באַלויכטן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונג. אַזוי, למשל, האָט ד״ר אירינאַ שיכאָוו דערעפֿנט די קאָנפֿערענץ מיט איר אויפֿטריט אויף דער טעמע "די שאַפֿערישע ירושה פֿון שלום־עליכמען". זי האָט באַטאָנט, אַז "אַפֿילו אין די פֿינצטערע צײַטן פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, ווען עס זײַנען געשלאָסן געוואָרן די שילן, ליקווידירט געוואָרן די ייִדישע שולן און לערן־אַנשטאַלטן, טעאַטערס און בכלל אויסגעמעקט געוואָרן פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט די ייִדישע קולטור, איז שלום־עליכם פֿאַרבליבן אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט. מענטשן האָבן געוווּסט, אַז זיי האָבן אַ שלום־עליכמען, און דאָס האָט זיי געמוטיקט צו בלײַבן אַ ייִד."
די ביבליאָגראַפֿין שׂרה שפּיטאַלניק האָט אין איר אויפֿטריט דערציילט וועגן דעם שרײַבערס משפּחה, וועגן דעם גורל פֿון זײַנע קינדער און אייניקלעך. זי האָט באַקאַנט די באַטייליקטע פֿון דער קאָנפֿערענץ מיט די ביכער, וואָס געפֿינען זיך אין רשות פֿון דער מאַנגער־ביבליאָטעק.
איסאַק פֿאַרבער |
די מוזיקאָלאָגין יעלענאַ אַבראַמאָוויטש, דאָס אור־אייניקל פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט איבערגעלייענט אַן אויסצוג פֿון איר באָבעס זכרונות, די טאָכטער פֿון מענדעלע, נאַדיאַ, וווּ זי באַשרײַבט די טרעפֿונגען פֿון איר טאַטן מיטן יונגן שלום ראַבינאָוויטש, בעת זײַנע באַזוכן אין אָדעס.
ממש אַ סורפּריז האָט דערוואַרט די אָנטיילנעמער, ווען אויפֿן קינאָ־עקראַן האָבן אויפֿגעלעבט די עפּיזאָדן פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ כּתריאלעווקע", אויפֿגעפֿירט אין קעשענעוו אין די 1960ער יאָרן. נישט ווייניק פֿון די, וואָס זײַנען געזעסן אין זאַל האָבן געדענקט די טאַלאַנטירטע שפּיל פֿון די יונגע אַקטיאָרן, ייִנגלעך און מיידלעך פֿון דעם פֿאָלקס־טעאַטער, אָנגעפֿירט פֿון מיכאָעלסעס אַ תּלמיד, דעם אַקטיאָר ראובֿן לעווין.
צווישן אַנדערע אונטערנעמונגען אין די ראַמען פֿון דעם פֿעסטיוואַל האָט זיך פֿאַרגעדענקט דער באַוווּסטער אַמעריקאַנער פֿילם־מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", ווי אויך דער קאָנצערט אינעם זאַל פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿילהאַרמאָניע, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די בעסטע מוזיקער און אַרטיסטן, אַזעלכע ווי דער פֿידלער נחום כאָש, קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי, זינגערס אַנדזשעלאַ פּיכוט און אַלעקסיי דעגאָרע.
אינעם ליטעראַרישן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָבן געקלונגען אויסצוגן פֿון שלום־עליכמס ווערק, געלייענט פֿון חנה גלוטניק, אַ לערערין אין ליציי אויף רמב״ם׳ס נאָמען; איסאַק פֿאַרבער האָט איבערגעלייענט אַ פֿראַגמענט פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס". די ייִדיש־לערערין פֿון דער "אַגודת־ישׂראל"־ישיבֿה, מאַרינע שרײַבמאַן האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער פּראָגראַם אַ באַזונדער חנדעלע: אירע צוויי תּלמידות, שיינדל וואָווק און דבֿורה ליפֿשיץ, האָבן געוויזן אַ סצענקע פֿון שלום־עליכמס קאָמעדיע "200,000". צום סוף פֿון דעם אָוונט האָט זיך דערהערט די שטימע פֿונעם יובילאַר אַליין — די רעקאָרדירונג, וווּ שלום־עליכם לייענט אַן אויסצוג פֿון זײַנס אַ ווערק. עס האָט זיך באמת געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דער גרויסער ייִדישער שרײַבער געפֿינט זיך צווישן אונדז.