מאָנטיק, דעם 13טן יולי, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן אין זײַן קאַנצעלאַריע מיט 16 פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. ווי עס גיט איבער די פּרעסע־דינסט פֿונעם "ווײַסן הויז" זײַנען בעת דער טרעפֿונג אַרומגערעדט געוואָרן די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און ישׂראל.
ס‘איז נישט קיין סוד, אַז זינט פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט איבערגענומען די מאַכט, טראָגן די דאָזיקע באַציִונגען אַן אָנגעשטרענגטן כאַראַקטער,
און דאָס נישט נאָר ווײַל כּמעט אין דער זעלבער צײַט האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג איבערגענומען די רעכטע קאָאַליציע, בראָש מיטן פּרעמיער בנימין נתנהו.
אָבאַמאַ אַליין האָט בעת דער איצטיקער טרעפֿונג באַטאָנט, אַז במשך פֿון אַכט יאָר האָט דער "אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער אוניסאָן" פֿון פֿאָדערונגען צו דעם פּאַלעסטינער צד נישט געבראַכט קיין שום רעזולטאַטן. איצט, זעט אויס, וויל אָבאַמאַ אויספּרוּוון אַן אַנדער טאַקטיק. אָבער וואָס גענוי מיינט אָט די "נײַע טאַקטיק" האָט ער נישט דערקלערט.
אויף דער טרעפֿונג זײַנען אויך בײַגעווען די צוויי "קאַזיאָנע ייִדן": דער הויפּט פֿונעם פּרעזידענטס פּערסאָנאַל אינעם "ווײַסן הויז", ראַם עמאַנועל, און דער עצה־געבער בײַם פּרעזידענט, דעיוויד אַקסעלראָד. לויט אַן ידיעה, געדרוקט אין "האָרץ", האָט דער פּרעמיער נתניהו זיי ביידע כאַראַקטעריזירט ווי "ייִדן, וואָס האָבן פֿײַנט זיך אַליין". נתניהו האָט זיך שפּעטער אָפּגעזאָגט פֿון די ווערטער, אָבער אויפֿן פּאַפּיר און אין זכּרון פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכקייט זײַנען אָט די ווערטער דווקא פֿאַרבליבן.
וואָס ווערט געזאָגט וועגן דער טרעפֿונג אין דער ישׂראל־מעדיאַ? די מלוכישע ראַדיאָ־סטאַנציע "קול־ישׂראל" האָט אויפֿן אַנדערן טאָג איבערגעגעבן, אַז לויט אָבאַמאַס רייד, וועט ער נישט אַרויסווײַזן קיין דרוק אויף ישׂראל. און ווי אָבאַמאַ באַטאָנט בײַ אַלע זײַנע אויפֿטריטן, וועט זײַן אַדמיניסטראַציע טאָן אַלץ, כּדי צו פֿאַרזיכערן די זיכערהייט פֿון ישׂראל און פֿאָרויסשטופּן דעם שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח.
אונדזער מיינונג פֿון דער טרעפֿונג — אויפֿן סמך פֿון די ידיעות, וואָס מיר קאָנען מיט זיי אָפּערירן — וואָלט מען געקאָנט אויסדריקן אַזוי: ווי ווײַט קאָנען די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע זײַן רעכט געשטימט, כּדי צו געפֿינען אַ פּשרה מיט דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע?
פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל אָבאַמאַ אָנטאַפּן די רעאַקציע בײַ די ייִדישע קהילה־פֿירער, ווי ווײַט ער קאָן אָנגיין מיט זײַן "נײַער טאַקטיק".
ווי גרויס דאַרף זײַן די שטראָף?
די "פּרשה דעמיאַניוק", דער מערדער אינעם טויט־לאַגער סאָביבאָר, באַקומט איר אַנטוויקלונג אין מינכן, וווּהין דער 89־יאָריקער דזשאָן (איוואַן) דעמיאַניוק, וועלכער ווערט "פֿאַרדעכטיקט אין העלפֿן די נאַציסטן", איז דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, לויט די פֿאָדערונגען פֿון דער דײַטשישער פּראָקוראַטור.
אונדזערע לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן ווער דער דאָזיקער פּאַרשוין איז; ערשט נישט לאַנג צוריק האָט דער שרײַבער מישע לעוו אָפּגעדרוקט זײַן אַנאַליטישן אַרטיקל אונטערן קעפּל "און ווידער וועגן דעם ייִדן־מערדער, איוואַן דעמיאַניוק", (זע, "פֿאָרווערטס" פֿאַרן 19—25 יוני). זײַן וועג איבער די לאַבירינטן פֿון דער וועלט־יוריספּרודענץ גייט שוין אָן לאַנגע יאָרן. זעט אָבער אויס, אַז די "דעמיאַניוק־פּרשה" קומט שוין צום סוף. די וואָך האָט די פּראָקוראַטור אין מינכן אָפֿיציעל באַשולדיקט איוואַן דעמיאַניוקן אין אומברענגען 27 טויזנט 900 קאַצעטלער פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער סאָביבאָר.
פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַנע פֿאַרטיידיקער טוען אַלץ, כּדי אָפּצוציִען דעם אָנהייב פֿון מישפּט. זיי טענהן, אַז דער אַלטער געפֿינט זיך אין אַזאַ געזונט־צושטאַנד, בײַ וועלכן ער קאָן נישט ווערן געמישפּט. די מעדיצינישע עקספּערטיז, לויט דער פֿאָדערונג פֿונעם געריכט, האָט אָבער באַשלאָסן, אַז דעמיאַניוק קאָן יעדן טאָג בײַזײַן אויף צוויי זיצונגען אין געריכט צו אָנדערטהאַלבן שעה יעדע.
גאָט האָט געשטראָפֿט קינען פֿאַרן דערהרגענען זײַן ברודער הבֿל מיט אומשטערבלעכקייט: זאָל מען אין אַלע דורות וויסן און געדענקען, וואָס עס קומט דעם מערדער פֿון איין מענטש! צי איז דאָ אַזאַ שטראָף, וואָס וואָלט געקאָנט "דעקן" דעם מאָרד פֿון 27 טויזנט 900 אומשולדיקע מענטשלעכע לעבנס?