|
די רעגירונג פֿון אוקראַיִנע קומט אָן פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו, יוני 24, 1934 |
|
מיט 75 יאָר צוריק, סוף יוני 1934, איז די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו (אָדער כאַרקיוו, לויטן אוקראַיִנישן נוסח) קיין קיִעוו. פֿריִער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז "ניט אָנגעשטאַנען" צו האָבן קיִעוו פֿאַרן צענטער פֿון סאָוועט-אוקראַיִנע, ווײַל די שטאָט האָט אויף זיך געטראָגן די שרעקלעכע זינד פֿון נאַציאָנאַליזם. מיט קיִעוו איז דאָך געווען פֿאַרבונדן די געשיכטע — אמת, אַ קורצע — פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט. אין כאַרקאָוו האָט מען געשאַפֿן די סאָוועטישע רעגירונג נאָך איידער מע האָט סאָוועטיזירט קיִעוו, און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן.
אין די 1920ער און די פֿריִע 1930ער יאָרן איז כאַרקאָוו פּלוצעם געוואָרן אַ ייִדישער קולטור-צענטער. פּלוצעם — ווײַל פֿאַר דער רעוואָלוציע האָט די שטאָט, וואָס איז געווען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ, אַזאַ ראָלע ניט געשפּילט. דער מצבֿ האָט זיך גענומען בײַטן בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען אין כאַרקאָוו האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּליטים פֿון די מערבֿדיקע געגנטן. איינער פֿון די אָנגעקומענע, קלמן זינגמאַן, האָט אין 1917 געעפֿנט אין דער שטאָט אַ פֿאַרלאַג מיטן נאָמען "ייִדיש". פּלענער האָט זינגמאַן געהאַט ריזיקע. ער האָט אָנגעהויבן צו דרוקן אַ זשורנאַל, "קונסט-רינג", אָבער עס זײַנען אַרויס בלויז צוויי נומערן. אין אויגוסט 1918 האָט זיך אויף אַ קורצער צײַט באַוויזן אַ צײַטונג, "כאַרקיווער צײַטונג", רעדאַקטירט דורך משה טײַטש, וואָס איז שוין געווען אַ באַקאַנטער נאָמען אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
די אמתע אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן צענטער איז געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון דער סאָוועטישער ביוראָקראַטישער סטרוקטור, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין דער נײַער הויפּטשטאָט. די סאָוועטישע מאַכט האָט געדרוקט די צײַטונגען "דער ייִדישער קאָמוניסט" (אין 1919) און "דער קאָמוניסט" (אין 1920—1922). זינט 1925 האָט מען דאָרטן אַרויסגעגעבן די טעגלעכער צײַטונג "דער שטערן", וואָס איז, אַ פּנים, געווען די בעסטע צײַטונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. כאַרקאָוו איז געוואָרן דאָס אָרט, וווּ עס זײַנען אַרויס ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס פֿאַר דער יוגנט ("יונגע גוואַרדיע"), בעל-מלאָכות ("דער קוסטאַר"), קינדער ("זײַ גרייט"), לערער ("ראַטנבילדונג"), ווי אויך עטלעכע אַנדערע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט "געזונט און אַרבעט" און "באַהערשן די טעכניק פֿון דער סאָציאַליסטישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער פּראָדוקציע". דער לעצטער טיטל (עס ליגט ערגעץ בײַ מיר אַ נומער פֿון אָט דער שפּאַנענדיקער אויסגאַבע) קלינגט פֿאַר מיר ווי אַן אונטערקעפּל פֿון אַ שונד-ראָמאַן.
די כאַרקאָווער ליטעראַרישע זשורנאַלן "די רויטע וועלט" און "פּראָליט" האָבן געשאַפֿן די וויכטיקסטע פֿאָרומס פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. אין 1925, האָט מען אין דער שטאָט געעפֿנט אַ ייִדישן מלוכישן טעאַטער. פֿריִער איז אַזאַ טעאַטער געווען נאָר אין מאָסקווע. אין כאַרקאָוו האָט מען געדרוקט הונדערטער ייִדישע ביכער — שיינע ליטעראַטור פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער, לערנביכער, פּראָפּאַגאַנדע. עס זײַנען אויך געווען ייִדישע לערן-אַנשטאַלטן.
אַ ביסל סטאַטיסטיק: אין 1920 האָבן אין כאַרקאָוו געוווינט 55 טויזנט ייִדן, אין 1923 — 65,000, און אין 1926 — שוין 81,000. אין אוקראַיִנע האָבן נאָר צוויי שטעט געקענט זיך באַרימען מיט אַ גרעסערער ייִדישער באַפֿעלקערונג: אָדעס (153,000) און קיִעוו (140,000). אָבער דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, געווען ניט דאָס וויכטיקסטע פֿאַר אַ קולטור-צענטער. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן), איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן, האָט אין יולי 1921 געשריבן וועגן בערלין, אַז די שטאָט "איז געוואָרן אַ ייִדישער צענטער, און דאָס איז ניט אַזוי צוליב דער באַדײַטנד פֿאַרגרעסערטער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי צוליב דער גרויסער צאָל ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אין בערלין". פּונקט דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן כאַרקאָוו.
"קיין כאַרקאָוו פֿלעגן אַלץ אָפֿטער קומען ייִדישע שרײַבער פֿון קיִעוו, פֿון אָדעס און פֿון אַנדערע שטעט. לייב קוויטקאָן האָט זיך אײַנגעגעבן אַריבערצוציִען קיין כאַרקאָוו דעם דיכטער משה כאַשטשעוואַצקי. פֿון אויסלאַנד איז געקומען דער נסתּר. עס האָט אָנגעהויבן אויסצוזען אַזוי, ווי אין כאַרקאָוו וואָלט באמת גענומען אויפֿקומען אַ ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה" — אַזוי שרײַבט אין זײַנע זכרונות, "פֿון אינעווייניק", הערש סמאָליאַר, דעמאָלט אַ קאָכלעפֿל צווישן די יונגע ייִדישע קאָמוניסטן.
אין אינטערנעץ שטויסט מען זיך אָן אויף מאָדנע זאַכן. למשל, איך בין אַרויסגעשוווּמען אויף אַ וועבזײַטל וועגן דעם שרײַבערישן קאָאָפּעראַטיוו "סלאָוואָ" ("וואָרט"), וואָס מע האָט אין כאַרקאָוו געבויט סוף 1920ער יאָרן. די פֿאָרעם אַליין פֿון דעם בנין האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס רוסישע און אוקראַיִנישע אות C — פֿאַר "סלאָוואָ". געשטאַנען איז דאָס הויז אויף דער "גאַס פֿון רויטע שרײַבער", איצט הייסט זי די "קולטור-גאַס".
זינט 1930 האָבן אין דעם קאָ־אָפּ "סלאָוואָ" געוווינט צענדליקער פּען-מענטשן. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען אוקראַיִנישע שרײַבער, בתוכם ייִדן וואָס האָבן געשריבן אויף אוקראַיִניש. אין דעם זעלבן הויז האָבן אויך געלעבט ייִדישע שרײַבער, אַזעלכע ווי לייב קוויטקאָ און חנה לעווין. מע זאָגט, אַז אין די 1930ער יאָרן, בעת די "רייניקונגען", האָט מען אַרעסטירט מענטשן פֿון 40 דירות אין דעם בנין, וואָס האָט בסך-הכּל 63 דירות.
מיטן אַריבערפֿירן די הויפּטשטאָט קיין קיִעוו, האָט דער כאַרקאָווער ייִדישער צענטער גענומען ווערן אַלץ קלענער און קלענער. און נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דאָרטן שוין גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן. די דיכטערין חנה לעווין האָט דאָרטן געוווינט און אפֿשר נאָך עמעצער פֿון די ייִדישע ליטעראַטן. אָבער פֿון קיין אינסטיטוציעס פֿון ייִדישער קולטור איז שוין קיין רייד ניט געווען.