געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער.

אויך זייערע לערער באַמיִען זיך "אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם", זיך עטוואָס אָפּצורוען פֿון זייער טאָג־טעגלעכער אַרבעט־רוטין, זיך אָננעמען מיט נײַע פֿרישע כּוחות, איידער זיי קערן זיך אום צוריק צו זייערע פּעדאַגאָגישע פֿליכטן אין די קלאַסצימערן. אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די לערער נוצן אויס די פֿרײַע צײַט פֿון די זומער־וואַקאַציעס, אָנטייל צונעמען אין סעמינאַרן און קורסן איבערן לאַנד, כּדי צו פֿאַרפֿולקאָמען זייער פּעדאַגאָגיש־מעטאָדאָלאָגיש וויסן, צו באַקענען זיך מיט נײַע, פֿאָרגעשריטענע מיטלען, צו פֿאַרשטאַרקן און באַרײַכערן זייער עפֿעקטיווקייט אין דער אַרבעט מיט זייערע תּלמידים. דער קינדער־גאָרטן, די עלעמענטאַרע און אַפֿילו העכערע קלאַסן פֿון דער שול, זענען דאָך די צווייטע היים פֿון דעם תּלמיד, וווּ עס שמידט זיך אויס זײַן כאַראַקטער און אינטעלעקט פֿון דעם קומענדיקן בירגער פֿון לאַנד.

אין אונדזערע סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און זיכערהייט־באַדינגונגען; אין דעם שווערן, גײַסטיקן מצבֿ, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, זענען די פֿליכטן און פֿאַראַנטוואָרטלעכקייטן פֿון דעם לערער פֿילפֿאַכיק גרעסער, ווי זיי וואָלטן געווען אין רויִקע און פֿרידלעכע צײַטן. עס איז באַקאַנט אַ לאַטײַנישער זאָג, אַז דער לערער אין קלאַס איז "In Loco Parentis" — אַז ער פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון טאַטע־מאַמע ווען דאָס קינד געפֿינט זיך אונטער זײַן אויפֿזיכט אין קלאַס, און אַפֿילו אויסערן קלאַס; אין דעם בנין פֿון דער שול און אַרום אים.

אין די לעצטע יאָרן זענען די דערגרייכונגען פֿון די תּלמידים אין דעם ישׂראל־שולוועזן גאָר ניט קיין גרויסע, און בכלל — ניט־צופֿרידנשטעלנדיקע. עס איז אַ באַדויערנדיקע דערשײַנונג וואָס נישט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען מצד דעם חינוך־מיניסטעריום, זײַנע מפֿקחים און לערער, שוין נאָך דעם וואָס מען האָט אײַנגעפֿירט פֿאַרשיידענע רעפֿאָרמען און ענדערונגען אין דער לערנפּראָגראַם, האָט דער ניוואָ פֿון די דערגרייכונגען אין די לימודים זיך ניט דערהייבן צו די פּלאַנירטע און געוווּנטשענע רעזולטאַטן.

מיט אַ צײַט צוריק זענען געגעבן געוואָרן אינטערנאַציאָנאַלע עקזאַמענס צו דרײַ הונדערט טויזנט תּלמידים, אין 41 לענדער איבער דער גאָרער וועלט. ישׂראל־תּלמידים פֿון ה׳־ו׳־ז׳־קלאַסן פֿון חטיבֿת־הביניים (מיטלקלאַסן) אין די עלעמענטאַרע שולן, האָבן אָנטיילגענומען אין "PIS-2002"־עקזאַמען. דער צוועק פֿון דעם דאָזיקן עקזאַמען איז געווען צו פֿאַרגלײַכן די קענטענישן אין דרײַ יסודותדיקע קעגנשטאַנדן: מאַטעמאַטיק; הבֿנת־הניקרא (פֿאַרשטיין דעם געלייענטן טעקסט); ידע־מדע (יסודות־קענטענישן פֿון די וויסנשאַפֿטן). די רעזולטאַטן האָבן ליידער באַוויזן, אַז די ישׂראל־תּלמידים געפֿינען זיך אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער סקאַלע אין דער געפּרוּווטער קאַטעגאָריע אויפֿן ניוואָ פֿון די אַזוי גערופֿענע "אָפּגעשטאַנענע" לענדער, ווי אַלבאַניע, טײַלאַנד, מעקסיקע, אינדאָנעזיע, פּערו א״אַנד. אין די פֿאָדערשטע פּלעצער געפֿינט זיך האָנג־קאָנג אויפֿן ערשטן פּלאַץ, יאַפּאַן — אויף דעם צווייטן, פֿינלאַנד — אויף דעם פֿינפֿטן.

די נידעריקע רעזולטאַטן פֿון דעם אינטערנציאָנאַלן עקזאַמען האָבן אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער ישׂראל־מעדיאַ — אין דער פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ. מען האָט שטאַרק קריטיקירט די לייטונג פֿון דעם בילדונג־מיניסטעריום מיט זײַנע מפֿקחים (אויפֿזעער), די לערנפּראָגראַם בכלל, און דעם פּעדאַגאָגישן ניוואָ פֿון אַ גרויסן פּראָצענט לערער אין די שולן פֿון לאַנד, בפֿרט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך די פֿאַראַנטוואָרטלעכע רעגירונגס־אינסטאַנצן האָבן ניט אויסגעמיטן די שאַרפֿע קריטיק צוליב די שניטן אין דעם יערלעכן בודזשעט פֿאַר די צוועקן פֿון חינוך און אַלע זײַנע צווײַגן; דעם פּראָפֿעסיאָנעלן מצבֿ פֿון דעם לערער, זײַנע נידעריקע שׂכירות און אַלגעמיינעם שטאַנד אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.

מען האָט פֿאָרגעוואָרפֿן, ניט מער און ניט ווינציקער, אַז עס וואַקסן אויס דורות פֿון אומוויסנדיקע, הינטערשטעלנדיקע עמי־הארצים, וואָס וועלן ניט זײַן פֿעיִק צו באַשיצן דאָס לאַנד און פֿאַרזיכערן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿאָרגעשריטענע, אינטעליגענטע בירגער פֿון מדינת־ישׂראל. מען האָט קריטיקירט שאַרף די אַלגעמיינע לערנפּראָגראַם און די לערער וואָס שטייען ניט אויף דער געהעריקער הייך אין זייערע פּעדאַגאָגישע קוואַליפֿיקאַציעס.

* * *

עס האָט אויך ניט אויסגעפֿעלט קיין קריטיק קעגן די חינוך־מיניסטאָרן (און מיניסטאָרינס...) גופֿא, וועלכע זענען ניט מצליח געווען אין זייערע פֿאַרשיידענע פּלענער און רעפֿאָרמען, וואָס האָבן געדאַרפֿט ברענגען די "ישועה" צו דעם שפֿלדיקן מצבֿ אין דעם שולוועזן.

וואָס אַן אמת, דאַרף מען אָנערקענען, אַז ניט אין אַלע חלאַתן, פּראָבלעמען, חסרונות און שוואַכקייטן אין דעם ישׂראל־שולוועזן זענען שולדיק די מיניסטאָרן. זיי קומען ערנסט און אויפֿריכטיק מיט זייערע אַמביציעס און נײַע פּלענער, צורעכטצומאַכן און פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אין די שולן. ווי באַקאַנט, גייען די ענדערונגען אין דעם שולוועזן אין ישׂראל "האַנט בײַ האַנט" מיט די אין דער רעגירונג, ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אָפֿטע וואַלן, ווען ס׳קומט אָפֿט אַ נײַער דערציִונגס־מיניסטער (אָדער מיניסטאָרין...), וועלכע ברענגען מיט זיך זייערע פּאָליטישע אָנשויונגען און חינוך־קאָנצעפּציעס, לויט זייער מיינונג און זייער געשמאַק, וואָס איז גוט און נייטיק פֿאַרן קינד און פֿאַר דער מדינה...

* * *

אַזוי האָט דער משׂרד־החינוך מיט אייניקע טעג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סטאַטיסטיק, וואָס שפּיגלט אָפּ דעם מצבֿ וואָס שייך דער צאָל תּלמידים אין לאַנד אין עלטער פֿון 17 יאָר, וועלכע דערגרייכן און פֿאַרענדיקן כּיתּה י״ב — דעם 12טן קלאַס פֿון דעם תּיכון (מיטלשול), און באַקומען תּעודות־בגרות (מאַטורע). די דאָזיקע סטאַטיסטיק באַווײַזט, אַז איינער פֿון יעדע פֿינף תּלמידים, פֿאַלט אָפּ און פֿאַרענדיקט ניט די מיטלשול. בלויז 49.4% סטודענטן פֿון די 116,415 17־יאָריקע אין דעם יאָר ענדיקן דעם 12טן קלאַס און מאַכן דורך די מאַטורע־עקזאַמענס. זיי זענען 2 פּראָצענט ווייניקער פֿון די פֿאַראַיאָריקע סטודענטן און 5 פּראָצענט ווייניקער, ווי מיט 4 יאָר צוריק.

דער נײַער בילדונגס־מיניסטער גדעון סער (סאַאַר), פֿון דער "ליכּוד"־פּאַרטיי, וועלכער האָט איבערגענומען מיט 3 חדשים צוריק זײַן אַמט אין דער נתניהו־רעגירונג פֿון פּראָפֿ׳ יולי תּמיר, פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי, אין דער רעגירונג פֿון אָלמערט, ווײַזט אָן, אַז בלויז 79.2% פֿון די 17־יאָריקע סטודענטן אין לאַנד זענען הײַיאָר צוגעטראָטן צו די מאַטורע־עקזאַמענס. די דאָזיקע טענדענץ איז אַ נעגאַטיווע און באַדויערנדיקע ריכטונג און ער דערקלערט, אַז ער איז גרייט מיט אַלע זײַנע כּוחות און רעסורסן דאָס צו ענדערן, כּדי די צאָל פֿון די גראַדואַנטן פֿון 12טן קלאַס זאָל זיך פֿאַרגרעסערן אין דער צוקונפֿט, ווײַל זיי זענען דאָך דער רעזערוווּאַר פֿון וואַנען עס קומען די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס. "זיי זענען אונדזערע צוקונפֿטיקע געלערנטע, פּראָפֿעסאָרן, לערער און גײַסטיקע כּוחות פֿון דער מדינה", האָט ער דערקלערט.

אַזוי האָט דער נײַער מיניסטער גדעון סער לעצטנס אויך געלאָזט וויסן, אַז ער וועט פֿאַרגרעסערן די צאָל לערנשעהען פֿון די מוטער־שפּראַכן, העברעיִש און אַראַביש אין די קלאַסן ג׳, ד׳, פֿון 6 שעה אַ וואָך צו 8—10 שעה אַ וואָך, אַז די דאָזיקע תּלמידים זאָלן בעסער זײַן צוגעגרייט צו דעם אינטערנאַציאָנאַלן עקזאַמען, וואָס זיי וועלן דאַרפֿן נעמען אין צוויי יאָר אַרום, אין יאָר 2011!

אויך אין די אַנדערע קעגנשטאַנדן וועט ער געבן מערער לערנשעהען, אַז די תּלמידים אין די קלאַסן זאָלן באַקומען בעסערע צייכנס און מדינת־ישׂראל זאָל פֿאַרנעמען אַ בעסערן און העכערן פּלאַץ צווישן די 45 מדינות, וואָס וועלן אָנטייל נעמען אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן עקזאַמען אין יאָר 2011.

מיר אַלע האָפֿן, אַז אַזוי וועט עס טאַקע זײַן.

כּן יהי רצון!