פּובליציסטיק
טבֿיה שטערן
טבֿיה שטערן

כ׳האָב עס געהערט אויף דעם ראַדיאָ. כ׳האָב עס געלייענט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," אַז אַ ייִד מיטן כּשרן נאָמען ווי טבֿיה שטערן — אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ביז מען האָט אים געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין דער חד־גדיא. דערווײַל רוקט זיך אונטער זײַן זונס בר־מיצווה. וואָס זשע טוט דער שווינדליאָזש, דער מאַטאַץ, דער פֿאַרברעכער? ער פּלאַנירט אויס אַ בר־מיצווה פֿאַרן זון אין דער טורמע, מיט אַ כּשרן מאָלצײַט. ער קויפֿט אונטער צוויי אָפּטיילונג־דירעקטאָרן און דעם תּפֿיסה־היטער, און פֿאַרן כאַבאַר גרייטן זיי אָן פֿאַר אים און זײַנע זעכציק אײַנגעלאַדענע געסט די גימנאַסטיק־האַלע. זיי לאָזן אים אַרײַנברענגען אַ קאַפּעליע פֿון פֿינף כּלי־זמרים מיטן אָנטייל פֿונעם אָרטאָדאָקסישן און שטאַרק פּאָפּולערן זינגער יעקבֿ שוועקי, און דאָס אַלץ אונטער דער נאָז פֿון די גרויסע שטאָט־שישקעס. אַלע געסט האָט מען דערלויבט אַרײַנצוברענגען אין תּפֿיסה זייערע צעל־טעלעפֿאָנדלעך, וואָס דאָס איז שטאַרק פֿאַרבאָטן. דאָס עסן האָט מען סערווירט אויף גוטן סערוויז־געפֿעס מיט מעטאַלענע גאָפּלען און מעסערס, כאָטש דאָס אַלץ האָט געבראָכן אַלע תּפֿיסה־געזעצן. נאָך אַלעמען: די אַלע מכשירים, אַז זיי קריגן זיך אַרײַן אין די הענט פֿון די שווערע פֿאַרברעכער, איז עק וועלט.

אַ סך פֿון די שטאָט־טאַטעלעך האָבן זיך נישט געקענט גלייבן, אַז אַ קרימינאַלניק, אומאָפּהענגיק פֿון וויפֿל געלט ער פֿאַרמאָגט, האָט באַוויזן צו ברעכן אַלע געזעצן פֿון אַן אָפֿיציעלער שטאָטישער אינסטיטוציע, ווי אַ תּפֿיסה; געמעגט פֿאַרוואַנדלען דאָס אַרעסטאַנטן־הויז אין אַ פֿריילעכן באַנקעט, וואָס האָט געדויערט זעקס שעה נאָכאַנאַנד. ווען מען האָט געפֿרעגט בײַ די שטאָט־אָנגעשטעלטע, ווי לאָזט מען צו אַזאַ סקאַנדאַליעזן אויפֿפֿיר פֿון די תּפֿיסה־היטער, האָבן זיי בלויז געהויבן מיט די פּלייצעס און געענטפֿערט, אַז זיי קענען נישט ענטפֿערן דערויף און, דער עיקר, גיט נישט אָן אונדזערע נעמען, ווײַל עס קען דערגיין צו די הויכע פֿענצטער. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, היתּכן? ווי איז דאָס מעגלעך?

די זשורנאַליסטן מיט די רעפּאָרטערן זײַנען באַפֿאַלן דעם ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער (מעיאָר) מײַקל בלומבערג, ווי האָט ער געמעגט צולאָזן אַזאַ אומגעהערטן אַקט? און אַז מ׳האָט צוגעשטעלט צום ווענטל דעם "Correction-commissioner (באַשטראָפֿונג־קאָמיסאַר)" מאַרטין האָרן, מיט דער זעלבער פֿראַגע, און געוואָלט וויסן וווּ איז ער געווען? ווי האָט ער געקענט צולאָזן צו אַזאַ הפֿקרות? איז זײַן ענטפֿער געווען, אַז ער זאָגט זיך אָפּ פֿון ענטפֿערן. אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דעם ביוראָ פֿון דער פּראָקוראַטור אין מאַנהעטן, האָט זיך אויך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן. אַלץ וואָס די זשורנאַליסטן האָבן געוואָלט וויסן איז, צי מען פֿירט אַן אויספֿאָרשונג און ווער וועט מיט דער צײַט באַשטראָפֿט ווערן פֿאַר דער נאַכלעסיקייט און דער קאָרופּציע.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער זעלביקער טבֿיה שטערן, 47 יאָר אַלט, איז אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד נאָך אין 1989, נאָך דעם ווי מען האָט אים אַרעסטירט און באַשולדיקט אין שווינדל. מען האָט אים דעמאָלט אַרויסגעלאָזט אויף קויציע אין דער סומע פֿון אַ פֿערטל מיליאָן דאָלאַר. איצט ווערט מ״ר שטערן באַשולדיקט, צוזאַמען מיט זײַן ברודער אין אַ שווינדל אין דער ווערט פֿון כּמעט צוויי מיליאָן דאָלאַר, וואָס ביידע ברידער, פֿרומע ייִדן, האָבן באַוויזן צו באַשווינדלען זייערע פֿינאַנציעלע שותּפֿים. טבֿיה איז דעמאָלט אַנטלאָפֿן קיין בראַזיל מיטן ווײַב און פֿינף קינדער. ווען מען האָט אים געכאַפּט אין חודש פֿעברואַר, 2008, און צוריקגעברענגט קיין ניו־יאָרק, נאָך דעם ווי אַמעריקע האָט אים אויסגעפֿאָדערט, האָט מען אים אין בראַזיל ווידער אַ מאָל אַרעסטירט, בעת ער האָט פּרובירט אַרײַנצוקריגן זיך קיין ענגלאַנד. בײַם אָנקומען קיין אַמעריקע אין 2009, האָט מען אים דאָ נאָך אַמאָל אַרעסטירט פֿאַרן פֿאַרברעכן פֿון גנבֿה און גזילה, פֿאַרמישפּט אויף צוויי און אַ האַלב ביז זיבן יאָר תּפֿיסה. אין מיטן חודש אַפּריל האָט מען אים איבערגעפֿירט אין אַ תּפֿיסה וווּדבוירן, ניו־יאָרק.

זיצט ער זיך דאָרטן אין ראָסקאָש. ער קען דאָרט אַפֿילו פֿירן די קינדער צו דער חופּה, פּראַווען אַ ברית און עסן קרעפּלעך מיט בלינצעס. זעט אויס, אַז מיט געלט האָט מען די וועלט. פֿאַראַן גענוג זשעדנעקייט צווישן אונדז, גענוג קאָרומפּירטע אָנגעשטעלטע, און איך דאַרף אײַך נישט דערמאָנען אין בוירני מיידאָף, אַ מענטש אָן אַ געוויסן. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, וואָס נאָך זײַנען מיר פֿעיִק אָפּצוטאָן אונטערן קאַפּעלע.

לעצטנס האָב איך געהערט פֿון אַ ייִדן וואָס וויל אָפּדינגען דאָס אָפּערע־הויז אין ניו־יאָרק און פּראַווען דאָרט אַ בר־מיצווה אויף דער בינע, מיט אַ פֿילם־מאַנשאַפֿט, אַ רעזשיסאָר, אַ פֿופֿציק מאַן סימפֿאָנישן אָרקעסטער, מיט באַרימטע אָפּערע־זינגער, וועלכע וועלן זינגען אויסצוגן פֿון "לאַ טראַוויאַטאַ" און "דער שערער פֿון סעוויל." און אויב דאָס איז נישט גענוג, וועט אַ באַרימטע אָפּערע־סטאַר זינגען "אַיִדאַ," און מיט איר צוזאַמען האַלט בײַ מיטזינגען דער באַרימטער חזן אַדאָלפֿאָ מאַסטראָיאַני.

ווען איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דער בר־מיצווה, האָב איך זיך צוגעשטעלט צו דער רשימה פֿון די פֿאַרבעטענע געסט. ערשטנס, האָט מען מיר אָנגעזאָגט די גוטע בשׂורה, אַז יעדערער דאַרף קויפֿן אַ בילעט, און דאָס געלט וועט גיין פֿאַרן בר־מיצווה־ייִנגעלע. די ביליקסטע בילעטן האָבן געקאָסט אַ מאַיאָנטעק. האָט מען מיר פֿאָרגעלייגט די גאַלערקע אויפֿן זעקסטן באַלקאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין זיי אַלע מוחל געווען די טובֿה.

און וואָס איז דער וווּנדער. מען פּראַוועט בר־מיצווהס אויף שיפֿן, אויף סאַפֿאַריס אין אַפֿריקע, אין אינדיע; אויף קעמלען און אויף העלפֿאַנדן. אַלץ וואָס מען דאַרף איז די עטשע־פּעטשע־מעטשע. מ׳ברענגט די געסט אַראָפּ מיט דזשעט־עראָפּלאַנען, דעם רבין מיט דער רביצין אין יאַכטעס, אַ חזן מיטן שלתּן־שמש אויף אַ רער, און דעם גולם פֿון פּראָג אויף פֿערד־און־וואָגן. צום שוווילטאָג איז בײַ אונדז אין־לשער. און שפּעטער וווּנדערט מען זיך הלמאַי מ׳שטעכט בײַ דער נישט־ייִדישער וועלט אויס די אויגן. מען האָט אונדז גערודפֿט ווען מיר זײַנען געווען פּענטאַקעס. הײַנט רודפֿט מען אונדז ווײַל מיר ווייסן נישט אויף וואָס מיר גייען.

מיט אַ צײַט צוריק האָב איך געקענט אַ פּאַרשוין, פֿון דער פֿראָפֿעסיע אַ חזן. קיין קינדער האָט ער נישט געהאַט, נאָר הינטל יאָ. איז וואָס מיינט איר, ער האָט געפּראַוועט אַ בר־מיצווה פֿאַר אַ הינטל. מיט קאָלירטע דרײַ־עקיקע היטעלעך און אַן אמתדיקן מאַרך־ביין.

בײַ מיר אין הויז וווינט אַ ייִדענע פֿון 83, זאָל זי לעבן און געזונט זײַן. זי פֿאַרנעמט נישט מײַן שטח. דערציילט זי מיר, אַז יענע וואָך האָט זי געפּראַוועט איר בת־מיצווה אין דער רעפֿאָרמירטער שול אין ריווערדייל, וואָס די פֿיר טעראָריסטן האָבן געהאַט בדעה זי אויפֿצורײַסן.

טראַכט איך בײַ זיך, זײַנען מיר געווען צופֿרידענער אין אַמאָליקן שטעטל? אין לאָדזשער באַלוט? אין די געפּאַקטע וואַרשעווער נאַלעווקעס, וווּ מיר האָבן געפּאָקט און געמאָזלט? איך גלייב אַז ניין. אָבער מען האָט געחלומט פֿון אַ בעסערן מאָרגן, פֿון אויסגלײַכן די קרומע וועלט, מען האָט געהאַט פֿאַר וועמען אויסצוגיסן דאָס ביטערע האַרץ און אפֿשר איז דערפֿון לײַכטער געוואָרן. ווי עס זאָל נישט זײַן, מ׳האָט געלעבט מיט היימישקייט, מיט דער ייִדישער עטיק און מענטשלעכקייט. זיכער, אַז נישט אַלע ייִדן זײַנען טאַקע געווען צדיקים, אָבער זיי זײַנען אויך נישט אַלע געווען רשעים. מ׳האָט געלייענט ביכער און צײַטונגען אויף דער אייגענער שפּראַך וואָס אויף איר האָבן דורות אויסגעכאָוועט זייערע קינדער אין ליידן און פֿריידן.

איז וואָס האָבן מיר דאָ אויפֿגעטאָן מיט דער גאַנצער עלעקטראָנישער רעוואָלוציע, אַז אַלץ וואָס מיר ווילן וויסן איז וויפֿל איז מען ווערט? ווײַל אויב, חלילה, מען איז ווייניקער ווערט, קען מען פֿאַרלירן די גאַטקעס. איך דערמאָן זיך, אַז מיט יאָרן צוריק בין איך געווען אין וויליאַמסבורג מיט גוטע חבֿרים און פֿרײַנד. די געגנט איז ס׳רובֿ געווען באַזעצט מיט סאַטמאַרער חסידים. מיר זײַנען אַרײַן כאַפּן אַ ביס אין גאָטליבס רעסטאָראַן. די קעלנער האָבן אַלע געטראָגן לאַנגע בערד און געקרײַזלטע פּאות. זיי האָבן אַלע גערעדט ייִדיש, און מיר האָבן זיך דערפֿילט זייער היימיש צווישן זיי. דאָס עסן איז אויך געווען היימיש און טעם גן־עדן. דאָ האָט מען געקענט באַקומען טשאָלנט און צימעס, קישקע און געהאַקטע לעבער.

פֿון גרויס פֿרייד האָב איך גענומען זיך אַדורכשמועסן מיט איינעם פֿון די קעלנער, און אַרײַנגעמישט אין מײַן ייִדיש אַ סך לשון־קודש־ווערטער. נאָך אַלעמען, האָב איך געטראַכט, ער מוז דאָך זײַן אַ מומחה דערויף. יענער האָט דווקא געוואָלט וויסן צי איך שטאַם אָפּ פֿון רבנים אָדער רביים, ווײַל ער האָט זיך נישט צוגעגלייבט, אַז אַ ייִדענע קען דערלאַנגען אַזאַ ייִדישע סחורה, און איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז ניין. מײַן זיידע איז אַוועק פֿון דער אמונה, און ער האָט געצוווּנגען מײַן באָבען אויסצוטאָן איר שײַטל. אָבער ער האָט מיר נישט געגלייבט. איך דריי זיך אַרויס פֿונעם אמת. פֿרעגט ער מיך: "ווען זײַט איר פֿאַרדאָרבן געוואָרן?"

דער זאָג איז מיר געבליבן שטעקן אין מוח. דער יונגער־מאַן האָט מיך אָפּגעגשאַצט לויט זײַן חינוך, און געקומען צום אויספֿיר, אַז אַ פֿרוי וואָס רעדט אַ גוטן ייִדיש און מישט אַרײַן אַזוי פֿיל לשון־קודש־ווערטער, מוז אַרויסקומען פֿון אַ שטרענג פֿרומער היים, און אויב שוין יאָ אַזוי, בין איך אַראָפּ פֿון די ייִדישע רעלסן און געוואָרן פֿאַרדאָרבן.

אינטערעסאַנט אָנצוּווענדן דעם זעלבן געדאַנק צו דעם פֿרומען שווינדלער, וואָס פֿוילט הײַנט אין תּפֿיסה. ווען איז ער פֿאַרדאָרבן געוואָרן, און ווען זײַנען אַ סך פֿון די פֿאַרמעגלעכע ייִדן, פֿרומע און פֿרײַע, פֿאַרדאָרבן געוואָרן, אָנגעוווירן זייער געוויסן. זעט אויס אַז ס׳איז דאָ אַ השגחה אויף כּשר פֿלייש, כּשרער מילך, אַ גאַנצע אינדוסטריע פֿון כּשרות. איין זאַך האָבן זיי פֿאַרגעסן צו פֿאַרזיכערן, האָבן משגיחים אויף ערלעכקייט און אויף אַ ריינעם געוויסן.