- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם זעלבן טאָג, דעם אַכטן אויגוסט, ווען דער הימל אין ביידזשינג איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די פֿאַנטאַסטישע פֿײַערווערק־פֿאָנטאַנען, וואָס האָבן מיט זייער פֿײַערלעכער דערהויבנקייט געמאָלדן וועגן דעם אָנהייב פֿון די אָלימפּישע שפּילן, איז דער הימל פֿון דרום־קאַווקאַז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די טייטלעכע פֿײַער־שטראָמען, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ בלוטיקער שחיטה, צווישן גרוזיע און דער סעפּאַראַטיסטישער רעפּובליק — דרום־אָסעטיע. דער דורותדיקער כּלל, אַז בעת די אָלימפּישע שפּילן מוזן די האַרמאַטן אויפֿהערן צו שיסן, איז געשטערט געוואָרן. די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער. אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן". 90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש. אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן. ווען ס'איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שרײַבן אַזאַ בוך, האָבן מיר לאַנג זיך געשלאָגן מיט דער דעה ווי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן. אונדזער קלוב וואָס עקזיסטירט כּמעט דרײַסיק יאָר, האָט געהערט צו דער צאָל בעסטע ייִדיש־געזעלשאַפֿטן, וואָס פֿונקציאָנירן אין לאַנד. מען וואָלט געקענט, פֿאַרשטייט זיך, נאָר דערציילן די געשיכטע פֿון קלוב, דערמאָנען די פֿילצאָליקע אימפּרעזעס און באַגעגענישן, פּראָמינענטע מענטשן, וועלכע זײַנען בײַ אונדז אויפֿגעטראָטן אאַז"וו וואָלט דאָס אָבער ניט איבערגעגעבן אין דער פֿולער מאָס די אייגנאַרטיקייט פֿון קלוב, זײַן ספּעציפֿישע אַטמאָספֿער, די יאָרן פֿון אויפֿבלי און די ממש טראַגישע יאָרן פֿון ירידה, ווען אין אַ קורצער צײַט זײַנען אַוועק פֿון דער וועלט זייער פֿיל מיטגלידער, צווישן זיי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן, אָנהייבנדיק פֿון אונדזער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ' פּנחס ערליך. הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט. עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם... לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון. נאָך אַ קורצן שמועס מיט מײַן רעדאַקטאָר, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט — פֿאַרוואָס לייג איך מיר נישט די האַנט צום שרײַבן. "שרײַבסט?" פֿרעגט מיך באָריס. "זינט איך בין דאָ אין פֿלאָרידע איז מײַן שרײַבקראַפֿט אַנטדרימלט געוואָרן." האָב איך זיך פֿאַר אים מודה געווען. "וואָס עפּעס?" וויל ער וויסן. "כ'בעט דיך, ווי קען איך שרײַבן אַז די זון פּאַליעט און די לופֿט דושעט און אַלץ וואָס דיר גלוסט זיך איז כאַפּן אַ דזשימדזשיק אין אַ ווייכן פֿאָטעל אויף דער טעראַסע." יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן פֿרעסט דעם גאַנצן טאָג — חזיר אויף ביידע באַקן. מיר געבן אויס גאָר אַ סך געלט אויף עסן. איך האָב מורא, אַז ער נעמט זיך צו ביסלעך דאָס לעבן און וועט אַוועקשטאַרבן פֿון פֿאַרשטאָפּטע אַרטעריעס. ער הערט זיך נישט צו צו מיר, און נישט צו די דאָקטוירים — צו קיינעם נישט. ער איז זייער דיק און ס'איז מיר שווער צו קוקן אויף אים. וואָס זאָל איך טאָן, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מיר? פֿאַרזאָרגט טײַערע פֿאַרזאָרגט, עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט זיך טאַקע זאָרגן וועגן אײַער מאַנס געזונט. פֿעטקייט איז אַ קרענק און דאָס עסן קען ווערן אַן אַדיקציע. אויב אײַער מאַן וועט נישט וועלן בײַטן זײַן לעבן־שטייגער און אָננעמען די ריכטיקע בײַטן צו פֿירן אַ געזונטן לעבן, וועט ער זײַן געזונט פּטרן. איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נאָר האַלטן אין שטוב געזונטע עסנס און אים מוטיקן צו עסן ריכטיק און באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע הילף. טײַערע חזנטע, איך האָב אַ חבֿרטע וואָס לעבט אויס מײַן חלום. זי איז אַן איידעלע און וווילע חבֿרטע, אָבער ווען איך קוק אויף איר, זע איך אַלץ וואָס איך בין נישט געוואָרן. זי איז אַן אַדוואָקאַט אויף אַ גוטער שטעלע, מיט אַ פֿײַנער קאַריערע; איך בין אַ סעקרעטאַרשע. זי איז שיין און דאַר און האָט אַ מאַן; איך בין נישט קיין יפֿת־תּואר, כ'בין דיקלעך, און אַ געגטע. זי איז גוט צו יעדן איינעם; אין דער פֿרי בין איך תּמיד שלעכט אויפֿגעלייגט. איך וויל זיך חבֿרן מיט איר, אָבער ווי קען איך נישט זײַן איר מקנא? זאָל איך מער נישט בלײַבן איר חבֿרטע? גרינע טײַערע גרינע, רײַסט נישט איבער די פֿרײַנדשאַפֿט, צוליב אײַערע געפֿילן, אַז איר טויגט נישט. דער ציל אין לעבן איז צו זײַן דאָס בעסטע וואָס מע קען זײַן. אויב איר האַלט, אַז איר קענט מאַכן אַ בעסערע קאַריערע, אָדער פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט, אָדער געפֿינען אַ וועג צו זײַן בעסער אויפֿגעלייגט אין דער פֿרי, דאַרפֿט איר זיך שטעלן עס פֿאַר אַ ציל. אמתע חבֿרים איז שווער צו געפֿינען, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט זיך בעסער פֿילן, ווען איר בלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע, נישט געקוקט אויף די געפֿילן פֿון קינאה. אין דער תּורה שטייט, אַז מע זאָל נישט גלוסטן נאָך דעם וואָס דער שכן האָט. עס מאַכט זיך, אַז מע האָט אַזוינע געפֿילן; אָבער מע קען זיי בײַקומען, אויב מע גייט אויפֿן ריכטיקן וועג. טײַערע חזנטע, איך בין 37 יאָר אַלט, אַן אַלטער בחור, און וווין מיט מײַן מאַמען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע האַלט, אַז איך דאַרף איר באַווײַזן, אַז איך קען וווינען אַליין אַ יאָר לאַנג, איידער זי וועט מיט מיר חתונה האָבן. איך וויל מיט איר חתונה האָבן איצט. ווער איז גערעכט? אַ מאַמעס אַ ייִנגל טײַערער אַלטער בחור, אויב אײַער חבֿרטע זאָרגט זיך, אַז איר קענט נישט וווינען אַליין, דאַרפֿט איר טאַקע איר ווײַזן, אַז איר קענט יאָ דאָס דורכפֿירן און זײַן אומאָפּהענגיק. לאָזט זיך נישט אַרײַן אין קריגערײַען מיט איר; גיט איר בטחון.
* * *
|