קהילה־לעבן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בערשאַדער שיל ווי זי זעט אויס הײַנט פֿון אינעווייניק
די בערשאַדער שיל ווי זי זעט אויס הײַנט פֿון אינעווייניק

די ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל האָבן כּסדר געמאָלט דאָס שטעטל ווי אַ וועלטל פֿאַר זיך, וואָס לעבט לויט אייגענע געזעצן און האָט קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער אַרומיקער גרויסער וועלט. נאָכן חורבן איז דאָס דאָזיקע שטעטלדיקע וועלטל מער ניט געבליבן — אַזוי גלייבט מען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע, ווײַל דאָס איז איינער פֿון די יסודות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער אידעאָלאָגיע. מען קומט פֿון אויסלאַנד אין דער "אַלטער היים" נאָר צוליב איין ציל — "אויף קבֿר־אָבֿות". דערבײַ וויל מען פּשוט ניט זען, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער.

אַוודאי איז דאָס הײַנטיקע שטעטל אַנדערש ווי אַ מאָל. די צײַט לויפֿט, און די וועלט שטייט ניט אויפֿן אָרט. די עטלעכע שטעטלעך, וואָס האָבן נאָך אַ קליין ביסל ייִדן, האָבן ווייניק צו טאָן מיט דער אַלטער כּתריאלעווקע, אָבער זיי האָבן אָפּגעהיט זייער אייגנטימלעכן טעם און חן. צווישן די באַרימסטע שטעטלעך אין פּאָדאָליע איז בערשאַד, וואָס האָט אַ מאָל געשמט מיט אירע תּלית־קטנס, שיך און קאַפּעליושן. נאָך מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָבן דאָ געוווינט עטלעכע הונדערט ייִדן, וועלכע האָבן געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם שטאָטישן לעבן. ביז לעצטנס האָט בערשאַד אַפֿילו פֿאַרמאָגט אַן אייגענע ייִדישע צײַטונג "שבת", וואָס איז געווען פּאָפּולער אויך צווישן דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג. די צײַטונג פֿלעגט באַקומען אַ שטיצע סײַ פֿון אַמעריקע און סײַ פֿון עטלעכע אָרטיקע מקורים. איצט איז דאָס אַמעריקאַנער געלט מער ניטאָ, און די צײַטונג גייט אַרויס בלויז צו גרויסע יום־טובֿים, אַ דאַנק די פּאָר אָרטיקע מעצענאַטן.

בערשאַד שטייט אויף דעם טוריסטישן שליאַך, וואָס פֿירט פֿון וויניצע קיין אָדעס דורך אומאַן, און עטלעכע מאָל אַ יאָר שטעלן זיך דאָ אָפּ גרויסע אויטאָבוסן מיט טוריסטן פֿון ישׂראל. ס'רובֿ פֿון זיי האָבן עפּעס אַ שײַכות צו יענער געגנט. בעת דער מלחמה האָבן די רומענישע אָקופּאַנטן אַרײַנגעטריבן אין דער בערשאַדער געטאָ עטלעכע טויזנט ייִדן פֿון בוקאָווינע און בעסאַראַביע. די, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, קומען צו מאָל צוריק און ברענגען זייערע קינדער און אייניקלעך. אַזעלכע עקסקורסיעס האָבן אַן אייגענעם ריטואַל. מען קומט, קודם־כּל, אויפֿן "הייליקן אָרט", וווּ מען זאָגט "אל־מלא־רחמים" און קדיש, און דערנאָך גייט מען אַרום איבער דער אַמאָליקער געטאָ. בערשאַד, ווי אַנדערע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, איז פֿאַר די דאָזיקע באַזוכער ניט מער ווי אַ טייל פֿונעם ריזיקן בית־עולם.

אָבער די בערשאַדער ייִדן קוקן אויף זייער שטאָט אַנדערש. זיי באַקלאָגן זיך, אַז די ייִדישע וועלט באַמערקט זיי ניט הינטער די קבֿרים. אין משך פֿון איין טאָג האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין צוויי עקסקורסיעס, און זען צוויי ביז גאָר פֿאַרשידענע בערשאַדן. די אויסלענדער ווײַזט מען די "טויטע" שטאָט, און די "היגע" באַזוכער, וואָס אינטערעסירן זיך מיטן ייִדישן לעבן — די "לעבעדיקע". בערשאַד האָט אוניקאַלע דענקמעלער פֿונעם ייִדישן עבֿר, צווישן זיי איז די איינציקע פֿאַרבליבענע ליימענע שיל. אַזאַ מין מאַטעריאַל איז געווען פֿאַרשפּרייט אין פּאָדאָליע, אָבער ער פֿאָדערט אַ שטענדיקע זאָרג, אַנדערש ווערן די געבײַדעס פֿאַרוואַנדלט מיט דער צײַט אין קופּעס מיסט, באַוואַקסן מיט גראָז. דאָס גאַנצע שטעטל איז אַ מאָל באַשטאַנען פֿון אַזעלכע הײַזער, וועלכע פֿאַרמאָגן אַ בולטן ייִדישן כאַראַקטער. עס איז זייער שווער זיי אונטערצוהאַלטן אין אַ גוטן מצבֿ, און אַ סך פֿון זיי ווערן איבערגעבויט און פֿאַרדעקט מיט ציגל.

די בערשאַדער שיל איז אַן אוניקאַלער מאָנומענט פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור, וואָס נייטיקט זיך אין אַ שטענדיקן אויפֿזע. זי וועט עקזיסטירן כּל־זמן עס בלײַבן נאָך עטלעכע צענדליקער ייִדן אין דער שטאָט. דווקא די מענטשן, און ניט די קבֿרים, היטן אָפּ דעם זכר נאָך דער אַלטער בערשאַד און אירע תּושבֿים. מיר האָבן געשמועסט מיטן רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטיקער צײַטונג לעאָניד סאַפּאָזשניקאָוו וועגן די ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן אַ מאָל געלעבט אין בערשאַד, מיכה־יוסף בערדיטשעווסקי און חבֿר־פּאַווער. ער האָט אונדז דערציילט, אַז אינעם שטעטל טשעטשעלניק, ניט ווײַט פֿון בערשאַד, האָט מען געעפֿנט אַ מעמאָרעאַל־טאָוול, אין אָנדענק פֿון קלאַריסע ליספּעקטאָר, דעם קלאַסיקער פֿון דער בראַזיליאַנער ליטעראַטור. חיים וויגאָדער, דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה, האָט אונדז געוויזן די בעסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער אַרכיטעקטור. דער בערשאַדער חזן לייב קלעהאַנדלער האָט געהאַלטן אַ דרשה וועגן רוחניות און גשמיות אין דער קונסט פֿון חזנות.

להיפּוך צו די אַמאָליקע צײַטן איז די הײַנטיקע בערשאַד אַ טייל פֿון דער גרויסער גלאָבאַלער וועלט. עס נעמט ווייניקער ווי איין טאָג צו קומען אַ הער פֿון ישׂראל. די היגע ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען באַהאַוונט אין די פּישטשעווקעס פֿונעם קאַמף אַרום דעם "שטומען אלף" אין דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, און קענען פּערזענלעך פּראָפֿעסאָרן פֿון ייִדישע לימודים פֿון ירושלים און ניו־יאָרק. די וועלט ווייסט ווייניק וועגן בערשאַד, אָבער בערשאַד איז זייער נײַגעריק צו וויסן וועגן דער וועלט. קיין בערשאַד דאַרף מען קומען אויף עטלעכע טעג, ניט אויף אַ פּאָר שעה. נאָר דעמאָלט וועט מען דערפֿילן דעם טעם פֿונעם שטעטל, מיט זײַן מאַרק־האַנדל בײַ טאָג און ייִדישער מוזיק, וואָס די אומות־העולם שפּילן אין די רעסטאָראַנען שפּעט בײַ נאַכט. אָבער דאָס וויכטיקסטע זײַנען די לעבעדיקע, ניט די טויטע, בערשאַדער ייִדן, וועלכע היטן אָפּ די טראַדיציעס פֿון זייער שטעטל מיט שטאָלץ און ליבע.