שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן פֿרעסט דעם גאַנצן טאָג — חזיר אויף ביידע באַקן. מיר געבן אויס גאָר אַ סך געלט אויף עסן. איך האָב מורא, אַז ער נעמט זיך צו ביסלעך דאָס לעבן און וועט אַוועקשטאַרבן פֿון פֿאַרשטאָפּטע אַרטעריעס. ער הערט זיך נישט צו צו מיר, און נישט צו די דאָקטוירים — צו קיינעם נישט. ער איז זייער דיק און ס'איז מיר שווער צו קוקן אויף אים. וואָס זאָל איך טאָן, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מיר?

פֿאַרזאָרגט


טײַערע פֿאַרזאָרגט,

עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט זיך טאַקע זאָרגן וועגן אײַער מאַנס געזונט. פֿעטקייט איז אַ קרענק און דאָס עסן קען ווערן אַן אַדיקציע. אויב אײַער מאַן וועט נישט וועלן בײַטן זײַן לעבן־שטייגער און אָננעמען די ריכטיקע בײַטן צו פֿירן אַ געזונטן לעבן, וועט ער זײַן געזונט פּטרן. איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נאָר האַלטן אין שטוב געזונטע עסנס און אים מוטיקן צו עסן ריכטיק און באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע הילף.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ חבֿרטע וואָס לעבט אויס מײַן חלום. זי איז אַן איידעלע און וווילע חבֿרטע, אָבער ווען איך קוק אויף איר, זע איך אַלץ וואָס איך בין נישט געוואָרן. זי איז אַן אַדוואָקאַט אויף אַ גוטער שטעלע, מיט אַ פֿײַנער קאַריערע; איך בין אַ סעקרעטאַרשע. זי איז שיין און דאַר און האָט אַ מאַן; איך בין נישט קיין יפֿת־תּואר, כ'בין דיקלעך, און אַ געגטע. זי איז גוט צו יעדן איינעם; אין דער פֿרי בין איך תּמיד שלעכט אויפֿגעלייגט. איך וויל זיך חבֿרן מיט איר, אָבער ווי קען איך נישט זײַן איר מקנא? זאָל איך מער נישט בלײַבן איר חבֿרטע?

גרינע


טײַערע גרינע,

רײַסט נישט איבער די פֿרײַנדשאַפֿט, צוליב אײַערע געפֿילן, אַז איר טויגט נישט. דער ציל אין לעבן איז צו זײַן דאָס בעסטע וואָס מע קען זײַן. אויב איר האַלט, אַז איר קענט מאַכן אַ בעסערע קאַריערע, אָדער פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט, אָדער געפֿינען אַ וועג צו זײַן בעסער אויפֿגעלייגט אין דער פֿרי, דאַרפֿט איר זיך שטעלן עס פֿאַר אַ ציל. אמתע חבֿרים איז שווער צו געפֿינען, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט זיך בעסער פֿילן, ווען איר בלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע, נישט געקוקט אויף די געפֿילן פֿון קינאה. אין דער תּורה שטייט, אַז מע זאָל נישט גלוסטן נאָך דעם וואָס דער שכן האָט. עס מאַכט זיך, אַז מע האָט אַזוינע געפֿילן; אָבער מע קען זיי בײַקומען, אויב מע גייט אויפֿן ריכטיקן וועג.


טײַערע חזנטע,

איך בין 37 יאָר אַלט, אַן אַלטער בחור, און וווין מיט מײַן מאַמען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע האַלט, אַז איך דאַרף איר באַווײַזן, אַז איך קען וווינען אַליין אַ יאָר לאַנג, איידער זי וועט מיט מיר חתונה האָבן. איך וויל מיט איר חתונה האָבן איצט. ווער איז גערעכט?

אַ מאַמעס אַ ייִנגל


טײַערער אַלטער בחור,

אויב אײַער חבֿרטע זאָרגט זיך, אַז איר קענט נישט וווינען אַליין, דאַרפֿט איר טאַקע איר ווײַזן, אַז איר קענט יאָ דאָס דורכפֿירן און זײַן אומאָפּהענגיק. לאָזט זיך נישט אַרײַן אין קריגערײַען מיט איר; גיט איר בטחון.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024