אַ תּפֿילה אין שואַדיט, די ייִדיש-פּראָוואַנסאַלישע שפּראַך, פֿונעם 14טן יאָרהונדערט |
אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן".
מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1908, האָט דער פּויפּסט פּיִוס דער צענטער געביטן דעם נאָמען פֿון דער קאַטוילישער געריכט-אָרגאַניזאַציע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיטן באַשטימען די "ריכטיקע" קאַטוילישע קירך-דאָגמעס, און אָנגערופֿן זי "הויפּט-קאָנגרעגאַציע פֿונעם הייליקן ביוראָ"; שפּעטער, אינעם יאָר 1988, האָט דער ביוראָ באַקומען אַן אַנדער נאָמען, וועלכן זי טראָגן ביזן הײַנטיקן טאָג: "קאָנגרעגאַציע פֿון די גלויבן-דאָקטרינעס".
הײַנט באַשטימט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, אין וועלכע עיקרי-האמונה עס זאָל גלייבן אַן עכטער קאַטויליקער; די "קאָנגרעגאַציע" האָט אָבער פֿאַרלוירן איר אַמאָליקן פּאָליטישן כּוח, און קאָן נישט אַרויפֿצווינגען אירע באַשלוסן מיט גוואַלד; צום מערסטן, האָט זי די רעכט צו באַזײַטיקן די גלחים אָדער צענזורירן די לערן-פּראָגראַמען אין קאַטוילישע שולן.
אָנהייב דעם פֿריִערדיקן יאָרהונדערט, האָט די קאַטוילישע "מאָראַל-פּאָליציי" נאָך געטראָגן אַן אַנדער, באַקאַנטן און גרויזאַמען, טיטל: די "רוימישע אינקוויזיציע". צוליב דעם לאַנגן "ייִחוס" פֿון שוידערלעך־אַכזריותדיקע געריכט-פּראָצעסן, פֿאַרבונדן מיטן דאָזיקן נאָמען, האָט דער וואַטיקאַן באַשלאָסן אים צו בײַטן.
זינט איר גרינדונג אינעם 12טן יאָרהונדערט, איז די אינקוויזיציע אָרגאַניזירט געוואָרן אויף עטלעכע אופֿנים; אין אַלע אירע "גילגולים" האָט זי אָבער איבערגעלאָזט אַ שוואַרצן פֿלעק אויף דער מענטשלעכער געשיכטע — סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין די שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע קאָלאָניעס אַרום דער וועלט. די לעצטע, "רוימישע" אינקוויזיציע, איז געגרינדעט געוואָרן אינעם 16טן יאָהונדערט. במשך פֿון איר געשיכטע, איז זי צום מערסטן באַרימט געוואָרן מיטן פֿאַרברענען אויפֿן שײַטער דעם איטאַליענישן פֿילאָסאָף דזשאָרדאַנאָ ברונאָ, ווי אויך מיט די רדיפֿות קעגן די שטיצער פֿון קאָפּערניקס העליאָצענטרישער קאָסמאָלאָגיע.
די לעצטע באַקאַנטע גוואַלד-מעשׂה, פֿאַרבונדן מיט דער אינקוויזיציע, איז געשען מיט 150 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1858. די איטאַליענישע אינקוויזיטאָרן זענען געווויר געוואָרן, אַז אַ קריסטלעכע נאַם האָט בסוד געשמדט אַ 6־יעריק ייִדיש ייִנגל, עדגאַרדאָ מאָרטאַראַ, און אָפּגענומען דאָס קינד בײַ דער משפּחה, כּדי אים צו דערציִען אין דער קאַטוילישער סבֿיבֿה. די עלטערן האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אומצוקערן דאָס קינד. מאָרטאַראַס פֿאַל האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע רעאַקציע קעגן דער קירך אין איטאַליע און אַרום דער וועלט, וועלכע האָט געהאָלפֿן אָפּצושוואַכן דעם פּאָליטישן כּוח פֿון דער קירך.
הגם, טעאָרעטיש, האָט זיך די אינקוויזיציע אַרײַנגעמישט בלויז אין די אינערלעכע קריסטלעכע ענינים, האָט זי כּסדר גערודפֿט ייִדן, ווי אויך מוסולמענער, הינדוסן און אַנדערע מענטשן, וועלכע האָבן פֿאַרשפּרייט, לויט דער מיינונג פֿון דער קירך, "שעדלעכע דעות". אומצאָליקע ייִדן זענען געפּײַניקט געוואָרן, פֿאַרברענט אויף די שײַטערס און "סתּם" געהרגעט געוואָרן דורך די אינקוויזיציע-אינסטאַנצן, אָדער צוליב זייער השפּעה אויף די רעגירונגען.
דער פֿאַרגאַנגענער תּענית-טאָג, תּישעה-באָבֿ, איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך טרויעריקע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע, אַרײַנגערעכנט דעם גירוש-ספֿרד. אינעם יאָר 1480, האָבן דער קיניג פֿערדינאַנד און די קיניגין איזאַבעלאַ, געגרינדעט די ספּעציעלע שפּאַנישע אינקוויזיציע, כּדי אָפּצוהיטן די "ריינקייט" פֿון דער קאַטוילישער רעליגיע אינעם לאַנד. מיט 12 יאָר שפּעטער, דעם נײַנטן טאָג אין חודש אָבֿ, 1492, האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון שפּאַניע; די דאָרטיקע ייִדישע קהילות, וועלכע האָבן זיך כּסדר אַנטוויקלט זינט די צײַטן פֿונעם צווייטן בית-המיקדש, זענען מיט אַ מאָל חרובֿ געוואָרן.
ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די געשיכטע פֿון דער אינקוויזיציע איז פֿאַרבונדן דווקא מיט די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן די רעליגיעזע גרופּעס אין אַמאָליקער שפּאַניע און אינעם דרומדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך. דער פֿרײַער גײַסט פֿון דער דאָרטיקער געזעלשאַפֿט, וווּ די קריסטלעכע סעקטעס האָבן זיך גאַנץ וואַרעם באַצויגן צו די ייִדן און מוסולמענער, האָט געשאַפֿן די גײַסטיק-אינטעלעקטועלע סבֿיבֿה, אין וועלכער עס זענען געשאַפֿן געוואָרן אַ סך גרויסע ווערק פֿון מיטל-עלטערלעכער פֿילאָסאָפֿיע און פּאָעזיע — אַרײַנגערעכנט די ערשטע אייראָפּעיִשע קבלה-ספֿרים. די קאַטוילישע קירך האָט נישט געקאָנט איבערטראָגן די כוואַליע פֿון אומקאָנטראָלירטע גײַסטיקע זוכענישן, און געשאַפֿן אַ ספּעציעלע "מאָראַל-פּאָליציי", צו צעשטערן דעם דאָזיקן פֿרײַנדלעכן קולטור-דיאַלאָג.
אין די קבלה-ספֿרים שטייט בפֿירוש, אַז די מיסטישע השׂגות באַפֿרײַען די נשמה, ברענגען שלום און דערנעענטערן די אַלמענטשלעכע וועלט-גאולה; די גײַסטיקע זוכענישן אין דער וועלט זענען טאַקע נישט זעלטן פֿאַרבונדן מיט באַפֿרײַערישע סאָציאַלע באַוועגונגען.
אַ טייל מענטשן אַסאָציִיִרן קבלה, דער עיקר, מיט צפֿת, וווּ עס האָבן געוווינט אַזעלכע גרויסע מקובלים, ווי משה קורדובֿירו (דער רמ״ק), און יצחק לוריא (דער אַריז״ל). אין דער אמתן, אָבער, איז דער פֿריִערדיקער אַנטוויקלונג־שטאַפּל פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע פֿאָרגעקומען, דער עיקר, אין דײַטשלאַנד, פּראָוואַנס און שפּאַניע.
די אַרכעאָלאָגן האָבן באַשטעטיקט, אַז די ייִדן האָבן געוווינט אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן דרום-פֿראַנקרײַך נאָך אינעם ערשטן יאָרהונדערט. במשך פֿון דער צײַט האָט זיך אין פּראָוואַנס געשאַפֿן אַ באַזונדערע שפּראַך — ייִדיש-פּראָוואַנסאַליש אָדער שואַדיט, באַקאַנט זינט דעם 11טן יאָרהונדערט. דער לעצטער קענער פֿון שואַדיט, דער פֿראַנצויזישער שרײַבער אַרמאַן לונעל, איז געשטאָרבן מיט 31 יאָר צוריק.
די פּראָוואַנסאַלער ייִדן האָבן אַנטוויקלט אַן אייגענעם נוסח פֿון ייִדישקייט; צום בײַשפּיל, פֿלעגן די דאָרטיקע פֿרויען מאַכן אַ ספּעציעלע ברכה "שעשׂני אשה" — צו לויבן דער אייבערשטן פֿאַרן זײַן אַ פֿרוי. אין פּראָוואַנס האָבן געוווינט אַ סך גרויסע רבנים און אָריגינעלע ייִדישע דענקער, אַרײַנגערעכנט דעם ראַציאָנאַליסטישן פֿילאָסאָף משה נרבוני, דער מחבר פֿון אַ ראַדיקאַלן קאָמענטאַר אויפֿן רמ״במס ספֿר "מורה נבֿוכים"; יצחק סגי-נהור — אַ פּראָמינענטער פֿריִיִקער מקובל, וועלכער האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף די קומענדיקע דורות מקובלים; מנחם מאירי — אַ גרויסער מפֿרש פֿון גמרא, באַקאַנט מיט זײַן פּאָזיטיווער באַציִונג צו די קריסטן; משה הדרשן — איינער פֿון די ערשטע תּורה-קאָמענטאַטאָרן.
אינעם 11טן יאָרהונדערט האָט זיך אין לאַנגעדאָק, דער מיזרחדיקער טייל פֿון פּראָוואַנס, פֿאַרשפּרייט די באַוועגונג פֿון קאַטאַרן — אַ מיסטישע קריסטלעכע סעקטע, פֿאַרבונדן מיט ענלעכע באַוועגונגען אין אַרמעניע און בולגאַריע, וועלכע האָבן אָפּגעלייקנט די אויטאָריטעט פֿון דער אָפֿיציעלער קירך. די קאַטאַרן האָבן פֿײַנט געהאַט מאַכט און רײַכטום; זיי האָבן נישט געהאַלטן פֿון טויט-שטראָף און מלחמות, און נישט געגעסן קיין פֿליישיקע און מילכיקע פּראָדוקטן. אין פֿאַרגלײַך מיט דער קאַטוילישער קירך, וועלכע האָט געפּריידיקט בלינדע אונטערגעוואָרפֿנקייט צו די גלחים, האָבן די קאַטאַרן געשטיצט בילדונג און פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן.
אינעם 12טן יאָרהונדערט איז די קאַטאַרישע באַוועגונג געוואָרן זייער פּאָפּולער אין לאַנגעדאָק; אין אַ טייל ערטער, האָט די קאַטוילישע קירך כּמעט אינגאַנצן פֿאַרלוירן איר מאַכט. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קאַטאַרן זענען געווען איבערצײַגטע קריסטן, און נישט געווען צופֿרידן מיט דער ייִדישער רעליגיע; זיי האָבן נישט געגלייבט אין תּנ״ך, און האָבן באַטראַכט די מאַטעריעלע וועלט ווי אַ פּראָדוקט פֿון בייזע כּוחות. פֿונדעסטוועגן, צוליב זייער פֿרידלעכקייט און אינטערעס צו מיסטישע ענינים, האָבן זיי זיך גוטהאַרציק באַצויגן צו די ייִדן און מוסולמענער, וועלכע פֿלעגן אָפֿט קומען קיין פֿראַנקרײַך פֿון שפּאַניע.
אין דער זעלבער צײַט האָט זיך אין דרום-פֿראַנקרײַך פֿאַרשפּרייט די פּאָעטישע באַוועגונג פֿון טרובאַדורן. הגם ס׳רובֿ טרובאַדור־לידער האָבן צו טאָן מיט ליבע און ריטערשאַפֿט, זענען זיי אָפֿט אָנגעפֿילט מיטן בכּיוונדיקן מיסטישן באַטײַט. צום בײַשפּיל, סימבאָליזירט די אומצוטריטלעכע באַליבטע פֿונעם ריטער, זײַן "דאַמע פֿונעם האַרץ", די ג-טלעכע אַנטפּלעקונג אין דער וועלט — גאַנץ ענלעך אויך דער קבלה-סימבאָליזם פֿון דער הייליקער שכינה, וועלכע ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ מיסטישע "פֿרוי".
אין אַזאַ קלימאַט פֿון ראָמאַנטישקייט, גײַסטיקע זוכענישן און קולטור-געמיש האָט זיך צעבליט דער ערשטער גרויסער צענטער פֿון קבלה. רבינו אַבֿרהם בן דוד, דער ראבֿ״ד, באַקאַנטער קאָמענטאַטאָר און קריטיקער פֿונעם רמב״ם, איז געווען איינער פֿון די ערשטע אייראָפּעיִשע מקובלים; זײַן זון, יצחק סגי-נהור, האָט געשאַפֿן אַ קרײַז תּלמידים אין פּראָוואַנס און קאַטאַלאָניע, וועלכער האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער קומענדיקער אַנטוויקלונג פֿון קבלה אין דער וועלט. צווישן אַנדערן, האָבן די פּראָוואַנסאַלער מקובלים פֿאַרעפֿנטלעכט דעם "ספֿר-הבהיר" — אַ יסודותדיק קבלה-ווערק, וווּ עס ווערט איבערגעגעבן, לויט דער טראַדיציע, די שיטה פֿון נחוניה בן הקנה — דער אוראַלטער תּנא און מיסטיקער פֿונעם ערשטן יאָרהונדערט.
דער פֿרײַער גײַסט און דער אַלגעמיינער אינטערעס צו מיסטישע אַנטפּלעקונגען, וועלכער האָט געהערשט אין דרום־פֿראַנקרײַך, האָט אויפֿגעבראַכט די קאַטוילישע קירך. אינעם יאָר 1184, האָט דער פּויפּסט אָרגאַניזירט די ערשטע אינקוויזיציע — דער עיקר, כּדי צו באַקעמפֿן די "הערעטישע" באַוועגונגען אין לאַנגעדאָק. אינעם יאָר 1209 האָט די קירך אָנגעהויבן דעם "אַלביגויער קרייצצוג" — אַ גאַנצע מלחמה קעגן די קאַטאַרן; בײַם אָנהייב, האָבן די קרייצטרעגער פֿאַרכאַפּט די שטאָט בעזיע, און דערהרגעט אַרום 7,000 מענטשן. במשך פֿון די קומענדיקע 20 יאָר פֿונעם קרייצצוג, זענען אומגעקומען פֿון 200,000 ביז אַ מיליאָן מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ סך ייִדן.
שפּעטער איז דער צענטער פֿון קבלה אַריבער אין די צפֿונדיקע ראַיאָנען פֿון שפּאַניע — אַראַגאָן, קאַטאַלאָניע און קאַסטיליע. אין דער געשיכטע פֿון דער איסלאַמישער שפּאַניע איז געווען אַ לאַנגע תּקופֿה פֿון רעליגיעזער טאָלעראַנץ; נישט געקוקט אויף די רדיפֿות פֿון די שפּעטערדיקע מוסולמענישע און קריסטלעכע רעגירונגען, האָט אין אַ סך ערטער אין שפּאַניע געהערשט אַ קלימאַט פֿון דרך-ארץ און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די רעליגיעס. די קאַטוילישע פֿירער זענען געווען אומצופֿרידן מיט אַזאַ מצבֿ, און געשאַפֿן אינעם יאָר 1478 אַ ספּעציעלע אינקוויזיציע-אינסטאַנץ, וועלכע האָט אָנגעהויבן רודפֿן די געשמדטע ייִדן און מוסולמענער, צוליב זייערע "אומקאָרעקטע" דעות. נאָך 14 יאָר פֿאָרשונגען, האָט די שפּאַנישע רעגירונג באַשלאָסן צו פֿאַרטרײַבן אַלע ייִדן פֿונעם לאַנד.
באַקומט זיך, אַז די אינקוויזיציע איז געשאַפֿן געוואָרן, כּדי צו צעשטערן דעם קולטור-קלימאַט, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם פֿריִיִקן צענטער פֿונעם ייִדישן גײַסטיקן לעבן אין לאַנגעדאָק, און געשפּילט אַ ראָלע אינעם שאַפֿן דעם נײַעם גרויסן צענטער אין ארץ-ישׂראל, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט די פּליטים פֿון גירוש־ספֿרד; פֿונעם דאָזיקן בײַשפּיל זעט מען, אַז די עלעמענטן פֿון גלות און גאולה זענען צומאָל צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דער געשיכטע אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן — הגם, צום באַדויערן, בלײַבט די וועלט נאָך אַלץ אין גלות, ווײַט פֿון שלום, גײַסטיקייט און ברידערלעכקייט.