פּאָליטיק

ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש.

און דאָך עפֿנט מען אַלע מאָל גרויסע אויגן, ווען מע דערוויסט זיך, למשל, אַז צווישן די מוסולמענישע ראַדיקאַלן זײַנען אַ סך יחידים גאָר ניט אָרעם און גאָר ניט אומבאַדינגט זײַנען זיי ווייניק געבילדעטע. מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט אַ Gallup-אויספֿרעג פֿון 9,000 מוסולמענער אין נײַן לענדער אַנטפּלעקט צווישן זיי 7 פּראָצענט באמת ראַדיקאַליזירטע לײַט, וואָס האָבן געטענהט, אַ שטייגער, אַז ס'איז געווען באַרעכטיקט צו אַטאַקירן אַמעריקע דעם 11טן סעפּטעמבער 2001. אַגבֿ, צווישן די איבעריקע 93 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע זײַנען נאָר 40 פּראָצענט געווען גוט געשטימט לגבי די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו די באמת ראַדיקאַלע מוסולמענער. דער דערמאָנטער Gallup-אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז אַריבער צוויי דריטל פֿון די ראַדיקאַלן האָבן געהאַט אַ מיטעלע צי אַ העכערע בילדונג, און אַז נאָך אַ גרעסערער חלק פֿון זיי האָט געהערט צו די פֿאַרמעגלעכע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. סײַ דער ניוואָ פֿון בילדונג, סײַ דער פֿינאַנציעלער מצבֿ איז געווען בעסער דווקא בײַ די ראַדיקאַלע מוסולמענער.

סוף יולי האָט די גאַנצע בריטישע מעדיאַ געהאַלטן אין איין ציטירן און קאָמענטירן אַן אַנדער אויספֿרעג. אים האָט מען דורכגעפֿירט צווישן צוויי גרופּעס סטודענטן — אַ מוסולמענישער און אַ קריסטלעכער — פֿון בריטישע אוניווערסיטעטן. אויף דער פֿראַגע, צי ס'איז ריכטיק צו הרגענען לשם איסלאַם, האָבן כּמעט אַ דריטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע מוסולמענישע סטודענטן געגעבן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער: 28 פּראָצענט האָבן באַרעכטיקט דאָס הרגענען ווי אַן ענטפֿער אויף אַ סכּנה פֿאַר איסלאַם, און 4 פּראָצענט האָבן עס באַרעכטיקט ווי אַ מיטל צו פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפֿעסטיקן די אמונה. צווישן די ניט-מוסולמענישע סטודענטן האָבן 2 פּראָצענט "געגעבן אַ ליצענץ" צו הרגענען לשם רעליגיע.

דער אויספֿרעג האָט אויך געוויזן, אַז בערך 40 פּראָצענט אוניווערסיטעטישע מוסולמענער האַלטן אונטער די אידעע פֿון אינקאָרפּאָרירן איסלאַמישע רעליגיעזע געזעצן אין דער בריטישער לעגאַלער סיסטעם. אַ דריטל באַציט זיך פּאָזיטיוו צו שאַפֿן אַן אַלוועלטלעכע איסלאַמישע מלוכה — קאַליפֿאַט.

בײַם צוגרייטן דעם באַריכט, האָבן די פֿאָרשער ניט נאָר אַנקעטירט 1,400 מוסולמענישע און ניט-מוסולמענישע רעספּאָנדענטן, נאָר אויך פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין צוואַנציק אוניווערסיטעטן. זיי זײַנען געקומען צום אויספֿיר, אַז עקסטרעמיסטישע גאַסט-לעקטאָרן ווענדן זיך צו סטודענטן מיט פּראָוואָקאַטאָרישע רעדעס, וועלכע האָבן אויך אַנטי-סעמיטישע קאָנאָטאַציעס. קווין מערי-קאָלעדזש, וואָס איז אַ טייל פֿון לאָנדאָנער אוניווערסיטעט, איז אָנגערופֿן געוואָרן ווי אַן אָרט, וווּ די ראַדיקאַלע שטימונגען זײַנען באַזונדערס שטאַרק.

איינער פֿון די אַנאַליטיקער, וואָס האָבן באַאַרבעט די סך-הכּלען פֿון דער פֿאָרשונג, האָט געזאָגט: "לויט אַלע סימנים נאָך, האָט אַ היפּשע צאָל סטודענטן אַזעלכע איבערצײַגונגען, וועלכע שטימען ניט מיט דעמאָקראַטישע ווערטן. די דאָזיקע רעזולטאַטן זײַנען פּריקרע פֿאַר די לײַט, וואָס האָבן געטענהט, אַז עקסטרעמיזם האָט ניט קיין אָרט אין די בריטישע אוניווערסיטעטן." 55 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע ניט-מוסולמענישע סטודענטן האַלטן, אַז איסלאַם און דעמאָקראַטיע זײַנען ווי בוימל און וואַסער. יעדער צענטער קריסטלעכער סטודענט האָט געענטפֿערט, אַז ער צי זי פֿילט ניט קיין דרך-ארץ פֿאַר די מוסולמענער.

לויט דעם באַריכט, האָבן 40 פּראָצענט רעספּאָנדענטן זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דעם, אַז די מענער און פֿרויען זאָלן זיך פֿרײַ באַגעגענען און קאָמוניקירן. אַ פֿערטל פֿון די מוסולמענישע סטודענטן האָבן ניט קיין דרך-ארץ פֿאַר האָמאָסעקסועלע לײַט. אַזאַ נעגאַטיווע באַציִונג איז באַזונדערס שטאַרק צווישן די מענער-מוסולמענער (32 פּראָצענט).

בריטאַניע האָט אַ גאַנץ גרויסע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג — 1.6 מיליאָן נפֿשות, לויט דער פֿאָלקס־ציילונג, דורכגעפֿירט אין 2001. די סטרוקטור פֿון דעם דאָזיקן סעקטאָר פֿונעם בריטיש עולם שפּיגלט אָפּ די געוועזענע קאָלאָניאַלע געשיכטע: 43 פּראָצענט פֿון זיי שטאַמען פֿון פּאַקיסטאַן, 17 — פֿון באַנגלאַדעש, און 9 — פֿון אינדיע. אַ סך משפּחות און יחידים האָבן גוטע קאָנטאַקטן מיט דער "אַלטער היים". אייניקע פֿון די ראַדיקאַלן גייען דורך אַ צוגרייטונג אין פּאַקיסטאַן צי אַפֿגאַניסטאַן און אַפֿילו באַטייליקן זיך אין מיליטערישע אָפּעראַציעס, צו מאָל קעגן די בריטישע מיליטערלײַט. טעראָריסטישע גרופּעס זײַנען טעטיק אויך אין בריטאַניע.

ס'רובֿ בריטישע בירגער האָבן ניט קיין צוטרוי צו איסלאַם, וואָס מאַכט נאָך העכער און ברייטער די וואַנט, וועלכע טיילט אָפּ די מוסולמענער פֿון דעם בריטישן הויפּט־שטראָם. בפֿרט נאָך, אַז אַ פֿערטל פֿון די בריטישע מוסולמענער האַלטן, אַז זייערע ווערטן פּאָרן זיך ניט מיט די ווערטן פֿון דער בריטישער געזעלשאַפֿט. דער נײַער אויספֿרעג פֿון סטודענטן גיט נאָך איין באַווײַז צו דעם פּראָצעס פֿון אַלץ שטאַרקערער "געטאָיִזאַציע" פֿון אַ ממשותדיקער טייל פֿון די בריטישע מוסולמענער.