אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט.
פּראָפֿעסיאָנעלער, בפֿרט אינטערנאַציאָנאַלער, ספּאָרט האָט אַ סך זײַטן, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיט שאַפֿן אַ יסוד פֿאַר פֿרײַנדשאַפֿט. קודם-כּל, איז ספּאָרט זייער פּאָליטיזירט. פֿרעגט זיך, צוליב וואָס האָט מען געדאַרפֿט דורכפֿירן די אָלימפּיאַדע אין כינע? צי האָט עס געשאַפֿן אַ בעסערן אימאַזש פֿון אָט דעם לאַנד? עס האָט זיך באַקומען גאָר פֿאַרקערט. איצט ווייסן שוין אַלע, אַז כינע האָט זייער ווייניק דעמאָקראַטיע און אַז די באַפֿעלקערונג איז כּולל עטנישע גרופּעס מיט סעפּאַראַטיסטישע שטרעבונגען. דערצו האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז דער כינעזישער עולם פֿירט זיך אויף זייער מאָדנע — מע שפּײַט אין דרויסן און מע וואַשט זיך ניט רעגולער. די האָפֿענונגען, אַז די אָלימפּיאַדע וועט מאַכן אָפֿענער די געזעלשאַפֿט, זײַנען אויך פּוסטע חלומות.
ס׳איז געוואָרן אַ קלישע צו רעדן וועגן פֿרײַנדשאַפֿט, וואָס דער אינטערנאַציאָנאַלער ספּאָרט אַנטוויקלט כּלומרשט צווישן דער באַפֿעלקערונג. אין דער אמתן איז עס גאָר אַנדערש. אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרטיווע געשעענישן מאַכן שטאַרקער דעם נאַציאָנאַליזם, בפֿרט אין די געזעלשאַפֿן מיט שטאַרקע נאַציאָנאַליסטישע נטיות. מע האָט זיך דאָך אײַנגערעדט, אַז ספּאָרטיווע דערפֿאָלגן שפּיגלען אָפּ דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿונעם לאַנד. צוליב דעם פֿלעגט ספּאָרט באַקומען — און באַקומט — גרויסע געלטער אין די קאָמוניסטישע לענדער. דאָס שטאַמט פֿון דעם גלויבן, אַז די צאָל אָלימפּישע מעדאַלן ווײַזט בולט די מעלות פֿון סאָציאַליזם און קאָמוניזם.
אין 1979 האָבן צענדליקער טויזנטער סאָוועטישע ייִדן (אַני-הקטן בתוכם) אָנגעגעבן דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. דער רעש איז געווען גרויס, דער עיקר, צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָט דאָס יאָר 1979 געגעבן אַן עמיגראַציע-שטראָם, וואָס האָט ניט געהאַט קיין פּרעצעדענט אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע — 51,320 נפֿשות! צווייטנס, האָט מען געגלייבט, אַז ערבֿ דער אָלימפּיאַדע אין מאָסקווע וועט די סאָוועטישע רעגירונג ניט וועלן אָפּסמען די באַציִונגען מיטן מערבֿ, אַזוי אַז דער שטראָם וועט ניט ווערן קלענער.
וואָס זשע האָט זיך באַקומען? די סאָוועטישע אַרמיי איז אַרײַן אין אַפֿגאַניסטאַן, און די מערבֿדיקע וועלט האָט אויף דעם געענטפֿערט מיט אַ בויקאָט פֿון דער מאָסקווער אָלימפּיאַדע. ניט לאַנג צוריק האָט זיך צו אונדז, אין אָקספֿאָרד, אַרײַנגעכאַפּט אַן אַלטער מאָסקווער חבֿר. ער האָט אויך געהאַט אָנגעגעבן זײַנע דאָקומענטן אויף עמיגראַציע אין 1979 און איז אויך פֿאַרבליבן שטעקן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ביז מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס צײַטן. איך הייב ניט אָן צו וויסן, וויפֿל צענדליקער טויזנטער ייִדן האָט די גאַנצע "אָלימפּיש-אַפֿגאַניסטאַנער" מעשׂה איבערגעלאָזט — לכל-הפּחות אויף אַ יאָרצענדליק — אין דעם מצבֿ פֿון "ניט אַהין און ניט אַהער".
דער אַלטער חבֿר, וואָס האָט איצט אַן אייגענע פֿירמע אין אַמעריקע, האָט אַ זאָג געטאָן: "בײַ יעדן אומגליק איז אויך פֿאַראַן אַ ביסל גליק. דאָס בלײַבן שטעקן האָט אונדז געגעבן די מעגלעכקייט צו האָבן אַ פֿולע דערפֿאַרונג פֿון צוויי לעבנס — אין רוסלאַנד און אין מערבֿ." אפֿשר איז ער גערעכט. אָבער אַזאַ אָפּטימיזם (צי פֿאַטאַליזם) העלפֿט מיר ניט צו מאַכן שלום מיט די אָלימפּישע שפּילן.
נאָכן אָנגעבן די דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן, האָט מען מיך געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער אַרבעט. קיין סקאַנדאַל האָבן מײַנע באַלעבאַטים ניט געוואָלט האָבן, אָבער איך האָב זיך ניט געלאָזט אײַנרעדן אַוועקצוגיין רויִק, אָן אַ סקאַנדאַל. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט מיך — אַ הויך-קוואַליפֿיצירטן אַרבעטער — געשיקט האָרעווען לטובֿת דער קומענדיקער אָלימפּיאַדע. אַ חודש-צײַט בין איך געווען אַ שוואַרצאַרבעטער אויף דער בויוּנג פֿון אַ נײַעם סטאַדיאָן.
אויף דער צײַט פֿון די אָלימפּישע שפּילן האָט מען מאָסקווע פֿאַרמאַכט. אַ חוץ די מאָסקווער תּושבֿים, האָט מען אין דער שטאָט אַרײַנגעלאָזט נאָר די מיט ספּעציעלע דערלויבענישן. דער מאָסקווער עולם איז געווען צופֿרידן, ווײַל די רייען אין די קראָמען זײַנען געוואָרן אַ סך קלענער. דערצו האָט מען צײַטווײַליק גענומען פֿאַרקויפֿן מציאות — כּלערליי מינים אַכילה, געבראַכט פֿון אויסלאַנד. באַזונדערס האָט זיך פֿאַרגעדענקט פּוטער און מאַרמעלאַד פֿון פֿינלאַנד. אין יענער צײַט האָב איך, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל דערזען זיך-גליטשנדיקע טירן, וואָס עפֿענען זיך און פֿאַרמאַכן זיך אַליין. אַזעלכע טירן זײַנען געווען אין דעם נײַעם אינטערנאַציאָנאַלן עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ", וואָס מע האָט אויסגעבויט לויט אַ מערבֿ-דײַטשישן פּראָיעקט. פֿאַר מיר איז עס געווען דער טויער אין מערבֿ, וואָס האָט זיך געעפֿנט פֿאַר מיר שפּעטער, אין יאָר 1990.
די מאָסקווער אָלימפּיאַדע האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שראַם אין מײַן לעבן. פֿון דעמאָלט אָן קען איך זיך ניט באַפֿרײַען פֿון אַ נעגאַטיווער באַציִונג צו אַזעלכע ספּאָרט-ירידן. איך זע אין דעם אַ דעגענעראַציע פֿון דער תּחילתדיקער אוטאָפּישער אידעע, לויט וועלכער ספּאָרט וועט פֿאַראייניקן מענטשן. דער סוף איז, אַז ס׳איז געוואָרן אַ היפּער-קאָמערציעליזירטע און היפּער-פּאָליטיזירטע אונטערנעמונג, אַ פֿענאָמען פֿון מאַסן-קולטור און נאַציאָנאַליזם. מיר שײַנט, אַז אָן אָלימפּיאַדעס — און דעם גאַנצן טאַראַראַם אַרום זיי — וואָלט די וועלט געוואָרן אַ ביסעלע רויִקער.