ייִדיש־וועלט
די הילע פֿון בוך
די הילע פֿון בוך

ווען ס'איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שרײַבן אַזאַ בוך, האָבן מיר לאַנג זיך געשלאָגן מיט דער דעה ווי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן. אונדזער קלוב וואָס עקזיסטירט כּמעט דרײַסיק יאָר, האָט געהערט צו דער צאָל בעסטע ייִדיש־געזעלשאַפֿטן, וואָס פֿונקציאָנירן אין לאַנד. מען וואָלט געקענט, פֿאַרשטייט זיך, נאָר דערציילן די געשיכטע פֿון קלוב, דערמאָנען די פֿילצאָליקע אימפּרעזעס און באַגעגענישן, פּראָמינענטע מענטשן, וועלכע זײַנען בײַ אונדז אויפֿגעטראָטן אאַז"וו וואָלט דאָס אָבער ניט איבערגעגעבן אין דער פֿולער מאָס די אייגנאַרטיקייט פֿון קלוב, זײַן ספּעציפֿישע אַטמאָספֿער, די יאָרן פֿון אויפֿבלי און די ממש טראַגישע יאָרן פֿון ירידה, ווען אין אַ קורצער צײַט זײַנען אַוועק פֿון דער וועלט זייער פֿיל מיטגלידער, צווישן זיי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן, אָנהייבנדיק פֿון אונדזער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ' פּנחס ערליך.

געווען אַ צײַט, ווען מיר האָבן זיך געפֿילט אַזוי פֿאַריתומט, אַז ס’האָט זיך געדאַכט — דער קלוב וועט אויסהויכן זײַן נשמה. אָבער אַ דאַנק די שפּעטערדיק פֿאָרזיצערס — ירחמיאל כּספּי און באַזונדערס אסתּר באָרנשטיין, אַ דאַנק דער מי פֿון די אַקטיוויסטן, האָט אונדזער געזעלשאַפֿט ווײַטער עקזיסטירט, פֿאַרזאַמלענדיק יעדן זונטיק בײַ די געדעקטע טישן אירע מיטגלידער.

נאָך לאַנגע וואַקלענישן און וויכּוחים זײַנען מיר געקומען צום אויספֿיר, אַז דאָס בוך וועט הייסן "וועגן זיך און וועגן אַנדערע" און וועט באַשטיין פֿון צוויי טיילן: דעם ערשטן — "ווען אַ קלוב ווערט אַ וואַרעמע היים" (אַ בלעטל געשיכטע, כראָניקעס פֿון דער טעטיקייט, סקיצעס וועגן מענטשן, וואָס זײַנען שוין אַוועק אין דער אייביקייט) און דער צווייטער טייל — "דערציילט און געשריבן אין ייִדיש", אין וועלכן דרײַ און צוואַנציק מיטגלידער און עטלעכע פֿרײַנד פֿון קלוב דערציילן עפּיזאָדן פֿון זייער לעבן.

אייגנטלעך, האָט מען געשריבן וועגן דעם, וועגן וואָס מען פֿלעגט אָפֿט מאָל דערציילן אין קלוב און די פֿאַרזאַמלטע פֿלעגן מיט אינטערעס הערן. ס'איז שוין אַפֿילו געוואָרן אַ טראַדיציע: ווען ס'איז ניטאָ קיין אײַנגעלאַדענע לעקטאָרן, שמועסן מענטשן בײַם גלעזל טיי ווי אַלטע גוטע פֿרײַנד...

אויב דער לייענער וועט, בלעטערנדיק דאָס בוך, זיך באַקענען מיטן עלטער פֿון יעדן מחבר, מיט זײַן פֿאַך, מיט זײַן געבוירן־אָרט און לאַנד, פֿון וועלכן ער איז עולה געווען, וועט ער מסתּמא פֿאַרשטיין, ווי דאָס צונויפֿגעזאַמלטע האָט אונדז פֿאַרוווּנדערט און דערפֿרייט. מיר האָפֿן, אַז דאָס דערציילטע האָט צוזאַמען גענומען, געשאַפֿן אין מיניאַטור אַ פּאַנאָראַמע פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן לעבן — גענומען פֿון דעם לעבן אין שוידערלעכן, שטורמישן און גורלדיקן 20סטן יאָרהונדערט. און אפֿשר אויך אַ געזאַמלט בילד פֿון דער הײַנטצײַטיקער ווירקלעכקייט, געזען מיט אויגן פֿון אַן עמך־מענטש.

דער כּתבֿ־יד זעט שוין אויס צו זײַן פֿאַרטיק, אָבער... אין זאַל פֿון קלוב האָבן זיך פֿאַרזאַמלט די מיטגלידער, וואָס זײַנען שוין מער־ווייניקער געווען באַקאַנט מיטן טעקסט, און דאָ, אין אַ דיסקוסיע, וועלכע האָט אויפֿגעפֿלאַקערט, האָבן זיך אַנטפּלעקט אייניקע מיינונגס־פֿאַרשיידנקייטן וואָס שייך דער קאָנצעפּציע פֿון בוך. מישע לעוו האָט אַרויסגעזאָגט אַ מיינונג, אַז דאָס בוך וואָלט באַדאַרפֿט זײַן דורכגעדרונגען מיט דער טעמע "ייִדיש אין אונדזער לעבן", און באַקומען האָט זיך עפּעס מער ענלעכס אויף אַ יזכּור־בוך, אַ בוך וועגן גורלות. איך האָב דערווידערט, אַז "גורלות" איז טאַקע, לויט מײַן מיינונג, די הויפּט־טעמע, אַז איך זע דעם ציל פֿון אַזאַ זאַמלבוך אין דעם ברייטן אָנטייל פֿון די חבֿרים, וואָס שרײַבן וועגן דעם איבערגעלעבטן דווקא אין ייִדיש; און אַז דאָס אַליין זאָגט עדות וועגן דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון בוך.

מיר זײַנען געקומען צו אַ הסכּם. מישע לעוו האָט, אַרבעטנדיק פֿאַר דער באַגעגעניש איבערן כּתבֿ־יד, געפֿונען אין פֿיל מאַטעריאַלן די קווינטעסענץ פֿון ייִדישקייט און האָט געהאָלפֿן די מחברים דאָס אַרויסצוהייבן, בעסער צו פֿאָרמולירן און אַרײַנשטעלן אין כּתבֿ־יד. מיר האָבן געפֿונען אַן אופֿן, ווי דאָס צו מאַכן, ניט עובֿר זײַענדיק אויף דעם סדר פֿון יעדן פֿאַרטיקן סוזשעט. אין גאַנג פֿון דער אַרבעט האָט מען אָרגאַניזירט, צווישן אַנדערן, קלוב־אָוונטן געווידמעטע דעם בוך, אַ שמועס טאַקע אויף דער טעמע "ייִדיש אין מײַן לעבן", וועלכער איז אַדורך זייער באַלעבט און איז, ווי ווײַט מעגלעך, אויך אַרײַנגעטראָגן געוואָרן אין כּתבֿ־יד.

ווי געזאָגט זײַנען צווישן די מחברים, וואָס האָבן גענומען אַ וואָרט אין בוך, געווען אויסער קלוב־חבֿרים אויך אייניקע פֿרײַנד — דער זון פֿון אונדזער געוועזענעם פֿאָרזיצער פּנחס ערליך ז"ל, יהושע ערליך, וועלכער דערציילט פּרטים פֿון דעם לעבן און טעטיקייט פֿון זײַן פֿאָטער, איידער די משפּחה איז געקומען אין לאַנד; דער באַקאַנטער רחובֿותער געזעלשאַפֿטלעכער טוער יוסף גאַליצקי, וואָס דערמאָנט אויסטערלישע מאָמענטן פֿון זײַן רעטונג און ווײַטערדיקן קאַמף בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; דער פּאָעט מאַקס ריאַנט, וועלכער האָט אַ לאַנגע צײַט געלעבט אין ביראָבידזשאַן און האָט וועגן דעם געהאַט זײַנער צײַט דערציילט אין קלוב. באַשרײַבנדיק עס באַרײַכערט ער דאָס בילד פֿון דער הײַנטצײַטיקייט אין אונדזער בוך. אַן איבערגעגעבענער נײַער פֿרײַנד פֿון קלוב איז געוואָרן די דײַטשע ייִדיש־ליבהאָבערין פֿון האַמבורג און ספּעציאַליסטקע אין אונטערריכטן אונדזער שפּראַך דאָראָטעאַ גרעווע, וועלכע האָט צוגעגעבן איר האַרציק וואָרט צו דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט.

צי האָבן מיר, גרייטנדיק דאָס בוך צום דרוק, דערגרייכט אונדזער ציל? ווי געזאָגט, זײַנען מיר די ערשטע אַרויס מיט אַזאַ איניציאַטיוו. אַרויס מיט דער האָפֿענונג, אַז אַזאַ בוך אין ייִדיש וועט אפֿשר זײַן אַ וויכטיקע געשעעניש ניט נאָר בײַ אונדז אין לאַנד, נאָר אויך פֿאַר ייִדיש־ליבהאָבער, וווּ זיי זאָלן זיך ניט געפֿינען. אָבער קיין געפֿיל פֿון זיכערקייט האָבן מיר ניט געהאַט און קיין מיטלען צו אַרבעטן אויך ניט. און אויב מיר אַליין האָבן געהאַט ספֿקות, איז קיין וווּנדער ניט, אַז אייניקע אינסטאַנצן, צו וועלכע מיר האָבן זיך געוואָנדן, האָבן זיך צו אים באַצויגן מיט אַ געוויסער מאָס צווייפֿל און חשד (ווי איינער זאָגט: "וואָס און ווי וועלן זיי דאָרטן שרײַבן?..") און צו העלפֿן אָפּגעזאָגט זיך אָדער אָפּגעלייגט די הילף אויף שפּעטער.

בײַ אונדז אַליין האָט זיך טאַקע אויך גלײַך ניט באַקומען אַלץ אַזוי, אַז עס זאָל זײַן "צוגעשניטן און אויסגענייט". אין גאַנג פֿון דער אַרבעט האָבן מיר געביטן דעם מאַקעט, דעם סדר פֿון אויסשטעל, דאָס באַרײַכערן דעם טעקסט מיט אַ סך בילדער, געמאַכט קאָמפּליצירטער די אַרבעט פֿון אונדזער בחור־הזעצער לעאָניד רחמן.

איצט, ווען אַלץ איז פֿאַרענדיקט און מיר האָבן לײַכטער אָפּגעאָטעמט, קענען מיר שוין מיט דער גרעסטער דאַנקבאַרקייט דערמאָנען די מענטשן וואָס האָבן געשאָנקען מער פֿון אַנדערע זייער אויפֿמערק, הילף און צײַט אונדזער מאַנוסקריפּט: דעם דירעקטאָר פֿון בית שלום־עלכם פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן און דעם פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל דניאל גלאַי. מיר דאַנקען אויך האַרציק פֿאַר דער איצט שוין אויסגעטיילטער הילף דעם פֿאָנד פֿון איציק און געניאַ מאַנגער בײַם קרן יהושע רבינוביץ פֿאַר קונסט אין תּל־אָבֿיבֿ; אַבֿרהם י. לערנער־פֿאָנד פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל און דעם רובינליכט־פּרײַז, וואָס האָבן דערמעגלעכט, אַז אונדזער בוך זאָל דערזען די ליכטיקע שײַן.

...דער טאָג אין יוני, ווען פֿונעם לייוויק־הויז האָט מען צו אונדז אין קלוב געבראַכט צו פֿירן אַכציק עקזעמפּלאַרן און יעדער פֿון די מחברים האָט איינעם באַקומען, איז געווען בײַ אונדז אַ יום־טובֿ. באַמערקנדיק, אַז צום סוף פֿון בוך זײַנען געבראַכט געוואָרן קורצע רעזומירונגען פֿון זײַן אינהאַלט אויף עבֿרית און ענגליש, האָבן אייניקע חבֿרים דערמאָנט, אַז ס'איז געווען אַ פּראָיעקט אַרויסצוגעבן דאָס בוך אויך אין דער איבערזעצונג אויף העברעיִש — פֿאַר די יונגע דורות. אָבער דערווײַל פֿעלט אונדז שוין אָטעם, ס'פֿעלן מיטלען, כּוחות און... יאָרן.

וועט מען זען...