פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ קורצן שמועס מיט מײַן רעדאַקטאָר, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט — פֿאַרוואָס לייג איך מיר נישט די האַנט צום שרײַבן.

"שרײַבסט?" פֿרעגט מיך באָריס.

"זינט איך בין דאָ אין פֿלאָרידע איז מײַן שרײַבקראַפֿט אַנטדרימלט געוואָרן." האָב איך זיך פֿאַר אים מודה געווען.

"וואָס עפּעס?" וויל ער וויסן.

"כ'בעט דיך, ווי קען איך שרײַבן אַז די זון פּאַליעט און די לופֿט דושעט און אַלץ וואָס דיר גלוסט זיך איז כאַפּן אַ דזשימדזשיק אין אַ ווייכן פֿאָטעל אויף דער טעראַסע."

אָבער מײַן רעדאַקטאָר לאָזט נישט די זאַך אַזוי אָפּגיין גלאַטיק, ער ווענדט אָן אַ נײַע טעכניק.

"ווי אַזוי האָט יצחק באַשעוויס־זינגער צוגעשטעלט וואַרע זײַנע רעדאַקטאָרן פֿון מיאַמי־ביטש, די אַלע יאָרן?"

"וואָס הייסט?" בין איך אים נישט שולדיק פֿאַרבליבן קיין ענטפֿער:

"באַשעוויס־זינגער האָט געמוזט אָנהאַלטן אַ רענאָמע".

"מאַך זיך נישט אַוועק מיט דער האַנט," האָט באָריס פּרובירט מיך מונטערן, "באַשרײַב דײַן אײַנדרוק פֿון דײַן אַרום."

זעט אויס אַז זײַנע רייד האָבן משפּיע געווען, און איך האָב זיך אַוועקגעזעצט אויף דער טעראַסע און גענומען באַשרײַבן וואָס איך זע פֿון עלפֿטן שטאָק. אַנטקעגן מיר געפֿינט זיך אַ גאָלד־פֿעלד מיט וואַסערלעך און גרינע לאָנקעס ביזן האָריזאָנט. פֿון לינקס זײַנען די געסלעך באַשפּרענקלט מיט רויטע דעכער ווי די היטעלעך אויף קליינע הײַזלעך. אַ יעדעס הײַזל פֿאַרמאָגט אַ מאַניקורירטן גאָרטן מיט פֿאַרשיידענע גרײַז־אויטאָס — פֿון קליינוווּקסיקע ביז הויכוווּקסיקע נאַפֿט־זשליאָקערס. קיין אחד זעט מען נישט אין גאַס. דאָ און דאָרט שפּרינגט אַרויס אַ קליין הינטל, דרייט זיך אַרום אין גאָרטן ווי אַ ווענצל אויף אַ פֿרעמדן יריד. האָב איך רחמנות אויפֿן הינטל, ער ווייסט נעבעך נישט דעם טעם פֿון אַ געשמאַקן ביין, ווייסט נישט אַז זײַנע אָבֿות פֿלעגן אויסגראָבן אַ גריבל און עס באַהאַלטן אויף אַ רעגנדיקן טאָג.

דאָס שטעטעלע, וווּ איך געפֿין זיך אַ פּאָר חדשים פֿון יאָר, הייסט קאָראַל־ספּרינגס, אַ שעה רײַזע פֿון מיאַמי־ביטש. ייִדן האָבן שוין מיט יאָרן צוריק פֿאַרלאָזט מיאַמי־ביטש און זיך באַזעצט אין די צפֿונדיקע שטעטלעך ווי: בוינטאָן־ביטש, דעלריי־ביטש, באָקאַ־ראַטאָן און וועסט־פּאַלם־ביטש. דאָרט וווינען זיי ווידער אין קאָמפּאַקטע קהילות ווי אין די אַמאָליקע צײַטן ס'האָבן געוווינט זייערע עלטערן אין מיאַמי־ביטש. זייער טאָג־טעגלעכקייט באַשטייט דער עיקר פֿון גיין אײַנקויפֿן אין "וואָל־מאַרט" אָדער אין "פּאַבליקס," רעסטאָראַנען, וווּ זיי ווילן נישט אָנווערן דעם "אוירלי־ספּעשל," פֿון פֿיר ביז זעקס קאָסט די מאָלצײַט אַ ביסל ביליקער. מען דאָקטערט זיך, מען לויפֿט צום פֿריזיער אַנדאָלירן און פֿאַרבן די האָר, מ'רעדט אַ סך אויפֿן טעלעפֿאָן — און די פֿאַרווײַלונג באַשטייט פֿון שפּילן קאָרטן און קאָקעטירן. פֿאַראַן מער אַלמנות ווי אַלמנס, גייט מען וווינען צוזאַמען ווײַל מען וויל נישט זײַן אַליין. מען קוקט אויפֿן לעבן ווי אויף אַ נישט צו ווײַטן הוראַגאַן וואָס רוקט זיך אויף זיי אַמאָל פּאַוואָליע און אַמאָל האַסטיק, איז לאָמיר אַרײַנכאַפּן איידער דער פֿאָררהאַנג פֿאַלט.

פֿינף מינוט פֿון מיר מיטן אויטאָ וווינען מײַנע קינדער מיט זייערע משפּחות. נוץ איך אויס די צײַט געווידמעט מײַן באָבעשאַפֿט. איך קאָך און די קינדער באַלעקן זיך. אַלעקס־חיימל און מענדעלע זײַנען שטאַרק צוגעבונדן צו מיר. ס'גייט נישט אַדורך אַ טאָג מען זאָל זיך נישט זען. יענע וואָך זײַנען מיר אַוועק אויף אַ וואָך צײַט און זיך באַזעצט אויף אַן אינדזל, נישט ווײַט פֿון מיר. דאָס אינדזעלע הייסט "קאַפּטיוואַ," אַ קלייענער ייִשובֿ אויפֿן ברעג פֿונעם גאָלד־צופֿלוס.

די פֿרימאָרגנס האָט מען זיך געבאָדן אין די בלוי־גרינע וואַסערן און נאָך מיטיק זײַנען מיר אַוועק מיט אַ שיפֿער כאַפּן פֿיש. און די פֿרייד איז געווען אין־לשער ווען יעדער פֿון אונדז האָט געכאַפּט. דער שיפֿער האָט די פֿיש אָפּגערייניקט בײַם ברעג און מיר האָבן זיי געברענגט אין אַ רעסטאָראַן וועלכער האָט עס פֿאַר אונדז צוגעגרייט.

מיטן אַפּעטיט צום פֿישפֿאַנג האָב איך אָנגעשטעקט די משפּחה.

בײַם אָנקומען קיין אַמעריקע האָט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיה גענומען מיך מיט מײַן טאַטן כאַפּן פֿיש. די רײַזע מיט דער באַן האָט גענומען ווייניקער פֿון אַ שעה פֿון דער בראָנקס ביז "קראַוטאָן־אָן־האָדסאָן." דאָרט האָבן מיר זאַלבע־דריט אַדורכגעאַקערט ווייניקער פֿון אַ האַלבן מײַל דורך אַ שיטער וועלדל, ביז עס האָט זיך פֿאַר אונדז פֿאַרשפּרייט דער האָדסאָן־טײַך. איך בין דעמאָלט אַלט געווען אַ יאָר דרײַצן־פֿערצן און ממש זיך פֿאַרכליניעט פֿונעם גרויסן פֿאַרגעניגן פֿון פֿישפֿאַנג. מיר זײַנען אַרײַן אין וואַסער כּמעט איבער די אַקסל. דער פֿעטער האָט אונדז פֿאַרזאָרגט מיט ווענטקעס און לעבעדיקע ווערעמלעך, און הײַדאַ! מ'האָט אָנגעפֿילט די עמערס מיט פֿיש וואָס האָבן געהייסן "פּוירטש." פֿון דעמאָלט אָן איז פֿישפֿאַנג מיר אַרײַן אין די ביינער און בײַ יעדער געלעגנהייט האָט מען געכאַפּט פֿיש.

מײַן מענדל פֿלעגט מיר אָפּשילדערן ווי זײַן טאַטע, ר' אַבֿרהם־חיים ע"ה, איז אַוועק כאַפּן פֿיש אין זייער שטעטעלע בערעקסאַס, אין די קאַרפּאַטן. ער פֿלעגט אַרײַן אין די וואַסערן פֿון טײַכל, און אַזוי ווי קיין ווענטקעס האָבן זיי נישט פֿאַרמאָגט, פֿלעגט ער צעעפֿענען זײַנע גאַטקעס, און פֿיש פֿלעגן אַרײַנפֿליסן אינעווייניק — און ווי נאָר ער האָט זיי דערשפּירט, האָט ער פֿאַרקנעפּלט דאָס ערשטע קנעפּל און אַרויס פֿון טײַכל מיט פֿיש. לאַכט נישט, ווײַל מײַן שוואָגער יוסף אין ארץ־ישׂראל פֿלעגט אויך אַזוי כאַפּן פֿיש ייִנגלווײַז..

מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מיך מײַן ייִנגערער זון בנימין, מיט זײַן משפּחה, צוזאַמען מיט זײַן הינטל, גענומען אין אַ ספּעציעלן פּאַרק פֿאַר הינט, וואָס כאָליען אָפּ זייערע טעג אין די לוקסוס־הײַזער ווי די אַריסטאָקראַטן. זיי עסן דזשורמע מיט האַרטע שטיינדלעך, ספּעציעל צוגעגרייט פֿון דער הינטישער אינדוסטריע. בנימינס הונט איז אַ דערשראָקענער האָז, און דערצו אַ שעמעוודיקער. אָבער די כּלערליי הינט אין הינטישן פּאַרק זײַנען גאַנצע מורנות — אייניקע אַגרעסיוו, אַנדערע ווילדע חיות.

די פּודעלעך, די טשיוואַוואַס און הינטעלעך גרויס ווי אַ גענעץ האָבן אַרויסגעוויזן גרויס גבֿירות, נאָכגעיאָגט די הינטישע בולוואַנעס. זייער בילן האָט דערמאָנט אינעם קוויטש פֿון אַ וועווערקעס לעצטן קוויטש בײַם פֿאַלן אונטער די רעדער פֿון אַ דורכפֿאָרנדיקן אויטאָ. מיט אַ מאָל האָט זיך באַוויזן אַ פּראָצעסיע מיט בלומען, מתּנות, געבעקס, באַלאָנען און פּאַיאַצן־היטעלעך און מיט מוזיק און טאַנץ געפּראַוועט דעם געבורטס־טאָג פֿון זייער באַליבט הינטעלע, וואָס איז אַרומגעלאָפֿן אויסגעפּוצט. מ'האָט אים דערלאַנגט דעם טאָרט מיט פֿינף אָנגעצונדענע ליכטעלעך און געזונגען "העפּי בוירטסדיי גיוטי."

איז וואָזשע ווילט איר, מ'זאָל קענען שרײַבן אין אַזאַ פֿאַרטויבנדיקער אַטמאָספֿער. מ'ווערט דאָ אָפּגעטעמפּט. אַנטקעגן ניו־יאָרק איז פֿלאָרידע אַ פּוסטיניע. דער עלטערער דור איז דאָ ס'רובֿ פֿאַרגרעבט און פֿאַרטעמפּט. אַז דער ים איז אַזוי לאַגאָדנע, די זון גלעט, די לופֿט מאַניעט, איז אַלץ וואָס ס'ליגט דיר אין זינען איז צודעקן זיך מיט אַ פּליושענער קאָלדרע און דרעמלען. וואָס מיר שרײַבן? ווער מיר שרײַבן? די פֿוילקייט באַפֿאַלט דיך ווי דער טשאַד פֿון אַ נישט קיין אויסגערייכערטן אויוון און פֿאַרטושעט דײַן גאַנצן טראַכט־אַפּאַראַט. דאָס איז פֿלאָרידע.