טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דרײַ גרינדער פֿונעם "הבימה"־טעאַטער, מאָסקווע, 1918: (פֿון רעכטס) מנחם גנעסין, נחום צמח און חנה ראָווינאַ
די דרײַ גרינדער פֿונעם "הבימה"־טעאַטער, מאָסקווע, 1918: (פֿון רעכטס) מנחם גנעסין, נחום צמח און חנה ראָווינאַ
Forward Association

90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש.

אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן.

אָן ספֿק, קאָן מען דערציילן די זעלבע געשיכטע אַנדערש; מ’קאָן שטעלן דעם טראָפּ אויף די גרויסע דערפֿאָלגן וואָס דער טעאַטער האָט דערגרייכט אין משך פֿון די יאָרן אין לאַנד ווי אויך אין אויסלאַנד, אונטערן טיטל "נאַציאָנאַלער טעאַטער". ער טראָגט אים מיט שטאָלץ אַ סך, אַ סך יאָרן, צוזאַמען מיט די באַוווּסטע אַקטיאָרן, וואָס האָבן צונויפֿגעשטעלט דעם טעאַטער־אַנסאַמבל, מיט די וועלט־באַרימטע רעזשיסאָרן וואָס זײַנען געקומען אַהער ספּעציעל אויפֿצופֿירן זייערע פֿאָרשטעלונגען.

דער נאָמען "הבימה" איז געגאַנגען פֿאָרויס, בעיקר, אַ דאַנק דעם "דיבוק". אין לויף פֿון דער צײַט האָט דער "הבימה" פֿאָרגעשטעלט הונדערטער ספּעקטאַקלען, נאָר בלויז איינער — "דער דיבוק" איז אָנגענומען געוואָרן ווי אַ סינאָנים פֿון "הבימה"־טעאַטער. אָט די פֿאָרשטעלונג וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין מאָסקווע אין 1922, האָט מען אויפֿגענומען מיט איבערראַשונג אין יעדן אָרט, וווּ מען האָט זי פֿאָרגעשטעלט, און דער עולם, נישט נאָר דער ייִדישער, איז געלאָפֿן זי זען. ש. אַנ־סקיס "דער דיבוק" איז געשפּילט געוואָרן אין דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון חיים־נחמן ביאַליק, די מוזיק פֿון יואל ענגעל; חנה ראָווינאַ אין דער ראָלע פֿון לאה, אַהרון מעסקין — דער צדיק פֿון מיראָפּאָל און איבערהויפּט אונטער דער רעזשי פֿון געניאַלן פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם רעזשיסאָר, פֿון אַרמענישן אָפּשטאַם, יעווגעני וואַכטאַנגאָוו.

די אָפּהאַנדלונג פֿון "דער דיבוק" — אַ פֿאָלקלאָריסטישע געשיכטע מיט אַ מיסטישן אינהאַלט — דערמאָנט "ראָמעאָ און יוליאַ", די שטאַרקע ליבע צווישן צוויי יונגע מענטשן, וואָס דער גורל פֿאַרוואַנדלט אין טראַגעדיע; דער ייִדישער כאַראַקטער פֿון "דיבוק" אָבער דריקט זיך אויס דורך דעם, וואָס לאה און חנן זײַנען באַשערט איינער דעם אַנדערן, נאָך איידער זיי זײַנען געבוירן געוואָרן: די טאַטעס האָבן זיך געגעבן אַ שבֿועה, אַז אויב בײַ איינעם פֿון זיי וועט געבוירן ווערן אַ ייִנגל און בײַם צווייטן אַ מיידל, וועלן זיי זײַן אַ פּאָר ווען די צײַט וועט קומען. פֿאַר נישט מקיים זײַן די שבֿועה ווערט סענדער, לאהס פֿאָטער, באַשטראָפֿט: בײַ זײַן טאָכטער באַזעצט זיך אַ דיבוק, די נשמה פֿון אַ טויטן, חנן קומט פֿאָדערן דאָס וואָס ס'געהערט אים.

אין דער אײַנפֿאַלערישער אייגנאַרטיקייט פֿון וואַכטאַנגאָווס אינסצעניזאַציע, מיט זײַן אויסנאַמלעכן טעאַטראַלן חוש, מיט זײַן אײַנפֿלעכטן אין דער דאָזיקער אויפֿפֿירונג מיסטישע סימבאָלן, האָט דער רעזשיסאָר איבערגעלאָזט אַ קונסט־ווערק וואָס שפּרייט ווײַט אַריבער די צײַט און גרענעץ.

וועגן די צוגרייטונגען צום ספּעקטאַקל, וואָס די באַשרײַבונגען וועגן דעם זײַנען נישט ווייניקער שפּאַנענדיקע ווי דער ספּעקטאַקל אַליין, קאָן מען געפֿינען אין "הבימה"־אַרכיוו נאָך פֿון יענע פֿריִע אַנטשטייונג־צײַטן. פֿאַראַן דאָרט אויספֿירלעכע פּרטים אַלץ אַרום "דיבוק" — די אַנטציקונג פֿאַר דער פּיעסע פֿון דעם גאַנצן אַנסאַמבל, זייער זעלטענע איבערגעגעבנקייט דער אַרבעט און זייער אומבאַגרענעצטע פֿאַרערונג צום רעזשיסאָר, וועלכער איז אַוועק פֿון דער וועלט אַ קורצע צײַט נאָך דער פּרעמיערע אָן צו האָבן פֿאַרזוכט דעם זיסן טעם פֿון אויסערגעוויינלעכן דערפֿאָלג.

פֿאַרכאַפּנדיק איז אויך די שילדערונג פֿון חנה ראָווינאַס אויסווייל אויסצופֿירן די ראָלע פֿון לאהלע. ווי אין די בעסטע שפּאַנונגס־פֿילמען, האָט וואַכטאַנגאָוו באַשטימט פֿאַר אָט דער ראָלע אַן אַנדער אַקטריסע אָן צו וויסן אַפֿילו, אַז חנה ראָווינאַ האָט געחלשט צו זײַן לאה אויף דער בינע. דער צופֿאַל האָט געוואָלט, אַז יענע אַקטריסע זאָל נישט אָננעמען ערנסט די אַרבעט און דער סוף איז געווען, אַז זי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם טעאַטער. נישט האָבנדיק קיין אַנדער ברירה האָט וואַכטאַנגאָוו געמאַכט אַ פּראָבע מיט דער יונגער קינדער־פֿלעגערין — ראָווינאַס באַשעפֿטיקונג, איידער זי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין טעאַטער. דאָס וואָס עס קומט ווײַטער געהערט שוין צו אַ צויבער־מעשׂהלע. ראָווינאַ האָט זיך אַרײַנגעפּאַסט אין דער ראָלע ווי זי וואָלט געבוירן געוואָרן פֿאַר איר. אויף אַזאַ לאה האָט דאָס טאַקע וואַכטאַנגאָוו אַרויסגעקוקט; אָן קיין צוגרייטונג־פּראָבעס האָט זי אינטויִטיוו באַגרײַפֿט די וועזנטלעכקייט פֿון דער פֿאַרפֿאָלגטער טראַגישער געשטאַלט, און זי האָט באַצויבערט מיט איר אויספֿירונג די ראָלע פֿון דער 17־יאָריקער לאה, וואָס אַזוי ווי ס׳איז געווען אָנגענומען דעמאָלט, האָט זי ממשיך געווען צו שפּילן אויך אין די עלטערע יאָרן.

* * *

"דער ׳הבימה׳ צווישן די פֿעלקער" — אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנרופֿן דעם קאַפּיטל, ווען דער "הבימה"־אַנסאַמבל, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אָנגעהויבן אַרומצופֿאָרן איבער אייראָפּע. אַרום זעקס יאָר האָט גענומען זייער וואַנדערן איבער די פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע שטעט — פֿון 1926 ביז 1931, נאָך דער פּײַנלעכער און דורכגעפֿאַלענער סטאַנציע פֿון העכער אַ יאָר צײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז די טרופּע צוריקגעקומען קיין בערלין און פֿון דאָרט צו זייער שטענדיקן וווינאָרט, תּל־אָבֿיבֿ.

ריגע, די הויפּשטאָט פֿון לעטלאַנד, איז געווען די ערשטע אייראָפּעיִשע שטאָט וואָס דער "הבימה"־אַנסאַמבל האָט באַזוכט. דאָרט האָבן זיי דאָס ערשטע מאָל געהאַט אַן איבערלעבונג וואָס שפּעטער איז דאָס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געוויינלעכער דערשײַנונג: די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט געשטראָמט צו דער באַן־סטאַנציע זיי אויפֿצונעמען און נאָך דעם צו באַגלייטן ביזן האָטעל איבער די גאַסן, באַפּוצטע לכּבֿוד די געסט.

אין ריגע האָבן זיי אויך צום ערשטן מאָל דערפֿילט דעם טעם פֿון דער קריטיק, אַדרעסירט צום אַקטיאָר גופֿא, און נישט ווי ביז איצט צום אַנסאַמבל ווי אַן איינהייט. ווי באַקאַנט, איז די אינערלעכע סטרוקטור פֿון "הבימה" — לויט די אידעאָלאָגישע נייגונגען פֿון דער צײַט — געווען געבויט ווי אַ קאָלעקטיוו, און ווי געטרײַע אָנהענגער פֿון זייער לערער און באַשיצער קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַווסקי און זײַן טעאָריע. אין דער פֿאָרשטעלונג זײַנען נישט פֿאַראַן קיין גרויסע צי קליינע ראָלעס, האָבן די "הבימה"־אַקטיאָרן זיך געטוישט מיט די ראָלעס: איין אָוונט האָט דער אַקטיאָר געקאָנט שפּילן די הויפּט־ראָלע, און אויף צו מאָרגנס — איז ער געווען אַ סטאַטיסט. גאָר אַנדערש האָבן די זאַכן זיך אַרויסגעוויזן אין ריגע, און ווען נאָך דער ערשטער פֿאָרשטעלונג האָבן די צײַטונגען פֿאַרעפֿנטלעכט לויבגעזאַנגען פֿאַר ראָווינאַ, צי פֿאַר מעסקינען, איז דאָס געווען פֿאַרן רעשט־אַנסאַמבל אַ סורפּריז און דערוועקט נישט קיין אָנגענעמע געפֿילן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט אין משך פֿון זייערע וואַנדערונגען און געבראַכט צום אויפֿרײַס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

נישט איין סיבה, נאָר די אײַנזאַמלונג פֿון אַ סך פֿאַקטאָרן האָט געבראַכט צום עקזיסטענציעלן קריזיס פֿון אַנסאַמבל און צום דראַמאַטישסטן פֿון אַלע — דער שפּאַלטונג. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיי נאָך דערגרייכט עטוואָס פֿון דערפֿאָלג, וואָס זיי האָבן פֿאַרזוכט אין אַנדערע ערטער, אָבער נישט אויף לאַנג; דאָ, אין דעם ריזיקן אומבאַקאַנטן לאַנד האָבן זיי זיך גאַנץ שנעל אַנטוישט אינעם פּובליקום און פֿון דער קריטיק, וועלכע האָט נאָך די ערשטע פֿאָרשטעלונגען זיי איבערגעלאָזט אַליין.

אין אַ שטיקנדיקער ניו־יאָרקער נאַכט האָט די טרופּע דורכגעפֿירט איר לעצטע באַגעגעניש. מיט אַ שווער געמיט און קעגנזײַטיקע טענות האָט דער אַנסאַמבל אָנגענומען דעם אומפֿאַרמײַדלעכן באַשלוס: זיך שפּאַלטן. נחום צמח, דער ביאַליסטאָקער העברעיִש־לערער, דער טרוימער און דער איניציאַטאָר וואָס האָט געחלומט און פֿאַרווירקלעכט דעם חלום אויפֿצושטעלן אין ירושלים אַ מוסטער־טעאַטער, האָט פֿאַרלוירן יענע נאַכט זײַן גאַנצע וועלט. בלויז אַכט מיטגלידער פֿונעם קאָלעקטיוו האָבן אָנגענומען נחום צמחס זײַט; און פֿאַרבליבן דערווײַל אין אַמעריקע. די מערהייט מיטגלידער פֿון אַנסאַמבל האָבן זיך געגרייט שנעל צוריקצופֿאָרן קיין אייראָפּע און פֿון דאָרט — צו זייער שטענדיקער היים — ארץ־ישׂראל.

אין 1936 האָט נחום צמח באַזוכט ישׂראל, ביידע צדדים האָבן דאַן געמאַכט אַ פּרוּוו זיך איבערצובעטן — אָן הצלחה. צמח איז צוריקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און דאָרט ניפֿטר געוואָרן. בסך־הכּל, איז ער אַלט געווען 52 יאָר. לעבן דעם "הבימה"־בנין איז פֿאַראַן אַ קליינער גאָרטן וואָס טראָגט זײַן נאָמען.