הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל.
אין דער גמרא שטייט, אַז מע טאָר נישט דאַוונען פֿאַר אַ בפֿירוש אוממעגלעכער זאַך. משה רבינו האָט אַליין פֿאַרשריבן אין דער תּורה, אַז ער וועט נישט אַרײַן אין ארץ-ישׂראל, דערפֿאַר האָט ער געוווּסט, אַז זײַן בקשה וועט נישט מקוים ווערן — לכל-הפּחות, נישט אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן. אונדזער פּרשה הייבט זיך אָבער אָן מיטן ענין פֿון משה רבינוס תּפֿילה, דערפֿאַר מוז זי האָבן אַ באַזונדערס וויכטיקן באַדײַט.
דאָס וואָרט "ואתחנן" איז אַ פּאַסיווער ווערב, וואָס קאָן אָפּגעטײַטש ווערן ווי "און עס האָט זיך אים געדאַוונט". דער איזשביצער רבי איז מסביר אין זײַן ספֿר "מי-השילוח", אַז משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ס׳איז כּדאַי מתפּלל צו זײַן, ווײַל ער איז געוואָרן "מלא-תחנונים" — דערפֿילט אַ שטאַרקן חשק דאָס צו טאָן. דער פֿאַרלאַנג צו דאַוונען גופֿא האָט אויפֿגעוויזן משה רבינו, אַז דער אייבערשטער וויל מקבל זײַן די בקשה און זי מקיים זײַן אין אַ געוויסן זין.
אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען קאָנצענטרירט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט אמונה, אַרײַנגערעכנט די מיצווה צו גלייבן אינעם באַשעפֿער און זײַן אייניקייט. אין דער פּרשה "לך לך" דערקלערט דער איזשביצער רבי אויף אַן ענלעכן אופֿן, אַז אַבֿרהם אָבינו האָט דערגרייכט זײַן שטאַרקע אמונה צוליב זײַן שטאַרקן חשק צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס וועגן דעם באַשעפֿער. "לך לך" מיינט, בוכשטעבלעך, "גיי צו זיך". אַבֿרהם אָבינו האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין זײַנע אייגענע געפֿילן און פֿאַרשטאַנען, אַז זיי קומען פֿונעם אייבערשטן. די אמתע אמונה באַשטייט נישט אינעם גלייבן אין אַ דרויסנדיקן כּוח, נאָר שטאַמט פֿונעם ג-טלעכן עצם פֿון דער נשמה.
דער מעזשריטשער מגיד האָט געזאָגט, אַז "תּפֿילה איז גופֿא הקדוש-ברוך-הוא"; דאָס הייסט, אַז די דערפֿאַרונג פֿון דאַוונען איז גופֿא אַנטפּלעקונגען פֿון ג־טלעכקייט. דער נאָמען "ואתחנן", וועלכער איז מרמז אויף משה רבינוס חשק צו דאַוונען, איז פֿאַרבונדן מיט דער עיקר־מיצווה פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — אמונת־השם. אַזוי ווי תּפֿילה, דאַרף די אמונה זײַן אַ רעזולטאַט פֿון פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען, פֿון זעלבסט־אַנאַליז און "גריבלענישן" אין דער אייגענער נשמה, ווײַל איר טיפֿער עצם איז גופֿא ג־טלעכקייט.