יעדע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט איר שרײַבער, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן חוצפּה, זײַן יאַנדעס, זײַן גיין איבער דער מאָס. אין דעם לעצטן גערעטעניש פֿון ביכער, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש וועגן ייִדיש — צווישן זיי די ווערק פֿון אַהרן לאַנסקי און דוד קאַץ — צייכנט זיך אויס מײַקל וועקס׳ בוך, Born to Kvetch [אַ קוועטשער, אַ געבוירענער] און זײַן נײַ בוך אויף דער טעמע, "Just Say Nu" ["זאָגט בלויז ׳נו׳"] מיט זײַן "נישט־סאַלאָן־פֿעיִקן" הומאָר און חריפֿותדיקע באַמערקונגען וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ייִדיש־רעדערס.
ווער עס האָט געהערט מײַקל וועקס בײַ זײַנער אַ לעקציע וועגן מאַמע־לשון, ווייסט שוין, אַז זײַן סטיל פֿון פֿאָרשטעלן זײַנע געדאַנקען פֿאַר אַן עולם אין זײַן פּראָפֿעסאָרישן טאָן, האָט אַן עלעמענט פֿון סאַרקאַזם און איראָניע, וואָס איז שווער איבערצוגעבן אויף דער געדרוקטער זײַט. אָבער מע דאַרף מודה זײַן, אַז ווען מע לייענט די חכמות אינעם נײַעם בוך רופֿן זיי נאָך אַרויס אַ שמייכל און אַפֿילו אַ געלעכטער.
וועקס וויל, אָבער, אויפֿטאָן צו פֿיל אין "זאָגט בלויז, ׳נו׳". ער וויל דער לייענער זאָל זיך אויסלערנען די ווערטער און ווערטלעך, ניצנדיק אַ קאָמפּליצירטע סיסטעם פֿון טראַנסליטעראַציע און פֿאַרשיידענע שריפֿטן, וואָס וועט יעדן דרייען אַ ספּאָדעק. דאָס בוך לײַדט פֿון דעם גראַפֿישן און וויזועלן אַספּעקט; אָבער נישט פֿונעם טעקסט גופֿא — אויב מע וועט זיך נעמען די מי אים מיט זאָרג איבערצולייענען. עס קען זײַן, אַז דער מחבר האָט געוואָלט מע זאָל ניצן דאָס בוך ווי אַ לערן־בוך, אָבער ער האָט אַ טועת אין דעם פּרט.
מע דאַרף לייענען וועקס' ווערק, נישט כּדי זיך צו לערנען ייִדיש, נאָר צוליב זײַנע אָבסערוואַציעס וועגן דעם לעבן אויף דער וועלט, וועגן ייִדן און ייִדישקייט, און, דער עיקר, וועגן ייִדיש. אויף דער טעמע "באַגריסונגען און שמועסן", שרײַבט וועקס וועגן דער באַגריסונג "שלום־עליכם, עליכם־שלום" — "אַ שמועס אויף ייִדיש הייבט זיך אָן מיט אַ גרייטקייט צו זאָגן פּונקט דאָס פֿאַרקערטע וואָס מע האָט אײַך ערשט געזאָגט — אַפֿילו ווען איר זענט מסכּים..." וועקס האַלט, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק קוקט אויף אַלץ דורך סקעפּטישע, אַפֿילו פּאַראַנוייִשע אויגן, און אַז ייִדן טראַכטן, אַז דאָס גאַנצע לעבן לײַדט מען. נישט קיין קאָמישער געדאַנק, אָבער דער אופֿן ווי ער שטעלט עס פֿאָר, אין זײַן אַבסורדישער איבערגעטריבנקייט, צווינגט אײַך צו לאַכן.
פֿאַר יעדן ווערטל ברענגט וועקס אַ הומאָריסטישן אַנעקדאָט, משל אָדער באַמערקונג. צו דער באַגריסונג "וואָס זאָגט איר גוטס?" דערציילט ער, אַז מע וואָלט אים געקענט ניצן אין אַזאַ פֿאַל — "ווען סע ווערט ליכטיק אינעם בורלעסק־טעאַטער, און מע זעט הרבֿ גאָלדבערג זיצט לעבן אײַך דאַרף מען נאָר זאָגן (פֿאַרשטייט זיך, אויב איר זענט דער ערשטער וואָס כאַפּט זיך, און רעדט צו ערשט): ׳נו, רבי, וואָס זאָגט איר גוטס?׳"
די באַגריסונג "זײַ מיר געזונט" טײַטשט אויס מײַקל וועקס אַזוי: "דאָס וואָרט ׳מיר׳ גיט צו צום אויסדרוק דעם זין פֿון "איך האָף, אַז איר בלײַבט געזונט, ווײַל איך האָב אַבסאָלוט נישט קיין חשק צו פֿרעגן וועגן אײַך אין דער צוקונפֿט". וועקס, אַן אַמאָליקער ישיבֿה־בחור, האַלט אַז מע דאַרף גוט קענען דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן צו פֿאַרשטיין ייִדיש אין אַ טיפֿערן זין. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווײַזט ער נישט אַלע מאָל אַרויס דעם דערוואַרטן דרך־ארץ פֿאַר די הייליקע ביכער, למשל — "אין משנה שטייט, ׳מע דאַרף זײַן דער ערשטער צו באַגריסן יעדן איינעם׳; אָבער סע שטייט גאָרנישט וועגן דעם, צי מע זאָל וואַרטן אויף אַן ענטפֿער"; אָדער ער שרײַבט — "׳ברוך־השם׳ איז דער העפֿלעכסטער אופֿן פֿון זאָגן אַבסאָלוט גאָרנישט."
ווי באַקאַנט, האָט דאָס רעדן ייִדיש אויך אַ פֿיזישן אַספּעקט. צו אַ צאָל ווערטלעך און אויסדרוקן קומט אַ באַוועגונג מיט דער האַנט און וועקס גיט צו פּינקטלעכע באַשרײַבונגען, ווי אַזוי מע דאַרף מאַכן מיט די הענט און מיטן פּנים.
אינעם קאַפּיטל וועגן "די סטאַדיעס פֿון לעבן" גיט אונדז וועקס דעם שורש פֿונעם ווערטל "איך בין נישט קיין מלופּן־קינד", ווײַל דער מלופּן איז אַ קליינער ניקוד, און ווען מע מאַכט דעם "וּ"־קלאַנג פֿון אַ מלופּן, מיט רונדע ליפּן, ווי מע וואָלט געזויגט, מאַכט מען נאָך אַ זויג־קינד. וועגן דעם אויסדרוק "איכ'ל לערנען מיט דיר בלק" דערציילט ער פֿון חומש און פֿאַרבינדט עס מיטן ווערטל. אַ מאָל מאַכט דער מחבר שפּראַכלעכע פֿאַרבינדונגען מיט די תּפֿילות, וואָס זענען אַפֿשר איבעריק. דער אימאַזש "איך בין נישט מער ווי אַ צעבראָכענער שאַרבן" זאָגט ער, שטאַמט פֿונעם דאַוונען פֿון די ימים־נוראָים, אָבער דער אימאַזש איז דאָך אַן אוניווערסאַלער.
דער הומאָר פֿון "זאָגט בלויז, ׳נו׳" איז זיכער געצילט פֿאַר אַ לייענער פֿון אַ געוויסן עלטער; איך ווייס נישט, צי לייענער ייִנגער פֿון פֿופֿציק יאָר אַלט, וועלן כאַפּן אַלע ציטאַטן פֿון דער פּאָפּולערער קולטור וואָס וועקס באַניצט. איך בין שוין איבער די 50ער און האָב אויך נישט געכאַפּט אַלץ — מיר האָבן, אַפּנים, נישט געקוקט די זעלבע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען.
וועגן עסנס און כּשרות, לערנט מען אויס נישט נאָר די געוויינטלעכע אויסדרוקן, נאָר אויך ווערטלעך פֿון וועקס׳ וועלט — ווער האָט געוווּסט, למשל, אַז "לאָמיר מאַכן זיך פֿליישיק", קען געטײַטשט ווערן ווי "לאָמיר רייכערן מאַריכואַנאַ?". זיכער וועט מען דאָס נישט געפֿינען אין מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך".
וועקס איז אויך אַ מײַסטער־איבערזעצער מיט אַ סך הומאָר, און ספּעציעל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור. ער זעצט איבער מיט אַ ייִדישן טעם און ער דרוקט דאָ איבער עטלעכע מוסטערן פֿון זײַנע איבערזעצונגען, וואָס זענען טאַקע זייער קאָמיש אויב מע קען גוט ייִדיש.
וועגן דעם לעצטן קאַפּיטל, "ליבע און סעקס", קען מען רויִק שרײַבן, אַז ער "רירט אָן" טעמעס אויף ייִדיש, וואָס זענען פֿריִער נישט געדרוקט געוואָרן אין אַזאַ עפֿנטלעכן פֿאָרום; פֿאַר די לייענער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין ייִדיש־רעדנדיקע היימען, אָבער אָן קיין שום וויסן פֿון די סעקסועלע ווערטער און אויסדרוקן, איז דאָס טאַקע אַ נײַעס. לאָמיר האָפֿן, אַז דער געוויינטלעכער לייענער, וואָס ווייסט ווייניק פֿון ייִדיש, וועט דירעקט נישט אויפֿמישן די זײַטן און נאָר זיך לערנען די דאָזיקע ווערטער און אויסדרוקן.
מע קען געפֿינען אַ סך וויצן און הומאָר אין מײַקל וועקס' נײַ בוך "זאָגט בלויז, ׳נו׳" און אויב מע האַלט אויס דעם גראַפֿישן אַספּעקט, וועט מען זיכער הנאה האָבן.