פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער |
עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם...
לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון.
גלייביקע און אויך טראַדיציאָנעלע ייִדן, אין די "נײַן טעג" פֿאַר תּישעה־באָבֿ, ראַזירן זיך ניט, שערן ניט זייערע האָר. זיי און זייערע משפּחות עסן ניט קיין פֿלייש און אַנדערע געשמאַקע יום־טובֿדיקע פּאָטראַוועס. זיי זענען אין אַ געדריקטער שטימונג, זיי זענען מוותּר און צוריקגעהאַלטן פֿון געניסן פֿון עולם־הזהדיקע געוווינהייטן און פֿאַרגעניגנס, אום תּישעה־באָבֿ פֿאַסטן זיי...
דאָס ייִדישע פֿאָלק, אומעטום, האָט די וואָך אָפּגעמערקט דאָס 2,594 יאָר זינט דעם חורבן פֿון בית־ראשון, דעם ערשטן בית־המיקדש, און גענוי 1,938 יאָר זינט דעם חורבן פֿון בית־שני, דעם צווייטן בית־המיקדש.
אין דער אַלטשטאָט — העיר העתּיקה, בײַם כּותל־המערבֿי, אין אַלע שילן און בתּי־מדרשים, אין מאה־שערים, גאולה און אַלע שכונות (קוואַרטאַלן) פֿון ירושלים, האָבן טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון לאַנד און אויסלאַנד אויסגעוויינט זייערע הערצער, זאָגנדיק "איכה" און קינות אויף די צוויי חורבנות פֿון אַמאָל, וואָס האָבן גורם געווען און געבראַכט צו די צוויי גלותן: דעם קורצן, גלות־בבֿל, און דעם לאַנגן ייִדישן גלות פֿון קאַרגע צוויי טויזנט יאָר, ביז דעם אויפֿקום פֿון דער פֿרײַער ייִדישער מדינה, מיט 60 יאָר צוריק!
ווי אַ תּושבֿ פֿון ירושלים, זינט מײַן עליה, מיט 30 יאָר צוריק דעם חודש, קען איך מיט שטאָלץ דערקלערן, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער ייִדישער ייִשובֿ אין דער גאָרער וועלט, וווּ עס לאָזן זיך פֿילן, טיף אין וועזן, אַזוי שאַרף און בולט די טרויער־טעג פֿון פֿאַר און אום תּישעה־באָבֿ, ווי טאַקע דאָ אין ירושלים גופֿא, אין אירע גאַסן און געסלעך, אירע הייף, אין אירע אַלטע און נײַע שכונות.
* * *
פֿאַר אונדז, פֿון דער שארית־הפּליטה, די רעשטלעך פֿון דעם אויסגעמאָרדעטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, איז דער חודש אויגוסט דער שווערסטער און דער טרויעריקסטער חודש פֿון דעם יאָר. מיר זענען דאָך די לעבעדיקע עדות פֿון אונדזער דריטן חורבן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. מיר טראָגן מיט זיך, און אין זיך, די שפּורן און וווּנדן פֿון די טראַגישע יאָרן פֿון חורבן פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, פֿון דעם חורבן פֿון אונדזערע היימען און משפּחות אין אונדזער צײַט.
די דײַטשע מערדער, מיט דער הילף פֿון זייערע אָרטיקע קריסטלעכע שותּפֿים, האָבן דעם 6טן אויגוסט 1942, כ״ג אָבֿ, אויסגעפֿירט די צווייטע שחיטה און חורבן פֿון דעם געטאָ אין מײַם היימשטעטל זשעטל, אויך אין די אַנדערע געטאָס פֿון די שטעט און שטעטלעך אין אונדזער ראַיאָן האָבן זיי דאָס זעלבע אויסגעפֿירט אין לויף פֿון די זומער־חדשים יולי־אויגוסט.
דער קאָלעקטיווער זכּרון פֿון די אַמאָליקע חורבנות באַהעפֿטן זיך צוזאַמען מיט דעם פּערזענלעכן זכּרון פֿון יעדן איינעם פֿון אונדז, אין די הײַנטיקע טעג פֿון טרויער און דערמאָנונג.
אין אַ גרויסער צאָל פֿון די דאָזיקע שטעטלעך האָבן די שוואַכע, אויסגעהונגערטע, געפּלאָגטע ייִדן, פּלאַנירט, און אַפֿילו געשטעלט אַ פּאַסיוון אָדער אַן אַקטיוון ווידערשטאַנד קעגן די רוצחים.ליידער, ניט אין יעדן געטאָ איז ממשותדיק זיי געלונגען אויסצופֿירן זייערע פּלענער. מיר דאַרפֿן דעריבער אָנערקענען, אַז אַ פּאַסיווער ווידערשטאַנד פֿון געוויסע פֿאָרם און פֿאַרנעם, אין אָנבליק פֿון די לויערנדיקע געפֿאַרן און סכּנות, האָט זיך גענייטיקט אין מוטיקייט, קוראַזש און גבֿורהשאַפֿט צו גיין אויף מסירת־נפֿש, צו ראַטעווען פֿון טויט די משפּחות, אָדער נעמען נקמה אָן די מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער.
פֿאַר אונדז, געקומענע פֿון דעם נאַצישן גיהנום, איז דער רוף וואָס דער באַרימטער היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון דער חורבן־תּקופֿה פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער, אַ באַרעכטיקטער, אַ צײַטיקער און אַפֿילו אַ דרינגענדיקער.
אין אַ שמועס מיט אַנשיל פֿעפֿער פֿון דער צײַטונג "האָרץ" (דעם 02.05.2008) האָט ער מיט עטלעכע חדשים צוריק גערופֿן זײַנע קאָלעגעס היסטאָריקער און פֿאָרשער "לכו אל השטעטלים" — גייט אין די שטעטלעך, כּל־זמן עס איז נאָך צײַט, כּל־זמן עס זשיפּען נאָך די לעצטע לעבן־געבליבענע עדות פֿון דעם חורבן, פֿון וועלכע איר וועט הערן אויטענטישע, אויסנעמלעכע פֿאַלן פֿון גבֿורה און מוטיקייט, אויסגעפֿירט פֿון די ייִדן אין די קליינע און גרעסערע שטעט און שטעטלעך אין ווײַס־רוסלאַנד, אוקראַיִנע און פּוילן...
איך בין זיכער אַז פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער איז גוט באַקאַנט מיט די מאַטעריאַלן, פֿאָרש־אַרבעטן און דאָקומענטאַציעס, וואָס זענען געמאַכט געוואָרן אין דעם געביט. הונדערטער יזכּור־ביכער זענען דערשינען ביז איצט, אַרויסגעגעבן פֿון פּריוואַטע מחברים און לאַנדסמאַנשאַפֿטן פֿון שטעטלעך אין דער גאָרער ייִדישער וועלט, פֿון פֿאָרשער און היסטאָריקער.
די פּאָליצעס און שאַפֿעס אין די אַרכיוון פֿון "יד־ושם" אין ירושלים, אין קיבוץ לוחמי־הגיטאות, אין "משואה"־צענטער אין תּל־יצחק, אין חורבן־מוזייען אין וואַשינגטאָן, וואַרשע, לאָס־אַנדזשעלעס, בוענאָס־אײַרעס און אַנדערע צענטערס זענען פֿול מיט דאָקומענטאַציע־פֿילמען און אַנדערע אָביעקטן, וועלכע גיבן איבער וויזועל און אין שריפֿט, דעם אָנטייל פֿון די ייִדן אין קליינע שטעטלעך אין די קאַמפֿן קעגן די נאַציס און זייערע מיטהעלפֿער אין די מלחמה־יאָרן.
די העלדישע קעמפֿער אין די פּאַרטיזאַנער־גרופּעס אין די וועלדער פֿון ליטע, ווײַס־רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַנדערע לענדער, זענען מערסטן טייל געווען אַנטלאָפֿענע פֿון די געטאָס און שחיטות. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער רוסישער, פּוילישער און אַנדערע אַרמייען, אין וועלכע אַ סך פֿון זיי זענען אומגעקומען אויף די פֿאַרשיידענע פֿראָנטן קעגן דער נאַצישער אַרמיי.
איך בין זיכער, אַז פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער איז גוט באַקאַנט מיט דעם אַלעם, וואָס איך האָב אויבן אויסגערעכנט. ער ווייסט, אַז עס איז ניט־גענוג אויסגעשעפּט, און ער וויל מסתּמא מיט זײַן רוף אינספּירירן יונגע פֿאָרשער און היסטאָריקער אָנצוגיין מיט זייערע וויכטיקע אַרבעטן, נאָך אַ סך יאָרן.
פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער איז אַליין אַ געראַטעוועטער פֿון חורבן. ער איז איצט 75 יאָר אַלט. אין עלטער פֿון 5 יאָר האָבן אים זײַנע עלטערן אויסבאַהאַלטן אין אַ קאַטוילישן מאָנאַסטיר אין פֿראַנקרײַך. ער האָט זיך דאָרטן דערצויגן ווי אַ קריסט און איז באַפֿרײַט געוואָרן אין עלטער פֿון 10 יאָר. אין 1948 קומט ער אָן קיין ישׂראל מיט דער שיף "אַלטאַלענאַ". ער שטודירט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, ווערט געהילף צו שמעון פּערעס און אַקטיוו אין די רייען פֿון "שלום עכשיו"־באַוועגונג. מיט דער צײַט ווערט ער איינער פֿון די אָנערקענסטע היסטאָריקער פֿון דער חורבן־תּקופֿה. ער האָט פּובליקירט אַ צאָל וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן אויף דעם געביט.
במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר, וווינט ער אין לאָס־אַנדזשעלעס און איז דאָרטן געשיכטע־פּראָפֿעסאָר אינעם "קאַליפֿאָרניע־אוניווערסיטעט". דער אויבנדערמאָנטער לענגערער שמועס איז פֿאָרגעקומען בשײַכות מיט זײַן באַקומען דעם פּוליצער־פּרײַז פֿאַר זײַן לעצטנס דערשינענעם דאָקומענטאַלן בוך אין אַמעריקע "The years of Extermination: Nazi Germany and the Jews 1939-1945" — "די אויסראָטונגס־יאָרן: נאַצי־דײַטשלאַנד און די ייִדן אין 1939־1945". די העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם בוך וועט דערשײַנען אין דעם קומענדיקן יאָר.
"...איך בין גענוג סקעפּטיש לגבי די באַמיִונגען וואָס שייך בויען און שאַפֿן דעם קאָלעקטיוון זכּרון, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דעם חורבן און זײַנע אַלע אויספּלאַנירטע צערעמאָניאַלן. איך וואָלט בעסער גערן געהאַט דעם 'מינוט שווײַגן’ פֿון אַלע אַנדערע צערעמאָניעס", האָט געזאָגט פּראָפֿ’ פֿרידלענדער.
אַנשיל פֿעפֿער, דער שרײַבער פֿון "האָרץ" באַמערקט, אַז "פּראָפֿ’ פֿרידלענדער איז ניט קיין גרויסער חסיד פֿון דענקמעלער און מוזייען. דער 'יום־השואה’ — דער אָפֿיציעל־באַשטימטער טאָג פֿון געדענקען דעם חורבן 'רעדט ניט צו אים’. ער גלייבט, אַז מע דאַרף בעסער פֿאַרשטאַרקן דעם באַוווּסטזײַן און וויסן וועגן חורבן, אַנשטאָט צו פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון חורבן דורך צערעמאָניאַלן און בנינים".
ער ציטירט פּראָפֿ’ פֿרידלענדער: "איך בין ניט קיין אָנהענגער פֿון די רײַזעס און באַזוכן פֿון די תּלמידים פֿון די ישׂראל־שולן, און פֿון אַנדערע לענדער, קיין אוישוויץ און אין די געוועזענע קאָנצענטראַציע־לאַגערן (מײַדאַנעק, טרעבלינקע אד"גל).
מען דאַרף ניט פֿאַרמישן דעם חורבן מיט דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. איך בין גלײַך פֿון אָנהייב געווען קעגן דעם צונויפֿבונד פֿון דער 'שואה מיט גבֿורה’, און אַז דער חורבן האָט געברענגט צו דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. עס איז ניטאָ קיין גרונט און היסטאָרישע באַווײַזן דערצו.
עס איז ניט פּינקטלעך אַזוי געווען. דער ייִשובֿ האָט נישט שטענדיק אויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס די געראַטעוועטע פֿון חורבן. די באַציִונג פֿון דעם ייִשובֿ צו דעם גורל פֿון די ייִדן פֿון אייראָפּע אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז אין אַ געוויסער צײַט געווען גאַנץ פּראָבלעמאַטיש", זאָגט פּראָפֿ’ פֿרידלענדער.