אינעם זעלבן טאָג, דעם אַכטן אויגוסט, ווען דער הימל אין ביידזשינג איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די פֿאַנטאַסטישע פֿײַערווערק־פֿאָנטאַנען, וואָס האָבן מיט זייער פֿײַערלעכער דערהויבנקייט געמאָלדן וועגן דעם אָנהייב פֿון די אָלימפּישע שפּילן, איז דער הימל פֿון דרום־קאַווקאַז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט די טייטלעכע פֿײַער־שטראָמען, ווי אַן אָנהייב פֿון אַ בלוטיקער שחיטה, צווישן גרוזיע און דער סעפּאַראַטיסטישער רעפּובליק — דרום־אָסעטיע. דער דורותדיקער כּלל, אַז בעת די אָלימפּישע שפּילן מוזן די האַרמאַטן אויפֿהערן צו שיסן, איז געשטערט געוואָרן.
איז לאָמיר זיך פֿרעגן: צי איז דער אויסבראָך פֿון דעם קאָנפֿליקט אין קאַווקאַז געווען אַ צופֿעליקער, און עס זײַנען בלויז צונויפֿגעפֿאַלן דער אָנהייב פֿון דער אָלימפּיאַדע מיטן פֿײַער־אַטאַק? ווער זײַנען די קעגנערישע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט — בלויז גרוזיע און דרום־אָסעטיע, צי אפֿשר נאָך אַנדערע כּוחות?
דער סיכסוך צווישן גרוזיע און די צוויי סעפּאַראַטיסטישע רעפּובליקן, אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע, איז אויפֿגעקומען, ווי אַ פּועל־יוצא באַלד נאָכן אַלגעמיינעם קראַך פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּמעט אין דער זעלבער צײַט, ווען טשעטשניע האָט געוואָלט זיך אָפּטיילן פֿון רוסלאַנד. זינט דעמאָלט האָט זיך פֿאַרגאָסן אַ סך בלוט און אַ סך טויזנטער מענטשן זײַנען געבליבן אָן אַ היים און אָן אַ צוקונפֿט — פּליטים פֿון טשעטשניע, אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע.
טשעטשניע איז בגוואַלד געבליבן אין רוסלאַנד, אָבער אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע האָבן זיך נישט נאָכגעגעבן. פֿונדעסטוועגן, ווי יעדער באַנאַנע־רעפּובליק מוזן זיי האָב אַ ממשותדיקן פּאַטראָן. פּוטינס רוסלאַנד איז געוואָרן זייער פּאַטראָן. צו קאָנטראָלירן די אָרדענונג אין יענעם ראַיאָן, האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" פֿאַרטרויט דעם אַזוי גערופֿענעם "באַגרענעצטן שלום־קאָנטינגענט" — אַ טייל פֿון דעם רוסלענדישן מיליטער. דעמאָלט האָט רוסלאַנד אויסגענוצט די געלעגנהייט און פֿאָרגעלייגט די אײַנוווינער פֿון די צוויי רעפּובליקן צו באַקומען די רוסלענדישע פּאַספּאָרטן. אויף אַזאַ ממזרישן אופֿן איז אַ היפּשער טייל פֿון די געוועזענע גרוזינער בירגער אויטאָמאַטיש געוואָרן בירגער פֿון רוסלאַנד. איצט, נאָך די ערשטע פֿײַער־אַטאַקן פֿון דער גרוזינער זײַט, האָט דער פֿאַקט געגעבן דעם רוסלענדישן פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדיעוו, דאָס רעכט צו זאָגן, אַז די רוסישע אַרמיי מוז פֿאַרטיידיקן און ראַטעווען די בירגער פֿון רוסלאַנד "פֿונעם גרוזינער גענאָציד". צי שטעקט טאַקע די אמתע סיבה אינעם "פֿאַרטיידיקן און ראַטעווען"? צי זײַנען דען די רוסישע "רייניקונגען" אין טשעטשניע נישט אויסגעפֿירט געוואָרן קעגן די אייגענע רוסלענדישע בירגער?
כּל־זמן גרוזיע, בראָש מיט איר פּרעזידענט מיכאַיִל סאַאַקאַשווישלי, וואָס איז געקומען צו דער מאַכט אויף דער כוואַליע פֿון דער "רויזן־רעוואָלוציע", האָט זיך נישט געריסן אין "נאַטאָ", האָט רוסלאַנד געלוינט אַזאַ וואַקלענדיקער מצבֿ פֿון אומסטאַבילקייט. איצט, ווען גרוזיע האָט זיך שוין דערפֿילט זייער נאָענט צו איר חלום, האָט מאָסקווע עס נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען. צו פֿיל אינטערעסן פֿון רוסלאַנד פֿירן דורך די גרוזינער פּאָליטישע וועגן. אַוודאי נאַפֿט און גאַז פֿון אַזערבײַדזשאַן און טורקמעניסטאַן, וואָס די רערן ווערן געצויגן דורך גרוזיע קיין טערקײַ, אויסער רוסלאַנדס ווילן; אַוודאי די סטראַטעגישע וויכטיקייט פֿון די גרוזינער ים־פּאָרטן; אַוודאי דאָס געאָפּאָליטישע אָרט פֿון גרוזיע גופֿא, ווי אַ שליסל צו דרום־קאַווקאַז און ווײַטער — צו טערקײַ, איראַק און איראַן... און נאָך: הינטער דער "קליינער נעבעכדיקער" גרוזיע שטייט אַמעריקע, וואָס רוסלאַנד קאָן עס בשום־אופֿן נישט דערלאָזן, ווײַל אין מאָסקווע ווייסט מען פֿון קדמונים אָן, אַז שטאַרק איז נישט דער וואָס האָט אַ סך, נאָר דער, וואָס גיט זײַנס נישט אָפּ.
די אַמביציעס פֿון רוסלאַנד האָבן זיך נישט געביטן זינט דער ראָמאַנאָוו־אימפּעריע. דעריבער וועט מאָסקווע טאָן אַלץ, כּדי נישט צו דערלאָזן גרוזיע זיך באַהאַלטן אונטערן שוץ פֿון "נאַטאָ". זי וועט עס נישט דערלאָזן אויך אין קרים און אין מיזרח־אוקראַיִנע. צי וועט דער מערבֿ עס אַראָפּשלינגען? זעט אויס, אַז יאָ... ווי ס'איז געשען טאַקע מיט כינע, ערבֿ די אָלימפּישע שפּילן. די טיבעטער קעמפֿער פֿאַר זייער אומאָפּהענגיקייט האָט נעבעך גאָרנישט געהאָלפֿן. די פֿײַערלעכע פֿײַערווערק איבער ביידזשינג האָבן אויסגעשאָסן צו דער צײַט און די פֿירער פֿון דער מערבֿ־וועלט האָבן עס שטיל באַוווּנדערט...