- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע רעשט שוין אַ גאַנצע וואָך אַרום דעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל אין דער "געלער", פּראָ־נאַצישער צײַטונג Aftonbladet, וואָס גייט אַרויס אין שוועדן. מה־רעש? אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט איר זשורנאַליסט, דאָנאַלד באָסטריאָם, אָפּגעדרוקט אַ ידיעה, אַז די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן פֿון די דערהרגעטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן אַרויסגענומען זייערע אבֿרים, כּדי זיי ווײַטער אויסצונוצן אין ישׂראל. אַ מעשׂה, פֿאַרמישט אויף די הײַנטיקע שוידער־פֿילמען וועגן וואַמפּירן און סעריאַלע־־מערדער, און דעם אַלטן בלוטיקן בילבול. סײַ דאָס ערשטע און סײַ דאָס צווייטע זײַנען פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט בײַם פּראָסטן המון אין אַלע לענדער. די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט. אין איטאַליע איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, מיט ענגלישער איבערזעצונג — "טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע" [Step By Step: Contemporary Yiddish Poetry], 233 זײַטן, בראָשירט, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ בן־פּורתּ און מאַרגעריטאַ פּאַסקוטשי. דאָס בוך נעמט אַרײַן לידער פֿון 22 מאָדערנע פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער איבער דער וועלט. אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די רעדאַקטאָרן וועגן זייער נאָענטער באַציִונג מיטן דײַטשן ייִדישיסט, פֿאָטאָגראַף און שרײַבער, יאַנקל קאָזין. אַ דאַנק זײַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער, האָט ער זיי אינספּירירט צו בלײַבן נאָענט צו ייִדיש, און זײַן ייִדישע פּאָעזיע האָט אויף זיי משפּיע געווען צונויפֿצושטעלן די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ענין: אויב אַ ייִד גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָט ער אַ רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", און חתונה צו האָבן מיט איר, אויב זי איז מסכּים זין מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִדענע. די גמרא פּסקנט, אַז מע מעג עס טאָן אַפֿילו אין אַ פֿאַל, ווען די פֿרוי איז אַ חתונה־געהאַטע. עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס,
נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג: "אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר. (צווייטער טייל) איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן. טײַערע חזנטע, מיט פֿיר חדשים צוריק בין איך געוואָרן אַ פֿעטער. זינט מײַן פּלימעניק איז געבוירן געוואָרן רעד איך נאָר ייִדיש צו אים. דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם ווען איך און מײַן מאַמע היטן אים און מײַן שוועסטער און שוואָגער זענען נישטאָ. געוויינטלעך, זע איך מײַן פּלימעניק אין מײַן שוועסטערס היים. מײַן שוואָגער, מיר דאַכט, האָט פֿײַנט, ווען איך רעד אויף ייִדיש מיטן קינד, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט אינעם זעלביקן צימער, אָבער, ער זאָגט מיר גאָרנישט. ער גייט צו צו מײַן שוועסטער (וועלכע האָט נישט קיין פּראָבלעם, ווען איך רעד ייִדיש) און זאָגט איר, אַז איך זאָל אויפֿהערן צו רעדן. דאָס מאכל, באַליבט בײַ די סירישע ייִדן, איז אַ געשמאַקער בײַ־געריכט מיט געבראָטן הינדל אָדער שאָפֿן־פֿלייש, און איז גרינג צוצוגרייטן. איר קענט עס מאַכן מיט אַ שעה פֿריִער. דעקט צו דעם טאָפּ מיט אַ האַנטעכל, איבערן האַנטעך — דאָס שטערצל, און שטעלט דעם טאָפּ אויפֿן אָנגעוואַרעמטן בלעך.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
|