‫פֿון רעדאַקציע

מע רעשט שוין אַ גאַנצע וואָך אַרום דעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל אין דער "געלער", פּראָ־נאַצישער צײַטונג Aftonbladet, וואָס גייט אַרויס אין שוועדן. מה־רעש? אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט איר זשורנאַליסט, דאָנאַלד באָסטריאָם, אָפּגעדרוקט אַ ידיעה, אַז די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן פֿון די דערהרגעטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן אַרויסגענומען זייערע אבֿרים, כּדי זיי ווײַטער אויסצונוצן אין ישׂראל. אַ מעשׂה, פֿאַרמישט אויף די הײַנטיקע שוידער־פֿילמען וועגן וואַמפּירן און סעריאַלע־־מערדער, און דעם אַלטן בלוטיקן בילבול. סײַ דאָס ערשטע און סײַ דאָס צווייטע זײַנען פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט בײַם פּראָסטן המון אין אַלע לענדער. סײַדן דאָס בלוטיקע בילבול, האָט אויך אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען פֿון צײַט, טיפּשות, עם־הארצות און האַס.

אפֿשר וואָלט דער מישטיינס געזאָגט אַרטיקל אַזוי טאַקע פֿאַרבליבן אין די ראַמען פֿון אַן אַנטיסעמיטישער פּליאָטקע (דער מחבר, נעבעך, האָט באַלד אַליין אָנערקענט, אַז די "ידיעה" האָט נישט קיין דאָקומענטירטן באָדן — עס איז בלויז אַ קלאַנג צווישן די פּאַלעסטינער); אַרומגעסמאָטשקעט געוואָרן אויף די עלעקטראָנישע "בלאָגן" און אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, ווי עס קומט אָפֿט פֿאָר אין די לעצטע יאָרן, צוליב דער מיליטאַנטישער עקספּאַנסיע פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג איבער דער וועלט בכלל, און אין אייראָפּע בפֿרט. האָט זיך אָבער צו דעם אַרטיקל גענומען די ישׂראל־רעגירונג און האָט דעם פֿאַרשלעפּטן בילבול, שיִער נישט ווי אַ גט, געוואָרפֿן צו די פֿיס פֿון דער שוועדישער רעגירונג.

הײַנט שטעלט זיך די פֿראַגע, צי איז געווען באַרעכטיקט צו לאָזן אין גאַנג די גאַנצע קראַפֿט פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער מאַשין, פֿאָדערנדיק, אַז די שוועדישע רעגירונג זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דער שמוציקער צײַטונג, וואָס איז זיכער אַ פּריוואַט געשעפֿט, מיט אַ באַגרענעצטער צאָל לייענער, פֿאַר וועלכע אַזעלכע "פּאַלעסטינער ידיעות", וווּ די ישׂראלים צאַפּן בלוט פֿון קינדער, ווערן צוגעשטעלט אין יעדן נומער און ברענגען זיי צו אַ שטיק געזונט?

ס'איז דאָך אַ פֿאַקט, אַז פֿון דעם גאַנצן רעש, וואָס די קומענדיקע וואָך וועט שוין ווייניק וועמען אינטערעסירן, האָט געוווּנען די דאָזיקע בולוואַר־שמאַטע מיטן נאָמען Aftonbladet און אַנדערע דרוק־שמאַטעס פֿון דעם זעלבן פֿאַסאָן, וואָס דערווײַל הערט מען נישט זייערע נעמען; אָבער מאָרגן, אויב די ישׂראל־רעגירונג וועט אויך ווײַטער זיך פֿאַרפֿירן צוליב אַזעלכע נישטיקע פּליאָטקעס, אַרויסגעלאָזט פֿון די פּאַלעסטינער שכנים, וועלן אָנהייבן האַווקען אַ סך אַנדערע פּרעסע־הינטלעך. זיי קוקן שוין לאַנג אַרויס אויף אַזאַ זיס ביינדל. קיין בילבולים אַרום ייִדן וועלן געוויס נישט אויספֿעלן!

יאָ, מיר צינדן זיך באַלד אָן, ווען מע פֿאַרטשעפּעט, חלילה, אונדזער כּבֿוד; מיר מוזן אָבער געדענקען, אַז אונדזערע שׂונאים ווייסן עס אויך און נוצן עס גוט אויס. פֿאַרוואָס נעמט די וועלט אַזוי לײַכט אויף די בילבולים קעגן ייִדן? נישט אַזוי גאָר ווײַל די וועלט גלייבט אין זיי, בפֿרט הײַנט. ס'רובֿ שוועדן, פֿראַנצויזן, בעלגיער, דײַטשן און אַנדערע אייראָפּעער גייט ווינציק אָן, וואָס די ישׂראל־סאָלדאַטן טוען אין עזה און אין אַנדערע פּאַלעסטינער געביטן; עס אַרט זיי, אַז זייערע אייגענע שכנים־מוסולמענער זאָלן זיי נישט טשעפּען, און די אַראַבישע נאַפֿט־לענדער זאָלן צו דער צײַט צושטעלן גענוג נאַפֿט און גאַז, וואָס אָן דעם "נאַרקאָטיק" קענען זיי זיך נישט באַגיין.

דערווײַל זײַנען אָנגעשטרענגט געוואָרן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און שוועדן. בנימין נתניהו, וואָס פֿאָרט איצט איבער אייראָפּע, איבערצוצײַגן די אייראָפּעיִשע פֿירער, אַז דאָס בויען נײַע ייִשובֿים דאָרט וווּ די ישׂראל־רעגירונג האַלט פֿאַר נייטיק, איז געזעצלעך, — האָט נאָך געמוזט זיי פֿאַרטײַטשן, וואָס, אייגנטלעך, וויל ירושלים פֿון שטאָקהאָלם.

אויך די וואָך איז אין תּל־אָבֿיבֿ אַנטקעגן דער שוועדישער אַמבאַסאַדע פֿאָרגעקומען אַ מאָדנע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע: די באַטייליקטע האָבן כּלומרשט פֿאַרקויפֿט פֿון די יאַטקעס "פֿרישע מענטשלעכע אבֿרים", "מצה", פֿאַרמישט אויף קריסטלעך בלוט, און אַנדערע אַרטיקלען, מיט וועלכע עס ווערן באַשטעלט פֿאַרשידענע אַנטיסעמיטישע בילבולים.

אַ מזל, וואָס די ישׂראלים האָבן אַ געזונטן חוש פֿאַר הומאָר. אַ שאָד וואָס בײַ די ישׂראל־רעגירער פֿעלט ער אָפֿטלעך אויס.