|
יסוף פּאַפּ |
|
אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט.
יסוף פּאַפּ, פֿון דער היים יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי, האָט געאָטעמט מיט אינטעלעקטועלער העזה, מיט קינסטלערישן כּוח־גבֿרא, און זיך פֿאַרמאָסטן אויסצופֿילן דער וועלטס ליידיקייט מיט אַלע ווערק פֿון וויליאַם שעקספּיר. ער איז געווען אַ מפֿונק מיט אַן איבערקלײַבערישן יצר־הרע, געוווּסט וואָס ער וויל און וווּ ער צילט, און געפֿאָדערט פֿון יעדן וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט טעאַטער־קונסט, הויכן קינסטלערישן וואָלטאַזש. אַרום אים האָט זיך שטענדיק געקאָכט מיט יום־טובֿ. ער איז געווען כּולו חריפֿות, מיט אַ שאַרף אויג, אַ געשליפֿענער צונג און דורכויס נישט אויפֿגעהערט צו זײַן בגילופֿין פֿון דער קונסט־מיסטעריע. זײַן נאָמען האָט אָפּגעקלונגען איבער דער וועלט און דאָך איז ער געווען צוגעלאָזן און היימיש. זײַן פּנים האָט אַראָפּגעשײַנט פֿון הונדערטער רעקלאַמעס און אַפֿישן איבער ניו־יאָרק. ער האָט זיך דערמיט ווייניק וואָס געקימערט. בײַ יעדער באַגעגעניש האָט ער זיך אַרומגעכאַפּט ווי אַן אַלטער גוטער־ברודער, און קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן זיך נאָכצופֿרעגן אויף דער משפּחה.
אָט דער זעלבער יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי האָט די לעצטע פֿינף יאָר זיך געווידמעט דעם טעאַטער וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען "יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער." ער האָט די טרופּע גענומען אונטער זײַנע פֿליגל און אַרײַנגעאָטעמט אין איר אַ נײַע נשמה.
מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דזשאָו פּאַפּן האָט זיך אָנגעהויבן אין 1985, ווען איך האָב אים צום ערשטן מאָל אינטערוויויִרט פֿאַרן "פֿאָרווערטס". ער איז געווען אַנטציקט פֿון מײַן ייִדיש און איך פֿון אים. זינט אונדזער ערשטער באַגעגעניש בין איך שוין געווען פֿאַררעכנט פֿאַר זײַנס אַ גוטן פֿרײַנד און מומחה אינעם ענין ייִדיש. מיר האָבן אונדזערע שמועסן געפֿירט אויף מאַמע־לשון און איך האָב פֿאַר אים פֿון צײַט צו צײַט פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון שעקספּירס פּיעסעס אויף ייִדיש. ער האָט דערפֿון שטאַרק הנאה געהאַט און מיר דערציילט אַז ביז דער עלטער פֿון זעקס, האָט מען בײַ אים אין דער היים בלויז גערעדט ייִדיש, אַז ער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון גרויס אָרעמקייט און געווען אַ משורר אין אַ שיל אין בראָנזוויל (אַ געגנט אין ברוקלין).
יוסף פּאַפּ איז ממש געווען פֿאַרליבט אין ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִוואָ און זיך אונטערגענומען יעדעס יאָר בײַצושטײַערן זײַן מי און ענערגיע, בכדי אײַנצואָרדענען יערלעכע בענעפֿיטן וואָס זאָלן אַרײַנברענגען מזומנים פֿאַרן ייִוואָ. דערצו האָט ער אָנגעשטעלט באַרימטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס פֿון האָליוווּד און בראָדוויי, און מיר דערלאַנגט די עובֿדה פֿון קנעלן מיט זיי קורצע ייִדישע איבערזעצונגען פֿון באַרימטע ייִדישע פּיעסעס אָדער טראַנסליטערירטע ייִדישע לידער צום זינגען.
אין 1987 האָט יוסף פּאַפּ געגרייט אַ ריזיקן ייִוואָ־בענעפֿיט אויף צו באַערן דעם באַרימטן דראַמאַטורג ניל סײַמאָן. האַלב האָליוווּד איז געווען פֿאַרטראָטן. ס׳איז געווען ערבֿ־פּורים. דשאָו פּאַפּ ברענגט אַרײַן אונטער די קוליסן מתּנות לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. טאָני רענדל פֿון דער קאָמעדיע "The Odd Couple." דרך־אַגבֿ, האָט ער באַגריסט טאָנין צו זײַן געבורטסטאָג. טאָני רענדל דערפֿרייט זיך ווי אַ קינד און הייבט אָן אויפֿצופּאַקן זײַן מתּנה וואָס איז אײַנגעוויקלט אין בלישטשענדיק פּאַפּיר, אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז ער פּאַקט אויס אַ חנוכּה־דריידל מיט אַ קאַרטל וואָס לייענט זיך:
Roses are redish
Violets are blueish
If it weren׳t for Christmas
We would all be Jewish
"וואָס איז דאָס?" — צעלאַכט זיך טאָני אויף אַ קול — "נאָך אַלעמען איז דאָך הײַנט ערבֿ־פּורים".
"נישקשה!" — האָט אים דזשאָו גוט־ברודעריש אַ קלאַפּ געטאָן אין דער פּלייצע. "אַ חנוכּה־דריידל קומט אַלע מאָל צו נוץ, אַפֿילו פּורים."
האָט איר שוין געדאַרפֿט זען ווי טאָני רענדל און דזשעק קלוגמאַן האָבן זיך געזעצט אויף דער פּאָדלאָגע שפּילן דריידל און יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי האָט אָנגעקוואָלן פֿון די צוויי אַקטיאָרן, ייִדן.
דער בענעפֿיט איז אַדורך בשלום. ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז ניל סײַמאָן און מײַק ניקאָלס, דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר, האָבן אַ קנאַפּן שײַכות סײַ צו ייִדישקייט און סײַ צו ייִדיש. אינטערעסאַנט, אַז די ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג האָט גענומען פֿאָדערן אַ בענעפֿיט, וואָס זאָל האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, און נישט סתּם אָפּקומען מיט אַ פּאָר צעקאַליעטשעטע ייִדישע ווערטער. אין יענער צײַט איז שמואל נאָריך געווען דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, און ער איז געווען שטאַרק גענייגט צום געדאַנק, אַז מען דאַרף עפּעס שאַפֿן מיט ייִדיש.
מען האָט זיך געוואָנדן צו מיר מיט דער בקשה, אפֿשר האָב איך עפּעס פֿאָרצולייגן. האָב איך אַרויסגענומען מײַן מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס איך האָב מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געשריבן צוזאַמען מיט מײַן שותּפֿטע רינה באָראָו. אָפּגעשאָקלט די פּיעסע פֿון שטויב, און זי דערלאַנגט אַ פּאָר חשובֿע מיטגלידער פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג. ס׳האָט נישט גענומען לאַנג, און אונדזער מוזיקאַלישע פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," באַזירט אויף איציק מאַנגערס חומש־לידער, איז באַשטעטיקט געוואָרן. האָט מען זיך באַלד געשטעלט זוכן אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, מוזיקער, קאָסטיומען, דעקאָראַציעס און טויזנט און איין זאַך וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות צו דער פֿאָרשטעלונג.
דער בענעפֿיט איז פֿאָרגעקומען אין האָטעל "מעריאָט מאַרקי," אין סאַמע האַרץ פֿון דער בראָדווייער טעאַטער־אַלייע. אָבער דזשאָו פּאַפּ האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען. ווי ס׳האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן האָט ער מיט אַ גרופּע שוישפּילער מיט יאָרן פֿריִער פּראָטעסטירט קעגן בויען דעם לוקסוס־האָטעל אינעם האַרץ פֿון דער טעאַטער־וועלט, און געגעבן זיך דאָס וואָרט אַז זײַן פֿוס וועט דאָרט קיין מאָל די שוועל נישט איבערטרעטן. מיר האָט ער פֿאָרגעלייגט:
"נאָכן אָפּשפּילן פֿאַרן ייִוואָ־בענעפֿיט, קומט אַלע צו מיר און שפּילט עס אויס אין מײַן פּריוואַטער סטודיאָ אין פּאָבליק־טעאַטער."
און אַזוי האָט מען טאַקע געטאָן. מיר האָבן זיך אַלע פֿאַרזאַמלט אין זײַן קליינער סטודיאָ אויפֿן זעקסטן שטאָק און דאָרט זיך געלאָזט וווילגיין מיט די "לידער פֿון גן־עדן." ער איז געווען אַנטציקט, זיך באַקענט מיט יעדן אַקטיאָר באַזונדער און געוואָלט דווקא וויסן פֿון וואַנען יעדער איינער פֿון זיי קען אַזאַ גוטן ייִדיש. ער האָט זיי געלויבט אין זיבעטן הימל אַרײַן פֿאַר זייער טאַלאַנט און אויסטײַטשונג פֿון די ראָלעס. צווישן די אַקטיאָרן זײַנען געווען עלינאָר ריסאַ, אַבֿרהם האָפֿמאַן, עדריען קופּער, ראָזאַלי גערוט און דוד קענער. צום סוף האָט ער זיך געוואָנדן צו מיר מיט אַ פֿראַגע וואָס איך האָב זיך אויף איר גאָרנישט געריכט: "טאָ וואָס זשע ווילסטו פֿון מיר, מרים?"
אויף אַ רגע האָב איך זיך פֿאַרלוירן. אָבער איך בין מאָמענטאַל געקומען צו זיך און געפֿונען ס׳לשון:
"אויב דו מיינסט, דזשאָו," האָב איך אים געענטפֿערט, "אַז איך וויל, דו זאָלסט נעמען די פֿאָרשטעלונג צו זיך אין שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־טעאַטער, מאַכסטו אַ טעות, ווײַל איך ווייס גאַנץ גוט, אַז די פּיעסע קען זײַן דערפֿאָלגרײַך און זי קען האָבן אַ ביטערע מפּלה. ערשטנס, ווײַל מ׳שפּילט זי אויף ייִדיש. און דערמיט וואָלט זיך אונדזער שותּפֿות געענדיקט. צווייטנס, ווען דו נעמסט זיך אָבער אונטער צו זאָרגן פֿאַר אַ שטיקל ייִדיש־טעאַטער און ווערסט אַ טאַטע צו דעם אויפֿטו, וואָלט עס אפֿשר געהאַט אַ קיום."
קוקט ער מיך אָן מיט אַ שמייכעלע און מאַכט: "איך בין גרייט."
ווען מיר האָבן דערהערט אַזוינע רייד, זײַנען מיר שיעור נישט אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער הויט פֿאַר פֿרייד. מ׳האָט זיך געקושט און געהאַלדזט און זיך געפֿרייט ווי די קליינע קינדער.
מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, ווען מיר האָבן זיך אויסגעטשוכעט פֿונעם גרויסן געווינס, האָט מען אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין, וואָס מ׳האָט זיך דאָ אייגנטלעך אײַנגעהאַנדלט. וועט דזשאָו פּאַפּ אונדז טאַקע נעמען אונטער זײַנע פֿליגל? איז ער גרייט אונדז צו געבן זײַן טעאַטער? וועט ער אונדז שטיצן מיט פֿאָנדן? מיר זײַנען אַזוי אָפּגעזעסן אַ וואָך און צוויי, געדאַרט זיך די מוחות, אָבער נישט געוואַגט אים צו פֿרעגן. עס איז געווען זייער וויכטיק צו זײַן פֿאָרזיכטיק און דיפּלאָמאַטיש, ווײַל די גאַנצע זאַך איז געהאָנגען אויף אַ האָר. האָט מען אים אָפּגעשיקט אַ בריוועלע, וווּ מיר האָבן אים געשריבן וועגן דער גרויסער פֿרייד וואָס ער האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן און אין דער זעלבער צײַט אים געבעטן ער זאָל אויסקלײַבן אַ נאָמען פֿאַר אונדזער בשותּפֿותדיקן טעאַטער. מיר האָבן אים פֿאָרגעלייגט:
"The Joseph Papp Yiddish Theater" אָדער "Yiddish Goes Public," ווײַל זײַן טעאַטער האָט אויך געהייסן "פּאָבליק־טעאַטער."
(המשך אין קומענדיקן נומער)