- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין איטאַליע איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, מיט ענגלישער איבערזעצונג — "טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע" [Step By Step: Contemporary Yiddish Poetry], 233 זײַטן, בראָשירט, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ בן־פּורתּ און מאַרגעריטאַ פּאַסקוטשי. דאָס בוך נעמט אַרײַן לידער פֿון 22 מאָדערנע פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער איבער דער וועלט. אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די רעדאַקטאָרן וועגן זייער נאָענטער באַציִונג מיטן דײַטשן ייִדישיסט, פֿאָטאָגראַף און שרײַבער, יאַנקל קאָזין. אַ דאַנק זײַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער, האָט ער זיי אינספּירירט צו בלײַבן נאָענט צו ייִדיש, און זײַן ייִדישע פּאָעזיע האָט אויף זיי משפּיע געווען צונויפֿצושטעלן די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע. וועגן דעם אינהאַלט שרײַבן זיי: "די פֿיל־פּנימדיקייט פֿונעם באַנד ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אין די פֿאַרשיידענע געאָגראַפֿישע רחבֿותן וואָס באַווײַזן זיך אין אים, אין הסכּם מיטן איבערטעריטאָריאַלן כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פֿאָלק. ערשטנס, זעען זיך אָן די פֿאַרשיידנדיקע געאָגראַפֿישע שורשים פֿון די מחברים, וואָס זײַנען אָדער געבוירן געוואָרן, אָדער וווינען עד־היום, אין ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס, וואַשינגטאָן די.סי., פּעטערבורג, מאָסקווע, מדינת־ישׂראל, דײַשטלאַנד, טשערנאָוויץ, פּאָרטאָ־ריקאָ, לאָנדאָן און נאָוואָגראַד־וואָלינסק. צווייטנס, זעען זיך אָן די אָרטשאַפֿטן וווּהין די פּאָעטן טראָגן אונדז אין זייערע לידער..." (זײַט 26). כאָטש עס ווערן פֿאַרטראָטן עטלעכע באַקאַנטע פּאָעטן פֿונעם "עלטערן" דור, האָבן די צונויפֿשטעלער פֿון דער אַנטאָלאָגיע געשטעלט דעם טראָפּ אויף דרוקן די פּאָעטן פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם ייִנגערן דור (דאָס הייסט, ייִנגער פֿון 60) און אויף ווייניקער באַקאַנטע שרײַבער. אַפֿילו די ליבהאָבער פֿון ייִדיש וואָס לייענען די ייִדישע זשורנאַלן און צײַטשריפֿטן, וועלן דאָ געפֿינען נײַע נעמען און אָריגינעלע פּאָעזיע. טייל לידער זענען גאָר אַבסטראַקט און מאָדערן, אַנדערע מער טראַדיציאָנעל. אַ סך פֿון די אָנטייל־נעמער אינעם באַנד, קענען נישט קיין ייִדיש פֿון דער היים, און האָבן מאַמע־לשון זיך אויסגעלערנט אין די זומער־פּראָגראַמען און אויף די אוניווערסיטעט־קורסן. דעריבער שפּיגלט אָפּ "טראָט בײַ טראָט" די רעאַליטעט פֿונעם הײַנטיקן ייִדישלאַנד — אַז מחוץ די חסידישע קרײַזן, פֿאַרנעמען די איצטיקע און אַמאָליקע ייִדיש־סטודענטן אַלץ אַ גרעסערן און גרעסערן פּראָפּאָרץ פֿון די אַקטיוויסטן אין דער ייִדישער קולטור. אָבער די זאַמלונג ווײַזט אויך, אַז דאָס איז דווקא נישט קיין סימן־דלות; אַז אַ טייל פֿון די וואָס האָבן זיך געלערנט ייִדיש באַציִען זיך צום לשון מיט אַן ערנסטקייט, טיפֿע עמאָציעס און אַ צוגעבונדנקייט, וואָס נישט אַלע געבוירענע ייִדיש־רעדערס פֿאַרשטייען. דער אַרומנעמיקער צוגאַנג פֿון די רעדאַקטאָרן, בן־פּורתּ און פּאַסקוטשי, האָט מעלות און חסרונות. אַ חסרון — צי די אַלע פּאָעטן און זייערע לידער האָט מען טאַקע געדאַרפֿט אַרײַננעמען, בלײַבט אַלע מאָל אַ קשיא נאָך דעם ווי מע לייענט אַזאַ אַנטאָלאָגיע. ווען איין אָנטייל־נעמער, למשל, וואָס איך קען פּערזענלעך, קען קוים אַרויסרעדן אַ זאַץ אויף ייִדיש און האָט אַמאָל אָנגעשריבן אַ ליד צי צוויי אויף ייִדיש, קומט אים אַזאַ כּבֿוד? ס'איז אויך אמת, אַז זײַן ליד איז נישט ערגער ווי אַנדערע אינעם בוך, אָבער דער אויסקלײַב פֿאַרקרימט פֿאַרן לייענער דאָס בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער פּאָעזיע. אַ מעלה פֿונעם צוגאַנג איז — זאָל דער לייענער אַליין באַשליסן, וואָס איז גוט, און וואָס איז שלעכט; אַבי ער האָט וואָס מער לידער איבערצולייענען, כּדי אָפּצושאַצן דעם מצבֿ פֿון דער ווייניקער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעזיע. "טראָט בײַ טראָט" איז טאַקע אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס צו טאָן. דער בליצאַדרעס פֿונעם בוך בײַם פֿאַרלאַג "Quodlibet" איז: http://www.quodlibet.it/schedap.php?id=1841 א. ג. |