יסוף פּאַפּ |
נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג:
"אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר. איך וועל אויף אײַך האַלטן אַן אויג, אָבער מיט קיין פֿאָנדן און טעאַטערס קען איך אײַך נישט פֿאַרזאָרגן."
געהערט אַזאַ מעשׂה, איז אונדז קאַלעמוטנע געוואָרן אויפֿן האַרצן. אָבער צוריקגעשמועסט, אפֿשר איז ער פֿאָרט גערעכט. זעט אויס, אַז מען מוז אים קודם ווײַזן וואָס מיר קענען אַליין אויפֿטאָן אויף דער אייגענער האַנט. און אַזוי איז געווען. ווי נאָר מיר האָבן געלאָזט וויסן אין דער פּרעסע אַז ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן אַ יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער, אַזוי האָבן מיר גלײַך באַקומען אַן אײַנלאַדונג פֿון דער "ריווערדייל־ווײַ," אין דער בראָנקס, אָנצונעמען זייער טעאַטער ווי אַ סטאַבילע היים פֿאַר דער טרופּע. מיר האָבן זיך ערנסט גענומען צו דער מוזיקאַלישער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," און עס באַאַרבעט סײַ אויף ייִדיש און סײַ מיט ענגלישער אינטערפּעלאַציע.
ס׳איז ערבֿ־יום־כּיפּור. איך לויף אַרויף צו יוסף פּאַפּן אין קאַבינעט דערליידיקן אַ פּאָר פּרטים. מיט אַ מאָל באַווײַזט ער זיך אין זײַן עלעגאַנטן מאַנטל, ברייטן הוט און זײַדענעם שאַליק. זײַן פּנים איז בלאַס און ערנסט. ער כאַפּט מיך אָן בײַ דער האַנט און שלעפּט מיך אַרײַן אין זײַן קאַבינעט:
"קום אַרײַן. איך וויל מיט דיר כאַפּן אַ שמועס."
מיר רעדן וועגן די ימים־נוראָים און וועגן דעם ייִדישן מעמד אין דער וועלט, ווען מיט אַ מאָל בײַט ער די טעמע:
"אַנטקעגן וואָס איז עס צו רייד געקומען?" — האָב איך אים געפֿרעגט. (אַגבֿ, עס איז געווען אין יאָר 1987 און אונדזער שמועס איז געפֿירט געוואָרן לגמרי אויף ייִדיש) און ער לאָזט נישט אָפּ און ציט ווײַטער דעם געדאַנק:
"אַנטקעגן דעם וואָס איך פֿאָדער קוואַליטעט, ווײַל קוואַליטעט איז דער בעסטער באַווײַז פֿון גוטן טעאַטער."
איך וואַרף אים אָן אַ שאַרפֿן בליק און נעם אים אויפֿן צימבל:
"דזשאָו! אויב דו מיינסט, אַז איך בין פֿעיִק צוריקצוברענגען די גאָלדענע עפּאָכע פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מעגסטו דאָס אַלץ אַרויסהאַקן זיך פֿון קאָפּ. מיר לעבן אין אַ נײַער צײַט, אַ וועלט נאָכן חורבן. אַלץ וואָס איך קען דיר צוזאָגן איז אַ בלימעלע אין מידבר, אַ קליין ציטערדיק בלימעלע וואָס מ׳וועט עס מוזן פֿלעגן און ציטערן איבער דעם, באַשיצן עס פֿון אַלעם בייזן מיט ליבשאַפֿט און מיט אײַנזעעניש. ערשט דעמאָלט קען אפֿשר עפּעס אַרויסוואַקסן דערפֿון."
קוקט ער מיך אָן סקאָס און מאַכט:
"זע נאָר, זע נאָר, ווי די פּאָעטעסע האָט זיך דאָס צעבלימלט. זאָרג זיך נישט, ס׳וועט זײַן גוט. קענסט זיך אויף מיר פֿאַרלאָזן."
איך האָב פֿרײַער אָפּגעאָטעמט. פֿון קיין פּראַקטישער הילף איז נישט געווען קיין רייד. רינה און איך האָרעווען דערווײַל ווי די פֿערד. מיר שרײַבן בריוו, טעלעפֿאָנירן, בעטן זיך אײַן בײַ מענטשן: "אָן אײַער הילף וועלן מיר גאָרנישט אויפֿטאָן!" מענטשן האָבן גענומען אַרײַנשיקן קליינע סומעס געלט. איך נעם זיך אָן מיט קוראַזש און קלינג צו אַ טײַערער פֿרוי, סאָניאַ סטעף, זי איז געווען איבערגעגעבן דעם ייִוואָ מיט לײַב און לעבן. איך דערצייל איר וועגן אונדזער מערכה און ווי מיר נייטיקן זיך אין פֿאָנדן. זי הערט מיך אויס געלאַסן און מאַכט:
"איך שיק אײַך גלײַך אַרויס פֿינף טויזנט דאָלאַר. ס׳וועט זײַן גענוג?"
מיר שפּרינגען אין דער לופֿטן פֿאַר פֿרייד. עס פֿעלט אונדז נאָך צען טויזנט דאָלאַר צו עפֿענען די פֿאָרשטעלונג אין "ריווערדייל־ווײַ," און האָפֿן, אַז די קאַסע וועט אַרײַנברענגען דאָס רעשט.
ס׳איז צוויי חדשים פֿאַר דער דערעפֿענונג. מיר האָבן נאָך נישט די מוזיק, ווײַל דער ישׂראלדיקער, פּרעכטיקער קאָמפּאָזיטאָר דובי זעלצער איז אָפּהענגיק אין ישׂראלס מוזיק־יוניאָן, און מיר קריגן פֿון זיי אַ בריוועלע, אַז אויב זיי וועלן אונדז געבן דאָס רעכט אויף דער מוזיק, ווילן זיי מיר זאָלן אַריבערברענגען און אײַנאָרדענען דעם רעזשיסאָר שמואל בונים, אַ פּאָר אַקטיאָרן, אַנישט קומט עס נישט אין באַטראַכט.
איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, ראָזאַלי גערוט, וועלכע וווינט אין באָסטאָן, ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ פֿעיִקע מוזיקערין און קאָמפּאָזיטאָרין. זי לייגט אונדז פֿאָר צו שרײַבן שפּאָגל נײַע מוזיק. מיר ציטערן און פֿלאַטערן, וואָס וועט זײַן? וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט עס האָבן? זי שרײַבט די מוזיק אין אויטאָ אויפֿן וועג פֿון באָסטאָן קיין ניו־יאָרק בשעת זי קומט אויף די פּראָבעס. צוויי חדשים פֿאַר דער דערעפֿענונג פֿעלן אונדז נאָך דרײַ לידער. ראָזאַלי קומט פֿון באָסטאָן מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פּיאַניסט, וועלכער איז נישט נאָר אַ באַגאַבטער מוזיקער, נאָר ער קומט צו אונדז מיט דער גרעסטער רעקאָמענדאַציע. ער איז פֿעיִק צו מאַכן פֿון אַ מעלאָדיע, אַ ראַפּסאָדיע און פֿון אַ ליד אַ סימפֿאָניע. אַ חודש פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג אַנאָנסירט ער:
"ליבע פֿרײַנד, איך מוז אײַך אָנזאָגן אַ ביטערע בשׂורה..."
מיר זײַנען געוואָרן פֿאַרציטערט.
"וואָס איז געשען?"
"איך מוז רעזיגנירן און וועל מער נישט קענען אַקאָמפּאַנירן."
מיר חלשן שיעור נישט אַוועק פֿאַר גרויס עגמת־נפֿש.
"אָבער פֿאַרוואָס?"
"פֿאַר דעם וואָס איך האַלט זיך בײַם גטן מיט מײַן פֿרוי און מײַנע נערוון זײַנען צעשאָסן. איצט ווייסט איר שוין פֿאַרוואָס?"
האָט מען געמאַכט אַ יללה:
"פּונקט איצט האָסטו געפֿונען דעם פּאַסיקן מאָמענט זיך צו גטן?"
אָבער גיי שרײַ חי־וקיים. פֿאַרפֿאַלן. האָט מען זיך געשטעלט זוכן אַ נײַעם פּיאַניסט.
ס׳איז אַ חודש פֿאַר דער דערעפֿענונג און די אַנאָנסן אין דער פּרעסע ליידיקן אויס אונדזער מאָגערן בודזשעט. מיט אַ מאָל באַקום איך אַ טעלעפֿאָנישע אײַנלאַדונג פֿונעם "בראָנקס באָראָ־פּרעזידענט" פֿערנאַנדאָ פֿערער. זײַנע מענטשן זאָגן אונדז אָן די גוטע בשׂורה, אַז ס׳איז פֿאַר זיי אַ גרויסע פֿרייד צו הערן, אַז דער יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער ציט זיך אַרײַן קיין "ריווערדייל־ווײַ," דער טייל פֿון ניו־יאָרקער געגנט, וואָס הייסט די בראָנקס, און איז אַ קולטורעלער מידבר. אפֿשר וועלן מיר עס אַ ביסל אויפֿלעבן. איז קומט, ווײַל מיר האָבן פֿאַר אײַך אַ בודזשעט.
"וואָס דאַרפֿט איר?" ווילן זיי וויסן.
"וואָס דאַרפֿן מיר נישט?", האָבן מיר געענטפֿערט, "מיר דאַרפֿן, למשל, אַרויסשיקן טויזנטער בריוו מיט אַנאָנסן און האָבן נישט אויף קיין מאַרקעס."
און זיי פֿאַרזיכערן אונדז:
"פֿאַרלאָזט זיך אויף אונדז, מיר וועלן אַרויסשיקן אײַערע בריוו, פּלאַקאַטן, פֿלוגבלעטלעך, בראָשורן, און אויף אַ צודאַט, אײַנאָרדענען פֿאַר אײַך אַ פּאַראַדנע אויפֿנאַמע בײַ דער דערעפֿענונג, מיט בלומען, צובײַסן און געטראַנק. מיר וועלן באַצאָלן פֿאַרן אָרקעסטער און דער באָראָ־פּרעזיענט וועט אײַך פּערזענלעך באַגריסן."
נו, האָבן מיר זיך געכאַפּט בײַ די קעפּ. ווער זאָגט עס, אַז די צײַט פֿון נסים איז פֿאַרבײַ? נעמען מיר זיך מיט גרויס חשק צו די בריוו, צו די פֿלוגבלעטלעך און צו די בראָשורן. מיר פּאַקן טאָג און נאַכט צען טויזנט קאָנווערטן, לאָדענען אָן אַ חבֿרס "סטיישאָן־וועגאָן" מיט אָט דער סחורה און פֿאָרן לוסטיקע צו דער שטאָט־געבײַדע אויסליפֿערן די בריוו אין קאַבינעט פֿאַר קולטור־אָנגעלעגנהייטן. דער קאַבינעט פֿון דער קולטור־אָפּטיילונג הייבט אָן אויסצוזען ווי אַ פּאָסטאַמט. מיר דאַנקען זיי טויזנט מאָל און הערן גאָרנישט אויף צו דאַנקען אין נאָמען פֿון דעם יוסף פּאַפּ־ייִדישן טעאַטער, פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל, און געלויבט צו גאָט אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ.
ס׳איז צוויי וואָכן פֿאַר דער דערעפֿענונג. דער טעלעפֿאָן קלינגט:
"דאָ רעדט דער קולטור־אַמט פֿון בראָנקס באָראָ־פּרעזידענט פֿערער. ס׳איז געשען אַ שטיקל אומגליק. עס טוט אונדז זייער לײַד, אָבער מיר קענען נישט אַרויסשיקן אײַערע בריוו. ס׳איז ערשט אַרײַן אַ נײַ געזעץ אין אַלע רעגירונגס־אָפּטיילונגען, וואָס פֿאַרבאָט דרויסנדיקע מענטשן צו געניסן פֿון שטאָטישע געלטער. אַ חוץ דעם, זײַנען אַ פּאָר פֿון אונדזערע אָנגעשטעלטע געגאַנגען זיצן. איז זײַט אַזוי גוט און קומט אָפּנעמען אײַערע צען טויזנט קאָנווערטן וואָס פֿאַרשטעלן אונדז די ליכטיקע שײַן."
דעם זעלביקן טאָג זײַנען שוין די צען טויזנט קאָנווערטן געזעסן בײַ מיר אויף דער סאָפֿקע, אויפֿן טיש, אויף די בעטן, די שאַפֿעס, און מיט טרערן אין די אויגן האָט מען אויף זיי געקוקט און געטראַכט, אָט זיצט אונדזער טעאַטער־עולם אין די קאָנווערטן בײַ אונדז אין שטוב, און ס׳איז אַ וואָך פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג.
איך הייב אָן אויף דאָס נײַ צו קלינגען צו פֿרײַנד, באַקאַנטע און ווילד פֿרעמדע מענטשן, זיי זאָלן ראַטעווען. מענטשן טוען זיך מרחם זײַן, שיקן צו אַ ביסל געלט אויף מאַרקעס. אין אַ פּאָר טעג אַרום איז אַ העלפֿט פֿונעם פּאַק בריוו אַרויס מיט דער פּאָסט. די צווייטע העלפֿט איז געלעגן בײַ מיר אונטערן בעט און מיך כּסדר דערמאָנט אין אונדזער אומגליק.