ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט

(צווייטער טייל)

איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן.

אַזוי צי אַזוי, אָבער אין מאָסקווע, מינסק, קיִעוו, כאַרקאָוו און אַ סך אַנדערע שטעט זײַנען געווען לעקציעס און אַנדערע אונטערנעמונגען געווידמעט דער דאַטע. שלום-עליכם און זײַנע ווערק האָבן עס, בלי-ספֿק, פֿאַרדינט. אָבער די באַגריפֿן פֿון "פֿאַרדינען" און "ניט פֿאַרדינען" האָבן זיך אָפּגעשפּילט אַנדערש אין דעם אידעאָלאָגיש-אָנגעגליטן קלימאַט פֿון דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. אמת, אייניקע סיבות פֿאַר "קאָמוניזירן" שלים-עליכמען זײַנען קלאָר אַפֿילו אָן ספּעציעלע פֿאָרשונגען.

שלום-עליכם האָט געשריבן רעאַליסטיש, אָן "קונצן", וואָס דערלויבט אַ פֿאַרשיידענעם טײַטש פֿון דעם אינהאַלט. דאָס איז געווען זייער וויכטיק, ווײַל סאָוועטישע אידעאָלאָגן האָבן פּאַראַנאָיִש מורא געהאַט צו דערלאָזן מער פֿון איין טײַטש. שלום-עליכמס ווערק האָבן געגעבן אַ סך סחורה פֿאַר קריטיקער פֿונעם צאַרישן רעזשים און זײַן באַציִונג צו אַזעלכע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן ווי ייִדן. וויכטיק איז געווען אויך דער פֿאַקט, וואָס דער שרײַבער האָט פֿאַרבראַכט אַ פֿערטל יאָרהונדערט פֿון זײַן לעבן אין קיִעוו. דער קיִעווער גרופּע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע זײַנען געווען דער דאָמינירנדיקער כּוח אין דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור, האָט געלוינט צו האָבן "אייגענע" גרונטלייגער: שלום-עליכם, אָשר שוואַרצמאַן, דוד בערגעלסאָן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס שלום-עליכם האָט זיך זייער גוט געלייענט און פֿאַרקויפֿט, בפֿרט אויף רוסיש. האָט מען טאַקע זײַנע ווערק גענומען דרוקן אויף רוסיש.

דאָ מוז מען זאָגן, אַז אַרום 1925 איז די רוסישע פֿאַרלעגערישע אינדוסטריע אַ ביסל געקומען צו זיך נאָך דעם עקאָנאָמישן חורבן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה און דעם בירגער־קריג. אין די 1920ער יאָרן האָט מען נאָך ניט אַלץ פֿאַרשרויפֿט אין דעם אידעאָלאָגישן און עקאָנאָמישן לעבן. אַ חוץ די מלוכישע פֿאַרלאַגן, זײַנען געווען אויך קאָאָפּעראַטיווע און אַפֿילו פּריוואַטע אַרויסגעבער פֿון כּלערליי מינים ביכער. אויפֿן ייִדישן מאַרק האָבן דווקא דאָמינירט די צענטראַליזירטע פֿאַרלאַגן, ווײַל אויף דער דאָזיקער ביכער-פּראָדוקציע האָבן די ייִדישע סעקציעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אַרויפֿגעלייגט אירע שטאַרקע הענט. אין דעם זין איז אויף רוסיש געווען גרינגער אַרויסצוגעבן אַ בוך איידער אויף ייִדיש.

אין 1926 און 1927 זײַנען אַרויס צוויי בענד פֿון שלום-עליכמס "געקליבענע ווערק", רעדאַקטירט דורך דעם רוסיש-ייִדישן שרײַבער איסאַק באַבעל. דער פֿאַרלאַג, "זעמליאַ אי פֿאַבריקאַ" ("לאַנד און פֿאַבריק"), איז געווען אַ מאָסקווער, אַ האַלב-מלוכישער און אַ האַלב-קאָאָפּעראַטיווער. אין דעם זעלבן פֿאַרלאַג זײַנען אַרויס נאָך אַ פּאָר ביכער פֿון שלום-עליכמען, ווי אויך איבערזעצונגען פֿון שלום אַשן — אַזש זיבן בענד "געזאַמלטע ווערק" (1929—1930), און אַברהם רייזענס "געזאַמלטע ווערק" (1930—1931). צווישן די איבערזעצער דאַרף מען דערמאָנען סעמיאָן (אַבֿהרם) געכן (1903—1963), וואָס איז, בכלל, אַ וויכטיקער נאָמען אין דער רוסיש-ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.

אָבער די גרעסטע צאָל רוסישע איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמען, וואָס זײַנען אַרויס אין די 1920ער און אָנהייב 1930ער יאָרן, געהערן דעם מאָסקווער פּריוואַטן פֿאַרלאַג "פּוטשינאַ" ("ים-אָפּגרונט"). אַרום אָט דעם פֿאַרלאַג האָבן זיך גרופּירט עטלעכע ליטעראַטן, וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. ס׳רובֿ פֿון די איבערזעצונגען זײַנען אַרויס רעטאַקטירט דורך דוד גליקמאַן (1874—1930), אַ זשורנאַליסט און דראַמאַטורג נאָך פֿון פֿאַר דער רעוואָלוציע. גליקמאַן האָט אויך אַליין איבערגעזעצט פֿון ייִדיש שלום-עליכמס ראָמאַן "דער בלוטיקער שפּאַס", וואָס האָט אויך אַ טעאַטראַלן נוסח — "שווער צו זײַן אַ ייִד". באַזירט אויף די געשעענישן אַרום דעם בילבול-דם און בייליס-פּראָצעס אין קיִעוו, איז דער ראָמאַן אין גליקמאַנס איבערזעצונג אַרויס אין צוויי אויפֿלאַגעס, אין 1928 און 1929, און דערנאָך איז ער אויף זעקס יאָרצענדליק געוואָרן ניט צוטריטלעך פֿאַרן סאָוועטישן לייענער.

די צוויי ייִדישע הויפּט-איבערזעצער פֿון "פּוטשינאַ" זײַנען געווען יעקבֿ סלאָנים (1883—1958) און מיכאַיִל (פּסח-מענדל) שאַמבאַדאַל (1891—1964). סלאָנימס ערשטע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אַרום 1910. ער איז געווען אַן אַקטיוויסט אין די ייִדישע טעריטאָריאַליסטישע קרײַזן, האָט געשריבן אויך (אויף רוסיש) וועגן עקאָנאָמישע פֿראַגן. שאַמבאַדאַל האָט געמאַכט אַ קאַריערע אין רוסישן זשורנאַליזם און געשריבן לידער, בפֿרט פֿאַר קינדער, אָבער אַ סך מער איז ער פֿאַרבליבן באַוווּסט ווי אַ פֿעיִקער איבערזעצער פֿון ייִדיש.

אַ חוץ מאָסקווע, איז אין יענער "יונג-סאָוועטישער" צײַט אַקטיוו געווען אָדעס. דאָרטן, אין פֿאַרלאַג "קולטוראַ אי טרוד" ("קולטור און אַרבעט"), האָט מיט די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אָנגעפֿירט נאַום אָסיפּאָוויטש (1870—1937), אַ וועטעראַן פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג און אַ רוסישער שרײַבער אויף ייִדישע און אַנדערע טעמעס. אין "קולטוראַ אי טרוד" זײַנען אַרויס פֿינף בענד פֿון שלום-עליכמס "געקליבענע ווערק" (1929—1930), ווי אויך אַנדערע ביכער.

די אויסגאַבעס פֿון יענער צײַט האָבן געהאַט אַ באַשיידענעם טיראַזש פֿון, בדרך-כּלל, פֿיר-זעקס טויזנט קאָפּיעס. בלויז דער "בלוטיקער שפּאַס" איז אַרויס אין אַרום 10 טויזנט עקזעמפּלאַרן. שפּעטער, שוין אין די מלוכישע פֿאַרלאַגן, פֿלעגט מען שלום-עליכמס ווערק דרוקן מיט ניט צו פֿאַרגלײַכן גרעסערע טיראַזשן. אַ סבֿרא, אַז אויף רוסיש האָבן שלום-עליכמס ביכער זיך פֿאַרשפּרייט — און, אפֿשר, פֿאַרשפּרייטן זיך נאָך אַלץ — מער ווי אויף אַלע אַנדערע לשונות, אַרײַנגערעכנט ייִדיש.

איך האָב דערווײַל ניט געזען קיין ערנסטע פֿאָרשונגען פֿון אָט דעם ריזיקן מאַטעריאַל. ווי פּינקטלעך האָט מען איבערגעגעבן דעם אָריגינאַל? פֿאַר וואָס האָט מען שפּעטער פֿונסנײַ איבערגעזעצט אַ צאָל ווערק, וועלכע זײַנען אַרויס אין די יונג-סאָוועטישע יאָרן? צי האָט עס געהאַט צו טאָן מיטן ניוואָ פֿון די איבערזעצונגען, צי מע האָט זיי דערנאָך בעסער צוגעפּאַסט צו דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע? בכלל, דער גאַנצער סאָוועטישער פֿענאָמען פֿון שלום-עליכמען בלײַבט זייער ווייניק אויסגעפֿאָרשט. אַ מאָל, אפֿשר צום 100סטן יאָרצײַט, וועט מען עס טאָן.