פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט. דעם 15טן מײַ האָט די שטאָט אויפֿגעהערט — צוליב די חובֿות — צו באַקומען הייסע וואַסער. דעם 2טן יוני האָבן עטלעכע הונדערט תּושבֿים בלאָקירט דעם שאָסיי, וואָס גייט פּאַזע דער שטאָט, און דערמיט געשיקט אַ קלאָרן סיגנאַל דער מלוכה, בפֿרט וולאַדימיר פּוטינען, וואָס איז דעמאָלט געקומען קיין פּעטערבורג.

די געשעענישן, ווי זיי האָבן זיך אַנטוויקלט ווײַטער, האָט געזען גאַנץ רוסלאַנד. די טעלעוויזיע האָט געוויזן, ווי פּוטין בכבֿודו-ובֿעצמו איז אין צוויי טעג אַרום געקומען קיין פּיקאַליאָוואָ און האָט גלײַך אויפֿן אָרט "אויסגעסדרט" דעם מצבֿ. אָלעג דעריפּאַסקאַ, איינער פֿון די רײַכסטע "אָליגאַרכן" אין רוסלאַנד, איז צוגערופֿן געוואָרן צום טיש, וווּ ס׳איז, מעשׂה באַלעבאָס, געזעסן פּוטין. דער פּרעמיער-מיניסטער האָט געפֿאָדערט פֿון דעריפּאַסקאַ, ער זאָל אונטערשרײַבן אַ פּאַפּיר וועגן אויסצאָלן אַלע חובֿות. די דאָזיקע פּאָפּוליסטיש-רעזשיסירטע סצענע האָט, אין אַ געוויסן זין, דעמאַרקירט די געשיכטע פֿון רוסלאַנד. מע רעדט און שרײַבט איצט אַפֿילו וועגן אַ נאָך-פּיקאַליאָוואָ-תּקופֿה.

די רייד גייט וועגן דעם איצטיקן נוסח פֿון באַציִונגען צווישן דער רעגירונג און די אָליגאַרכן. ביז פּיקאַליאָוואָ האָט מען זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך — אַז ימי-פּוטין האָט די מלוכה כּלומרשט אײַנגעצאַמט די ביליאָנערן, וועלכע פֿלעגן דיקטירן זייערע באַדינגונגען אין באָריס יעלצינס צײַטן. די גאַנצע סצענע פֿון האַנדלען לגבי דעריפּאַסקאַ ווי מיט אַ שיק-ייִנגל, האָט געמוזט ווײַזן דעם המון, אַז ניט די אָליגאַרכן, נאָר פּוטין האַלט די לייצעס.

אין דער אמתן, הייבט זיך עס אַפֿילו ניט אָן. אין דער נאָך-פּיקאַליאָוואָ-תּקופֿה בלײַבט די רעגירונג אָפּהענגיק פֿון די אָליגאַרכן. טאָמער יענע וועלן אָפּשטעלן זייערע אונטערנעמונגען, וועלן אָן אַרבעט בלײַבן נאָך עטלעכע מיליאָן לײַט, אין צוגאָב צו די איצטיקע 7 מיליאָן אַרבעטסלאָזע. אין אַזאַ קלימאַט וועט די רעגירונג ניט קענען אָפּהיטן איר אימאַזש פֿון אַ סאָציאַלן כּוח, וואָס זאָרגט זיך (ווי אין די "גוטע" סאָוועטישע צײַטן) וועגן דעם פּראָסטן עולם, און אויף די שאָסייען און גאַסן וועלן אַרויסגיין ניט הונדערטער פֿאַראָרעמטע לײַט, נײַערט טויזנטער.

דאָס מיינט, אַז די רוסישע עקאָנאָמיע אַרבעט איצט אַן ערך אַזוי: די מינעראַלע אוצרות (נאַפֿט, גאַז וכ׳) ברענגען דערווײַל גענוג געלט אין בודזשעט. די רעגירונג גיסט אַרײַן ביליאָנען אין פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, אַ סך — צי ס׳רובֿ — פֿון וועלכע געהערן צו די אָליגאַרכן. אין תּוך אַרײַן, האָבן דאָס זעלבע געטאָן אַלע רעגירונגען, און אין דער מערבֿדיקער וועלט זעט מען שוין, דאַכט זיך, "די ליכט בײַם סוף פֿונעם טונעל". אָבער אין רוסלאַנד זעט מען עס ניט. ווײַל די אָליגאַרכן האָבן בעת-מעשׂה אַרויסגעפֿירט אַ היפּש ביסל פֿון זייערע געלטער אין אויסלאַנד, וואָס איז, אַגבֿ, גוט פֿאַר דער מערבֿדיקער עקאָנאָמיע. אמת, ווי עס האָט געוויזן דער אַנאַליז פֿון רוסישע אינוועסטיציעס, האָבן ניט ס׳רובֿ אָליגאַרכן קיין מזל אין, אַ שטייגער, דער דײַטשישער עקאָנאָמיע — זיי זײַנען צוגעוווינט געוואָרן צו אַן אַנדער מין "ביזנעס".

אַ רוסישער אָליגאַרך — אַזאַ ווי דעריפּאַסקאַ — האַלט ס׳רובֿ פֿון זײַנע קאַפּיטאַלן ערגעץ מחוץ רוסלאַנד. זײַנע קאָמפּאַניעס האָבן, בדרך-כּלל, אַן אויסלענדישע רעגיסטראַציע. דאָס הייסט, אַז אים איז גרינג אַרויספֿירן געלט, און די סחורה אויך. גאַנץ אָפֿט פֿאַרקויפֿט ער די סחורה זיך אַליין אַ סך ביליקער (דורך אונטערגעשטעלטע קאָמפּאַניעס אין די לענדער, וווּ מע צאָלט ווייניקער שטײַער), און שפּעטער פֿאַרקויפֿט מען עס שוין ווײַטער, מאָנענדיק מער ממתּקים.

נאָך איין זאַך איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר רוסישע קאַפּיטאַליסטן: זיי לייגן אַרײַן זייער ווייניק געלט אין דער אַנטוויקלונג פֿון די אונטערנעמונגען. ווי אַ פּועל-יוצא, זעט מען זייער ווייניק פּראָגרעס אין דער אינדוסטריעלער אַנטוויקלונג פֿונעם לאַנד. וועגן דעם רעדט מען אָפֿן און אַ סך, אָבער בײַטן בײַט זיך זייער ווייניק. דער רוסישער קאַפּיטאַליסט טוט זייער ווייניק פֿאַר דער צוקונפֿט, ער לעבט מיטן הײַנטיקן טאָג.

עס באַקומט זיך, בסך-הכּל, אַז די רוסישע רעגירונג גיסט אַרײַן משוגענע געלטער אין, פֿאַקטיש, אויסלענדישע געשעפֿטן — אַ זאַך, וואָס מע סטאַרעט זיך אויסמײַדן צו טאָן אין די מערבֿדיקע פּראָגראַמען, כּדי אַרויסצופֿירן די עקאָנאָמיעס פֿונעם איצטיקן קריזיס. עקאָנאָמיסטן האָבן אונטערגעציילט, אַז יעדן חודש באַקומען די אָליגאַרכן פֿון דער מלוכה אַזוי פֿיל געלט, וואָס קען אויסהאַלטן אַלע אַרבעטסלאָזע אין משך פֿון אַ יאָר. לייגט מען טאַקע פֿאָר אויפֿצוהערן צו האָבן מורא פֿאַר באַנקראָטירטע פֿאַבריקן און בענק, און אויסנוצן דעם קריזיס פֿאַר אַ ראַדיקאַלער איבערבויוּנג פֿון דער עקאָנאָמיע. אָבער מע זעט ניט דערווײַל קיין סימנים פֿון דעם, אַז די רעגירונג זאָל זיך צוהערן צו אָט דער לאָגיק. די מלוכה האָט זיך אַזוי צונויפֿגעוואַקסן מיט דער אָליגאַרכיזירטער פּני, אַז קיין ראַדיקאַלע שינויים איז שווער צו דערוואַרטן.