דאָס מאכל, באַליבט בײַ די סירישע ייִדן, איז אַ געשמאַקער בײַ־געריכט מיט געבראָטן הינדל אָדער שאָפֿן־פֿלייש, און איז גרינג צוצוגרייטן. איר קענט עס מאַכן מיט אַ שעה פֿריִער. דעקט צו דעם טאָפּ מיט אַ האַנטעכל, איבערן האַנטעך — דאָס שטערצל, און שטעלט דעם טאָפּ אויפֿן אָנגעוואַרעמטן בלעך.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל
2 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע
1 טעפּל רויער רײַז
2 טעפּלעך זודיק וואַסער
1 פּושקע (15 אונץ אָדער 425 גראַם) נאַהיט
זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ טאָפּ אויף אַ מיטעלן פֿײַער, און פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך.
מישט אַרײַן דעם רײַז. גיסט אַרײַן דאָס זודיקע וואַסער, נאַהיט און זאַלץ. מישט ווידער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען איבער אַ קליינעם פֿײַער, 25—30 מינוט.
(פֿונעם בוך Shabbat Shalom, פֿון סוזען ר. פֿרידלאַנד)