מיליטער־פּאַראַד אין ברעסט נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן. אויפֿן בילד שטייען אויך די צוויי מיליטער־פֿירער: דער דײַטשער גענעראַל האַנס גודעריאַן און דער סאָוועטישער גענעראַל סעמיאָן קריוואָשיין |
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס, נאָר דווקא פֿון אַזאַ מין "פֿעלשונג", וואָס איז קעגן די מלוכישע אינטערעסן פֿון רוסלאַנד, דהײַנו, פֿון דער רעגירנדיקער "נאַשפּיץ־געשפּאַן" פֿון מעדוועדיעוו און פּוטין.
די נײַע קאָמיסיע האָט שוין אָנגעהויבן איר אַרבעט. דער נאָענטסטער טערמין דערצו איז דער 70סטער יאָרטאָג נאָכן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די געשיכטע פֿון דער מלחמה און די ראָלע פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען די סאַמע הייסע טעמעס בײַ די עפֿנטלעכע וויכּוחים אין הײַנטיקן רוסלאַנד. ערבֿ דעם יאָרטאָג האָט די רוסישע "דינסט פֿאַר אויסן־אויסשפּירונג" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ זאַמלבוך מיט געהיימע מאַטעריאַלן פֿון סוף 1930ער — אָנהייב 1940ער יאָרן, וועלכע האָבן צו טאָן מיט דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי די באַלטישע לענדער און פּוילן. דאָ געפֿינט מען באַריכטן פֿון סאָוועטישע אַגענטן אין מערבֿ, מעמאָראַנדומס און רעקאָמענדאַציעס, וואָס די פֿירערשאַפֿט פֿון דער סאָוועטישער אויסשפּיר־דינסט האָט געשיקט אין דעם פּאָליטישן ביוראָ.
די דאָזיקע מאַטעריאַלן זײַנען אונטערגעקליבן מיט אַ געוויסער כּוונה צו ווײַזן, אַז סטאַלינס פּאָליטיק, ערבֿ דער מלחמה, איז דיקטירט געוואָרן דורך פּראַגמאַטישע טעמים. עס באַקומט זיך, אַז ער האָט פּשוט ניט געהאַט קיין אַנדער ברירה ווי צו שליסן דעם אָפּמאַך מיט דײַטשלאַנד אין אויגוסט 1939, וואָס האָט דערמעגלעכט היטלערן אָנצופֿאַלן אויף פּוילן; אַ ניט, וואָלטן די באַלטישע לענדער געמאַכט אַ יד־אחת מיט היטלערן קעגן רוסלאַנד — ווי עס האָבן מיטגעטיילט די סאָוועטישע שפּיאָנען. וויכטיק איז אויך צו ווײַזן, אויפֿן סמך פֿון די באַריכטן פֿון לאָנדאָן, אַז ענגלאַנד איז געווען גרייט צו אָנערקענען די סאָוועטישע "אינטערעסן" אינעם באַלטישן רעגיאָן, נאַטירלעך, שוין נאָך דעם, ווי סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אַרײַן אין דער מלחמה.
די נײַע אויסטײַטשונג פֿון סטאַלינס אויסערן־פּאָליטיק איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער הײַנטיקער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע. מען איז גרייט מודה צו זײַן, אַז דער אָפּמאַך מיט היטלערן איז טאַקע יאָ געווען ניט אין גאַנצן כּשר פֿונעם מאָראַלישן שטאַנדפּונקט, אָבער דערבײַ טענהט מען, אַז דאָס איז געווען אין הסכּם מיט דער דעמאָלטיקער פּאָליטישער פּראַקטיק. דער מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־אָפּמאַך, זאָגן די שטיצער פֿון פּוטינס פּאָליטיק, איז געווען אַ לאָגישער ענטפֿער אויף דעם מינכענער אָפּמאַך פֿון 1938, ווען ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך האָבן דערלויבט היטלערן צו אָקופּירן טשעכאָסלאָוואַקײַ. מען דערמאָנט כּסדר, אַז פּוילן האָט דעמאָלט אויך אָפּגעשניטן אַ שטיקל פֿון דער טשעכישער טעריטאָריע אין שלעזיען. אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז סטאַלינס פּאָליטיק איז געווען ניט ערגער — אָבער אויך ניט בעסער — פֿאַר אַנדערע אייראָפּעיִשע מאַכטן.
די רייד גייט דערבײַ ניט אין "פֿעלשן" דאָקומענטן און היסטאָרישע מקורים, נאָר אין אויסטײַטשן זיי אויף אַ פּאַסיקן אופֿן. כּל־זמן קיין מערבֿדיקער היסטאָריקער אָדער פּאָליטיקער מיט אַ קלאָרן שׂכל וועט ניט אויפֿהערן ריינצוּוואַשן די נאָכגיב־פּאָליטיק פֿון ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך אין 1938, וואָס האָט פֿאַקטיש צעבונדן היטלערן פֿרײַע הענט אין מיטל־אייראָפּע, וועלן די רוסישע היסטאָריקער און פּראָפּאַגאַנדיסטן זײַן געשטימט מער רעוויזיאָניסטיש. אונטער גאָרבאַטשאָוו האָט דער סאָוועטישער פּאַרלאַמענט אָפֿיציעל אָנערקענט סטאַלינס פּאָליטיק לגבי די שכנישע מלוכות ווי אַ פֿאַרברעכן, אָבער איצט איז די רוסישע מאַכט אויסן מחיה־מתים צו זײַן די אַמאָליקע סאָוועטישע "סופּערמאַכט", לכל־הפּחות, ווי אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישע פֿאַנטאַזיע.
די פּאָליטישע צילן פֿון דער נײַער רוסישער פּאָליטיק־געשיכטע זײַנען גאַנץ קלאָר. דער עיקר, איז זי אַדרעסירט צו די נאָענטע שכנים, די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־אָפּמאַך איז אַ היסטאָרישער משל, וואָס ווײַזט, אַז מאָסקווע וועט זיך ניט קווענקלען, ווען עס קומט צו "פֿאַרטיידיקן" אירע אינטערעסן אויף דער טעריטאָריע פֿון דעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מען האָט עס שוין דעמאָנסטרירט מיט אַ יאָר צוריק אין גרוזיע, און לעצטנס, האָט מעדוועדיעוו געמאַכט אַ דראָענדיקע דעקלאַראַציע לגבי אוקראַיִנע, וואָס איז אויסגעהאַלטן אינעם סטיל פֿון די 1930ער יאָרן.
מערקווירדיק, אַז די אָפֿיציעלע רוסישע "פּאָליטיק־געשיכטע" לגבי דײַטשלאַנד איז גאָר פֿרײַנדלעך. אַזוי ווי אַ מאָל, האָט רוסלאַנד בדעה אויך הײַנט צו לאָזן אין גאַנג די "דײַטשישע קאָרט" אין איר אַגרעסיווער פּאָליטיק לגבי קלענערע שכנישע מלוכות. אַ סימן האָט מען אין דעם נאָמען פֿון דער גרויסער רוסיש־דײַטשיש־פּוילישער היסטאָרישער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרקומען אין וואַרשע אין חודש מײַ. דער פּוילישער צד האָט געפֿאָדערט, מען זאָל קלאָר מאַכן אין נאָמען פֿון דער קאָנפֿערענץ, ווער עס איז געווען שולדיק אין צעצינדן די צווייטע וועלט־מלחמה. אָבער אַנשטאָט דעם האָט מען, לויט דער רוסישער פֿאָדערונג, אָנגערופֿן די קאָנפֿערענץ פּאַרעווע־נייטראַל׃ "גענעזיס פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה". נאָך מער, אַן אָפֿיציעלער היסטאָריקער פֿון דעם רוסישן פֿאַרטיידיקונג־מיניסטעריום האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וואָס האָט באַשולדיקט דווקא פּוילן אין פּראָוואָצירן דײַטשלאַנד און אַזוי אַרום גורם זײַן די צווייטע וועלט־מלחמה.
די לאָגיק פֿון דער רוסישער היסטאָרישער פּראָפּאַגאַנדע איז אַזאַ׃ היטלער און סטאַלין זײַנען אַוודאי געווען גזלנים, אָבער זיי האָבן פֿאַרטיידיקט די "נאַטירלעכע" אינטערעסן פֿון זייערע לענדער, הגם זייערע מיטלען זײַנען געווען ניט תּמיד ריין. דער קאַמף קעגן דער "פֿעלשונג" פֿון דער געשיכטע דאַרף אַרײַנפֿלאַנצן אינעם רוסישן עפֿנטלעכן באַוווּסטזײַן די פּשוטע אידעע, אַז רוסלאַנד איז דער דירעקטער יורש פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און האָט ענלעכע געאָ־פּאָליטישע אינטערעסן. די דאָזיקע פּראָפּאַגאַנדע האָט ניט קיין ממשותדיקע יסודות אין דער עקאָנאָמישער און מיליטערישער ספֿערע. פֿון דעסטוועגן, איז עס זייער אַ געפֿערלעכע דערשײַנונג, וואָס קאָן פֿירן צו נײַע מיליטערישע אַוואַנטורעס אויף די מערבֿדיקע גרענעצן פֿון רוסלאַנד.