פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ענין: אויב אַ ייִד גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָט ער אַ רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", און חתונה צו האָבן מיט איר, אויב זי איז מסכּים זין מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִדענע. די גמרא פּסקנט, אַז מע מעג עס טאָן אַפֿילו אין אַ פֿאַל, ווען די פֿרוי איז אַ חתונה־געהאַטע.

רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ "כּנגד יצר הרע"; אויב עמעצער וואָלט טאַקע פֿאַרכאַפּט אַ פֿרוי בעת אַ מלחמה, וואָלט דער אייבערשטער אים נישט באַשטראָפֿט פֿאַר אַזאַ טאַט, הגם ס׳איז עקלדיק אַזוי צו טאָן לכתּחילה. דאָס ווײַזט אָן, אַז נישט אַלע זאַכן, וואָס זענען פֿאָרמעל דערלויבט על־פּי־תּורה, זענען מאָראַליש־באַרעכטיקט. נישט זעלטן גיט די תּורה עצות, ווי אַזוי צו פֿירן זיך אין אַ מצבֿ, וואָס איז, בעצם, אומגעוווּנטשן אָדער אַפֿילו בפֿירוש אומיושרדיק. למשל, הגם די תּורה באַשטימט די הלכות, ווי אַזוי מע זאָל זיך באַהאַנדלען מיט אַ שקלאַף און ווי אַזוי אָנצושרײַבן אַ גט, מיינט עס נישט, אַז שקלאַפֿערײַ איז יושרדיק, אָדער אַז יעדער מאַן מוז זיך גטן מיט זײַן ווײַב.

פֿונדעסטוועגן, ווערן נישט ווייניק אַזעלכע ענינים אַרײַנגערעכנט פֿאַר אַ טייל פֿון די תּרי״ג מיצוות. ס׳איז כּדאַי אויך צו באַמערקן, אַז די תּורה דערלויבט צו פֿאַרכאַפּן אַ פֿרוי בלויז בעת אַ מלחמה, וואָס אַ ייִדישער קיניג פֿירט מיט אַ רשות פֿונעם סנהדרין. ווי עס באַטאָנען אַ צאָל חסידישע צדיקים, וועט דער קומענדיקער גואל־צדק נישט פֿירן קיין פֿיזישע מלחמות, און וועט "פֿאַרכאַפֿן" די וועלט דורך זײַן צידקות און חכמה. די חסידישע ספֿרים שילדערן משיחן ווי אַ גרויסן רבין, און נישט אַ בוכשטעבלעכן מלחמה־פֿירער און הערשער. אויב אַזוי, איז די מיצווה פֿון "יפֿת־תּואר" נישט אַקטועל הײַנט, און וועט נישט ווערן ווידער אַקטועל אין דער צוקונפֿט.

ווײַטער, ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ סך מיצוות, וואָס זענען וויכטיק אין אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן: אומצוקערן פֿאַרלוירענע חפֿצים צו די בעלי-בתּים, צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער, עס זאָל נישט געשען קיין אומגליק, צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף, וואָס פּרוּווט זיי צו דערהרגענען; נישט צו אַנטלײַען געלט מיט ריבית (וואָכערײַ); אָפּצוגעבן כּבֿוד צו די טויטע; חתונה צו האָבן און זיך גטן כּהלכה.

בײַם סוף פֿון דער סדרה ווערט דערמאָנט עמלק. די תּורה הייסט צו געדענקען תּמיד די צרות, וואָס עמלק האָט געבראַכט די ייִדן, און אָפּצומעקן דעם אָנדענק פֿון עמלק "פֿון אונטערן הימל". די שלוס-פּסוקים פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן אויך געלייענט נאָך צוויי מאָל אַ יאָר, שבת־זכור און פּורים, צוליב דער באַזונדערער וויכטיקייט פֿונעם ענין.

אַזוי ווי אינעם פֿאַל מיט דער "יפֿת־תּואר", קען מען נישט הײַנט מקיים זײַן די מיצווה פֿון מחיית־עמלק אינעם בוכשטעבלעכן זין. ערשטנס, איז הײַנט נישט געבליבן אַזאַ פֿאָלק, ווי עס באַמערקט דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן ספֿר "מנחת־חינוך"; צווייטן, ווי עס באַטאָנט "רב אַבֿרהמעלע המלאך", אַ גרויסער חסידישער צדיק און דער זון פֿונעם מעזשריטשער מגיד, וועט משיח "מבֿטל" זײַן עמלק אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן, און נישט מיט רציחה.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָט די הײַנטיקע פּרשה אַן אינטערעסאַנטע סטרוקטור. אַ סך טאָג־טעגלעכע ענינים, וואָס נעמען אַרום כּמעט דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן, פֿון עקאָנאָמיע און זיכערהייט, ביז משפּחה־לעבן און טויט, ווערן אַרומגערינגלט מיט צוויי ענינים, וואָס זענען מער נישט אַקטועל. עס מאַכט זיך אַזאַ אײַנדרוק, אַז מע קען זיי נישט מקיים זײַן אינעם בוכשטעבלעכן זין, בלײַבט זייער גײַסטיקער אַספּעקט באַזונדערס וויכטיק; דער גאַנצער "הלוך־ילך" פֿונעם מענטשלעכן לעבן דרייט זיך צווישן "יפֿת־תּואר" און "עמלק".

לויט דער הײַנטצײַטיקער טעאָריע פֿון פּסיכאָאַנאַליז, ווערט דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן באַוועגט דורך צוויי אומבאַוווּסטזיניקע עיקר־כּוחות: "ליבידאָ" און "טאַנאַטאָס". "ליבידאָ" איז די שעפֿערישע ענערגיע, וואָס סטימולירט די פּערזענלעכע אַנטוויקלונג פֿונעם מענטש, און ווערט אָפֿט אַנטפּלעקט ווי אַ סעקסועלע תּאווה. "טאַנאַטאָס" איז דער כּוח, וואָס שטויסט דעם מענטש אונטער צום טויט און צעשטערונג, און איז גורם מרה־שחורה און ספֿקות.

די דאָזיקע טעאָריע שטימט וווּנדערלעך מיט קבלה, און האָט אַ שײַכות צו דעם אינערלעכן באַדײַט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. מע דערציילט, אַז ווען דער עסטרײַכישער רבֿ חיים בלאָך האָט באַקענט זיגמונד פֿרויד מיט די פּסיכאָלאָגישע יסודות פֿון קבלה, האָט דער באַרימטער פּסיכאָלאָג אויסגעשריגן: "דאָס איז ממש גאָלד!". מע ווייסט אויך, אַז קבלה און חסידות האָבן געווירקט אויף געוויסע אַספּעקטן פֿון דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע.

דער ענין פֿון "יפֿת־תּואר" איז מרמז אויפֿן כּוח פֿון "ליבידאָ", וואָס באַוועגט די מענטשלעכע נשמה צו דערגרייכן אייניקייט און שלימות — סײַ אין זיך, סײַ מיט דער אַרומיקער וועלט. הגם די-אָ ענערגיע קאָן ברענגען צומאָל, צו ווילדע מעשׂים, איז עס אַ נייטיקער עלעמענט פֿונעם מענטשלעכן שׂכל.

ווי עס דערקלערט רש״י, ווערט דער דאָזיקער ענין דערמאָנט אין דער תּורה "כּנגד יצר־הרע"; במשך פֿון זײַן לעבן, מוז דער מענטש פֿירן אַ שטענדיקע מלחמה מיט זײַן יצר־הרע, כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין עבֿירות און נישט צו ווערן פֿאַרבלאָנדזשעט און פֿאַרטומלט. דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז מע דאַרף אַנטלויפֿן פֿון דער וועלט. פּונקט פֿאַרקערט, מען מוז שטרעבן צו געפֿינען די "פֿונקען פֿון קדושה", וואָס שטעקן אין אַלע זאַכן אין דער וועלט. צומאָל, ווען מע געפֿינט עפּעס אַן אידעע, וואָס זעט אויס שיין, אָבער פֿרעמד, קאָן מען זי "מגייר זײַן", אינטעגרירן מיט דער תּורה און דעם פּערזענלעכן לעבנס־שטייגער; צומאָל, אָבער, איז נישט כּדאַי זי אָנצורירן. נישט געקוקט אויף זײַן קאַמף מיט דער יצר־הרע, מוז אַ מענטש גוט באַטראַכטן די גײַסטיקע "יפֿת־תּוארס", שיינע און פֿרעמדע ענינים צווישן זיך, כּדי צו רעאַליזירן זײַן שעפֿערישן נשמה־כּוח און אויסצוקלײַבן זײַנע "פֿונקען ווי הייליקייט" פֿון דער אַרומיקער וועלט.

"עמלק" איז בגימטריא "ספֿק". דער אינערלעכער "עמלק" איז דער נשמה־כּוח, וואָס ברענגט ספֿקות, אָפּלייקענונג פֿון אַלע ווערטן, און צעשטערונג. לויט דעם, ווי אַזוי די חסידישע ספֿרים שילדערן דעם דאָזיקן כּוח, שטימט ער מיט דעם פּסיכאָאַנאַליטישן טערמין "טאַנאַטאָס". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז פֿרויד האָט טאַקע אַסאָציִיִרט די נאַציס, די גײַסטיקע "יורשים" פֿון עמלק, מיט אַן עקסטרעמער פֿאָרעם פֿון דער דאָזיקער נעגאַטיווער פּסיכאָלאָגישער ענערגיע.

על־פּי־קבלה, קאָן מען באַקעמפֿן דעם גײַסטיקן "עמלק", אויב מע אַנטווילקט אין זיך דעם פּאָזיטיוון אַספּעקט פֿונעם זעלבן כּוח, "עמלק דקדושה". הגם אַזאַ קאָמבינאַציע פֿון ווערטער קלינגט פּאַראַדאָקסאַל, איז די אינערלעכע "ענערגיע פֿון טויט", בעצם, אויך אַ נייטיקער עלעמענט פֿון דער מענטשלעכער נשמה. דער זעלבער כּוח, וואָס קאָן ברענגען צו מרה־שחורה און צעשטערונג, קאָן אויך ברענגען צו מסירת־נפֿש, אַנטשלאָסנקייט און דעם ווילן צו פֿאַראַכטן אַלע גשמיותדיקע זאַכן, גובֿר צו זײַן די גרענעצן פֿון עולם־הזה, און צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה.

דאָס געזונטע סאָציאַלע און פּערזענלעכע לעבן דרייט זיך טאַקע צווישן די גײַסטיקע כּוחות פֿון "יפֿת־תּואר" און "עמלק", אין אַ געוויסן זין פֿונעם וואָרט, אויב מע באַנוצט זיך מיט זיי לשם־שמים, און מע פֿאַרוואַנדלט זיי אין פּאָזיטיווע כּוחות.