שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיט פֿיר חדשים צוריק בין איך געוואָרן אַ פֿעטער. זינט מײַן פּלימעניק איז געבוירן געוואָרן רעד איך נאָר ייִדיש צו אים. דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם ווען איך און מײַן מאַמע היטן אים און מײַן שוועסטער און שוואָגער זענען נישטאָ. געוויינטלעך, זע איך מײַן פּלימעניק אין מײַן שוועסטערס היים. מײַן שוואָגער, מיר דאַכט, האָט פֿײַנט, ווען איך רעד אויף ייִדיש מיטן קינד, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט אינעם זעלביקן צימער, אָבער, ער זאָגט מיר גאָרנישט. ער גייט צו צו מײַן שוועסטער (וועלכע האָט נישט קיין פּראָבלעם, ווען איך רעד ייִדיש) און זאָגט איר, אַז איך זאָל אויפֿהערן צו רעדן.

איך ווייס נישט פֿאַר וואָס מײַן שוואָגער האָט אַ שלעכטע מיינונג וועגן ייִדיש, און איך ווייס נישט וואָס איך זאָל טאָן. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך וועל נישט רעדן ייִדיש מיטן פּלימעניק ווען ער ווערט עלטער און מיר זענען אין אַ צימער, וווּ אַלע רעדן ענגליש. אָבער איצט דאַרף איך רעדן ייִדיש מיט אים אַלע מאָל, ווײַל ער איז נאָך קליין און איך זע אים נאָר איין מאָל אַ וואָך (אָדער ווייניקער). איך מיין, אַז מײַן שוואָגער וואָלט בעסער געוואָלט, אַז זײַן זון זאָל גיכער קענען שפּאַניש אָדער כינעזיש איידער ייִדיש. איך בין דער איינציקער וואָס קען אַ אַנדער שפּראַך, טאָ וואָס זאָל איך טאָן? אָנשרײַבן אַ בריוו? איך וויל קיינעם נישט באַליידיקן, אָבער ייִדיש איז דאָך וויכטיק.

פֿעטער


טײַערער פֿעטער,

מזל־טובֿ צום ווערן אַ פֿעטער. די ראָלע פֿון אַ פֿעטער צי מומע איז אַן אינטערעסאַנטע. פֿון איין זײַט, האָט מען ליב דעם פּלימעניק, צי די פּלימעניצע ווי ער אָדער זי וואָלט געווען אַן אייגן קינד, און מע באַהאַנדלט דאָס קינד אַזוי. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז ער אָדער זי פֿאָרט נישט קיין אייגן קינד, און לסוף, דאַרף מען דרך־ארץ האָבן פֿאַרן ווילן פֿון טאַטע־מאַמע.

אין איצטיקן מאָמענט זענען אײַער שוועסטער און שוואָגער ערשט געוואָרן טאַטע־מאַמע. אפֿשר ווירקט עס אײַער שוואָגער אויף די נערוון דער געדאַנק, אַז זײַן זינדל וועט רעדן אַ שפּראַך וואָס ער קען נישט פֿאַרשטיין. אפֿשר האַלט ער, אַז איר זענט מער פֿאַראינטערעסירט צו האָבן אַ "ייִדיש־פּראָדוקט" ווי אַ פּלימעניק, אָדער אפֿשר, האָט ער פּשוט נישט ליב דעם קלאַנג פֿון ייִדיש. אַלנפֿאַלס, איז ער פֿאָרט דער טאַטע, און אויב ער בעט אײַך אויפֿצוהערן צו רעדן ייִדיש מיט זײַן זון, וואָלט איר געדאַרפֿט אים פֿאָלגן.

צוליב דעם האַלט איך, קאָנט איר רעדן ייִדיש מיטן פּלימעניק נאָר ווען דער שוואָגער איז נישטאָ. צי פֿון דעם וועט ער אויפֿוואַקסן אַ קינד וואָס קען גוט ייִדיש? מסתּמא נישט, אָבער אויב אײַער פּלימעניק וועט ליב האָבן זײַן ייִדיש־רעדנדיקן פֿעטער, איז גאַנץ מעגלעך, אַז ער וועט ליב באַקומען די שפּראַך און זיך לערנען ייִדיש פֿון אײַך אַ גאַנץ לעבן.

זאָל זײַן מיט גליק און איר זאָלט אַליין האָבן אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.


טײַערער חזנטע,

איך בין אַ סטודענטקע אין יוריספּרודענץ־שול — דאָס ערשטע יאָר. איך וווין מיט נאָך אַ סטודענטקע פֿונעם ערשטן לערן־יאָר. ווען איך בין מיט איר, פֿיל איך זיך שלעכט, אָבער נישט צוליב די געוויינטלעכע סיבות. איך אַרבעט שווער, אָבער באַסיע אַרבעט נאָך שווערער. זי גייט קיין מאָל נישט אַרויס, און פֿון דעסטוועגן באַקומען מיר די זעלבע צייכנס. איך בין תּמיד געווען שלאַנק, און באַסיע איז גאַנץ דיקלעך. איך האָב אַ סך פֿרײַנד און כ'בין געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו, און כאָטש איך פֿאַרבעט באַסיע צו פֿאַרברענגען מיט אונדז, האָט זי נישט קיין אייגענע פֿרײַנד. די פּראָבלעם? איך פֿיל זיך שולדיק, וואָס איך בין — איך! ראַטעוועט!

שולדיק


טײַערע שולדיק,

איז אײַך אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר איז באַסיע צופֿרידן ווי זי שטייט און גייט? מיר דאַכט, אַז אײַער שולד־געפֿיל איז פֿון אינעווייניק. האַלט די געפֿילן דאָרטן און האָט הנאה פֿונעם פֿאַקט, אַז איר האָט אַ שיינע, ליבלעכע מיטוווינערין, וואָס האַלט אײַך נישט וואַך מיט ווילדע שׂימחות. איך בין צופֿרידן, וואָס איר זענט זיכער בײַ זיך, אָבער אײַער שולד־געפֿיל איז איבעריק. פֿאַרברענגט גוט!


טײַערע חזנטע,

מײַן 15־יאָריקע טאָכטער וויל אונדזער דערלויבעניש צו פֿאָרן אויף אַ וואַקאַציע מיט איר חבֿר. איך האַלט, אַז עס פּאַסט אין גאַנצן נישט פֿאַר אַ מיידל אין איר עלטער צו פֿאַרברענגען די נאַכט אין איינעם אין אַ שלאָפֿצימער. צי בין איך נישט גערעכט?

אַלט־מאָדישע מאַמע


טײַערע אַלט־מאָדישע מאַמע,

איר זענט די מאַמע און איר זענט גערעכט. אַ מאָל דאַרף מען פּשוט זאָגן — ניין.

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024