|
בײַ אַ בערלינער שיל, סוכּות, 1933 |
|
די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.
די פֿריש־געבאַקענע וויימאַרער רעפּובליק איז געווען צעטיילט צווישן די לינקע, וועלכע האָבן געפֿאָלגט די ליניע פֿון מאָסקווע, און די רעכטע, וועלכע האָבן געחלומט פֿון אַ נקמה פֿאַר דער פֿאַרלוירענער מלחמה. די ריזיקע אינפֿלאַציע פֿון 1923 האָט נאָך ווײַטער אונטערגעריסן די דײַטשישע עקאָנאָמיע און גורם געווען הונגער צווישן דער פֿאַראָרעמטער באַפֿעלקערונג.
גלײַכצײַטיק איז בערלין געוואָרן אַ וועלט־צענטער פֿון נײַער קונסט, ליטעראַטור און אַרכיטעקטור. בערלין פֿון די 1920ער יאָרן איז געווען די לעצטע שטאָט אין אייראָפּע, וווּ עס איז נאָך געווען מעגלעך אַ לעבעדיקער דיאַלאָג צווישן ייִדישע קינסטלער, ליטעראַטן, פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע טוער פֿון פֿאַרשידענע ריכטונגען. זיי האָבן געשריבן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן — דײַטש, ייִדיש, העברעיִש און רוסיש — אָבער זיי זײַנען געווען בכּוח צו פֿאַרשטיין איינער דעם אַנדערן. אין עטלעכע יאָר אַרום האָט זיך די דאָזיקע סינטעטישע קולטור פֿאַנאַנדערגעפֿאַלן אויף שטיקלעך. די ייִדישיסטן זײַנען אַוועק קיין פּוילן, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, די העברעיִסטן — קיין ארץ־ישׂראל, און נאָך 1933 האָט די דײַטשיש־רעדנדיקע ייִדישע אינטעליגענץ געמוזט זוכן פֿאַר זיך אַ מקום־מיקלט פֿון היטלערס רדיפֿות; צוערשט, אין אייראָפּע און דערנאָך אין אַמעריקע און ארץ־ישׂראל.
דער דאָזיקער קורצער "רענעסאַנס" האָט געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף ייִדישע ליטעראַטן. פֿאַר אַ סך פֿון זיי איז בערלין געווען די ערשטע גרויסע אייראָפּעיִשע שטאָט, וואָס זיי האָבן געזען אין זייער לעבן. דאָס רובֿ פֿון זיי זײַנען געקומען אַהער נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿון די שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, פּוילן און ליטע, און האָבן פֿאַרבראַכט דאָ בלויז עטלעכע יאָר. אָבער די ריזיקע טומלדיקע שטאָט איז טיף פֿאַרבליבן אין זייער זכּרון און האָט באַווירקט זייער שעפֿערישן כּוח־הדימיון לאַנג נאָך דעם, ווי זיי האָבן פֿאַרלאָזט בערלין. דער אימאַזש פֿון בערלין, וואָס איז אַנטשטאַנען אין די 1930ער—1940ער יאָרן אין די ראָמאַנען פֿון שלום אַש, פֿישל שניאורסאָן, מאיר ווינער, י. י. זינגער, ווי אויך אין משה קולבאַקס דיכטונג, איז געווען אַנדערש פֿון דעם בילד, וואָס מען געפֿינט אין די ווערק, וואָס זײַנען ממש אָנגעשריבן געוואָרן אין בערלין פֿון די 1920ער, ווי למשל, אין די דערציילונגען פֿון דוד בערגעלסאָן און פֿעליעטאָנען פֿון בעל־מחשבֿות.
די ייִדישע מחברים, וועלכע האָבן געשריבן זייערע ווערק אין פּוילן, אַמעריקע און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, האָבן געשאַפֿן אַ פֿילזײַטיקן אימאַזש פֿון דער וועלטשטאָט בערלין, וואָס שטייט אויף דער שוועל פֿונעם אָפּגרונט (שלום אַשס בערלין־ראָמאַן איז באַטיטלט "בײַם אָפּגרונט"), אָבער אירע אײַנוווינער קאָנען זיך אַזוינס ניט פֿאָרשטעלן. די שרײַבער האָבן געמאָלט אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע כאַראַקטערס: מיזרח־אייראָפּעיִשע און דײַטשישע ייִדן, ווי אויך קריסטן, וועלכע שטייען אין טאָג־טעגלעכן קאָנטאַקט, אָבער וווינען אין פֿאַרשידענע וועלטן אינעווייניק פֿונעם גרויסן מעטראָפּאָליס, בערלין.
יעדער שרײַבער האָט געהאַט זײַן אייגענע ספּעציעלע באַציִונג צו בערלין. פֿישל שניאורסאָן (1887—1958), אַן אָריגינעלער שרײַבער, פֿאָרשער און דענקער, וועלכער איז הײַנט כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, האָט שטודירט מעדיצין אין בערלינער אוניווערסיטעט פֿון 1908 ביז 1913. ער איז ווידער געקומען אין בערלין אין די 1920ער יאָרן און האָט זיך אָפּגעגעבן מיט די פּראַקטישע און טעאָרעטישע פּראָבלעמען בײַם באַהאַנדלען קינדער מיט טראַוומאַטישער דערפֿאַרונג אויף אַ פּסיכאָלאָגישן אופֿן. זײַן ראָמאַן "גרענאַדיר־שטראַסע", וואָס איז אַרויס אין וואַרשע אינעם פֿאַרלאַג "ליטעראַרישע בלעטער" אין 1935, דערציילט אַ געשיכטע פֿון די גײַסטיקע זוכענישן פֿון אַן אינטעליגענטן און באַגאַבטן יונגערמאַן פֿון אַ רײַכער דײַטשיש־ייִדישער משפּחה, וואָס פֿירן אים, סוף־כּל־סוף, צו דער אַנטדעקונג פֿון חסידישער רוחניות. אַליין אַ קרובֿ פֿונעם ליובאַוויטשער רבי, האָט שניאורסאָן אַנטווילקט אַן אייגנאַרטיקע פּסיכאָלאָגישע טעאָריע פֿון דער פּסיכישער אַנטוויקלונג, וואָס האָט זיך באַזירט אויף די אידעען פֿון חב״ד און זײַנע אייגענע עקספּערימענטן.
די אַלטע ייִדישע געגנט אַרום גרענאַדיר־שטראַסע אין מיזרח־בערלין ווערט פֿאָרגעשטעלט אין שניאורסאָנס ראָמאַן ווי אַ סימבאָל פֿון דער עכטער ייִדישקייט און אַ היפּוך פֿון דעם אַסימילירטן דײַטשישן ייִדנטום. דער העלד פֿון דעם ראָמאַן, יאָהאַן קעטנער, באַקענט זיך צום ערשטן מאָל מיט רוסישע ייִדן אינעם בערלינער אוניווערסיטעט, וווּ ער שטודירט מעדיצין. ער ווערט צוגעצויגן צו די דאָזיקע עקזאָטישע "מיזרח־ייִדן", וועלכע זײַנען גאַנץ אַנדערש פֿון די "דײַטשן פֿון מאָזאַיִשן גלויבן", ווי עס רופֿן זיך די דײַטשישע ייִדן. קעטנער דערקענט אין די רוסישע ייִדן דעם אוראַלטן מין פֿון אָריענטאַלער ייִדישקייט, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין מיזרח־אייראָפּע און איז אויסגעמעקט געוואָרן אין דײַטשלאַנד. ער דערגרייכט דעם צוועק פֿון זײַנע גײַסטיקע זוכענישן, ווען ער באַגעגנט על־פּי צופֿאַל אויף דעם בערלינער וואָקזאַל "אַלעקסאַנדער־פּלאַץ" דעם קראַנקן חסידישן רבי פֿון גאַליציע, וועלכער איז געבראַכט געוואָרן קיין בערלין צו דײַטשישע דאָקטוירים. פֿאָלגנדיק נאָך דער פּראָצעסיע פֿון די חסידים, וועלכע ברענגען זייער רבי צו דער גרענאַדיר־שטראַסע, קומען קעטנער און זײַן פֿרוי צו דעם ענדגילטיקן ציל פֿון זייער לעבנסוועג.
דער ראָמאַן "גרענאַדיר־שטראַסע" איז ניט קיין ליטעראַריש מײַסטערווערק פֿונעם קינסטלערישן שטאַנדפּונקט, אָבער ער פֿאַרמאָגט אינטערעסאַנטע בילדער פֿון דער סטודענטישער סבֿיבֿה אין דעם בערלינער אוניווערסיטעט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אידעיִשער אינהאַלט פֿונעם ראָמאַן שפּיגלט אָפּ די אידעאָלאָגיע פֿון נעאָ־ראָמאַנטישן "אָריענטאַליזם", וואָס איז געווען פּאָפּולער אין געוויסע קרײַזן פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין דער צײַט אַרום דער ערשטער וועלט־מלחמה, למשל צווישן די חסידים פֿון מאַרטין בובער און נתן בירנבוים. אָבער להיפּוך צו זיי איז שניאורסאָן געווען אַליין אַ ייִדישער שרײַבער פֿון מיזרח־אייראָפּע, און דער דאָזיקער פֿאַקט מאַכט זײַן בילד פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער אינטעלעקטועלער און סאָציאַלער עליט באַזונדערס אינטערעסאַנט.
|
אַ ייִדישער קוואַרטאַל אין בערלין אַנהייב 1930ער יאָרן |
|
אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿונעם נאָך־מלחמהדיקן בערלין ווערט פֿאָרגעשטעלט אין ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" פֿון שלום אַש. דער ראָמאַן איז אַרויס אויף ייִדיש אין 1937 אין וואַרשע (דער ענגלישער נוסח איז אַרויס מיט אַ יאָר פֿריִער). די סטרוקטור און די קאָמפּאָזיציע פֿונעם ראָמאַן דערמאָנען אין שלום אַשס פֿריִערדיקע גרויס־שטאָטישע ראָמאַנען, ווי: "פּעטערבורג", "וואַרשע" און "מאָסקווע", וואָס האָבן אים באַרימט געמאַכט ווײַט מחוץ די ד׳אמות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. "בײַם אָפּגרונט" האָט עטלעכע סוזשעט־ליניעס, און זייער אַנטוויקלונג ווערט איבערגעמישט מיט לאַנגע קאָמענטאַרן פֿונעם מחבר, וועלכע דערקלערן דעם לייענער די פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און געזעלשאַפֿטלעכע סיטואַציע פֿון דײַטשלאַנד אין די 1920ער יאָרן.
די שפּאַנונג צווישן צוויי ייִדישע טיפּן, די מיזרח־אייראָפּעיִשע און די דײַטשישע, פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אינעם ראָמאַן. אַהרן יודקעוויטש, איינער פֿון די צענטראַלע העלדן פֿונעם ראָמאַן, קומט קיין בערלין דורך דאַנציג פֿון אַן אוקראַיִניש שטעטל נאָך די פּאָגראָמען בעתן בירגער־קריג. ער איז אויסן צו ווערן רײַך, און ער דערגרייכט זײַן ציל דורך שווינדלערישע ספּעקולאַציעס מיט געלט און הײַזער. ער קויפֿט אָפּ אַ חלק אין אַן אַלטן דײַטשיש־ייִדישן משפּחה־באַנק, וואָס די אייגנטימער זײַנען ניט פֿעיִק זיך צוצופּאַסן צו די נײַע כּללים פֿון דער אינפֿלאַציע־עקאָנאָמיע, ווען מען מוז באָרגן וויפֿל מען קאָן און דערנאָך אָפּצאָלן די חובֿות אין די "ביליקע" געלט. די דאָזיקע אינפֿלאַציע־פֿילאָסאָפֿיע ווערט פֿאַרשפּרייט אויף אַלע אַספּעקטן פֿון לעבן: יודקעוויטש קויפֿט זיך אַ פֿרוי בײַ אַ חסיד אַ סוחר, וועלכער האָט ניט קיין מזל אין געלט־אָפּעראַציעס.
די געשטאַלט פֿון יודקעוויטש איז ענלעך צו דעם סטערעאָטיפּ פֿון אַ ייִדישן ספּעקולאַנט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט אין דער דײַטשישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט. דער פּאָזיטיווער העלד פֿונעם ראָמאַן, האַנס באָדענהיימער, שטאַמט פֿון אַן אַלטער דײַטשיש־ייִדישער משפּחה. זײַן פֿאָטער איז אַ באַנקיר פֿונעם אַלטן שניט, בעת זײַן מאַמע געהערט צו דעם האַמבורגער קריסטלעכן בירגערטום. זי האָט זיך מגייר געווען, כּדי חתונה צו האָבן מיט איר געליבטן, נאָר דעם בן־יחיד זייערן האָבן די עלטערן טאַקע געטויפֿט, ער זאָל ניט האָבן קיין צרות צוליב זײַן ייִדישקייט. אַזוי אַרום פֿאַרמאָגט דער יונגער האַנס אַ קאָמפּליצירטע אידענטיטעט, וואָס דרינגט אים צו זוכן זײַן אייגן אָרט אין לעבן. אַ קריסט לויט דער דערציִונג, פֿילט ער זיך צוגעבונדן צו דעם ייִדישן פֿאָלק, בפֿרט אין דער צײַט ווען דער אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד האַלט אין איין וואַקסן.
"בײַם אָפּגרונט" געהערט אפֿשר ניט צו די סאַמע בעסטע ווערק פֿון שלום אַש, אָבער דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט מיט זײַנע כאַראַקטערן און סיטואַציעס. אַש, להיפּוך צו שניאורסאָן, אידעאַליזירט ניט דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום. די פּאָזיטיווע געשטאַלטן געפֿינט מען צווישן דעם יונגן דור, סײַ צווישן די ייִדן און סײַ צווישן די דײַטשן, וועלכע ווילן זיך באַפֿרײַען פֿונעם לאַסט פֿון דעם עבֿר און זײַנען אויסן צו געפֿינען נײַע וועגן אין דער צוקונפֿט. האַנס און זײַן געליבטע לאָטע, אַ טאָכטער פֿון אַן אַלטער אַריסטאָקראַטישער פּרײַסישער משפּחה, ווילן איבערקומען דעם געזעלשאַפֿטלעכן ווידערשטאַנד און שאַפֿן אַ נײַ לעבן, וואָס וועט זײַן פֿרײַ פֿון כּלערליי נאַציאָנאַלע, רעליגיעזע און סאָציאַלע פֿאָראוטיילן.
גאַנץ אַנדערש איז דער ראָמאַן פֿון מאיר ווינער, וואָס איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרענדיקט און האָט זיך אָפּגעהיט אינעם כּתבֿ־יד אין זײַן אַרכיוו אין ירושלים. ווינער איז געקומען קיין בערלין אין 1921 פֿון ווין, שוין נאָך דעם ווי ער האָט זיך קונה־שם געווען אין דער וועלט פֿון דײַטשיש־ייִדישער קולטור מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון דער אַלטער העברעיִשער ליטעראַטור. אין בערלין האָט ער געאַרבעט פֿאַר אַ גרויסן דײַטשישן פֿאַרלאַג "אולשטײַן", וואָס האָט געהאַט אַ ייִדישן צווײַג "כּלל־פֿאַרלאַג". ווי עס קומט פֿאָר אין זײַן ראָמאַן, איז ווינער געווען אַ מין פֿאַרמיטלער צווישן דער דײַטשיש־ייִדישער פֿירערשאַפֿט פֿון "אולשטײַן" און די ייִדישע ליטעראַטן פֿון "כּלל־פֿאַרלאַג". דעמאָלט האָט ער זיך באַקענט מיט לייב קוויטקאָ, דער נסתּר און פּרץ מאַרקיש. די פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן האָבן מן־הסתּם רעאַלע פּראָטאָטיפּן, אָבער ניט אַלע פֿון זיי לאָזן זיך אידענטיפֿיצירן. מענטער איז ענלעך צו ווינער אַליין, בעת קעוויטש דערמאָנט אָן לייב קוויטקאָ. די שמועסן אין בערלינער קאַפֿע־הײַזער, וואָס ווינער האָט געפֿירט מיט זײַנע נײַע באַקאַנטע, האָבן אים אונטערגעשטופּט אין דער ריכטונג פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. אין 1926 האָט ער אימיגרירט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
דאָס חשיבֿות פֿון בערלין אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע האָט צו טאָן מיט די קאָנטאַקטן צווישן פֿאַרשידענע קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות. מען האָט זיך געטראָפֿן יעדן טאָג אין קאַפֿע־הײַזער און קלובן, אויף קאָנצערטן און לעקציעס. עס איז פֿאָרגעקומען אַ כּסדרדיקער אויסטויש מיט אידעען און מיינונגען, און אַזוי אַרום האָט זיך אַנטוויקלט אַ פֿילזײַטיקע מאָדערנע ייִדישע קולטור. נאָך דעם איז אַזאַ מין צענטער אין אייראָפּע שוין מער ניט געווען.