אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו.
אין יעדן פֿון די דאָזיקע באַריכטן, האָב איך אויסגעדריקט מײַן האָפֿענונג, אַז די דאָזיקע מיאוסע און שעדלעכע דעמאָנסטראַציעס וועלן אויפֿהערן און אַז מען וועט דערגרייכן אַ פֿרידלעכע לייזונג, אָן בלוט־פֿאַרגיסונג און, חס־ושלום, אָן מענטשלעכע קרבנות.
ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות, גייען, ליידער, נאָך אָן יעדן שבת די דאָזיקע דעמאָנסטראַציעס און מען איז נאָך אַלץ ניט געקומען צו אַ "וואָפֿנשטילשטאַנד" אויף דעם דאָזיקן סכּנותדיקן פֿראָנט...
אין דער איצטיקער אָנגעשטרענגטער לאַגע וואָס הערשט אין לאַנד, ווען כּמעט עס גייט ניט פֿאַרבײַ אַ טאָג אָן אַ טרויעריקער און שוידערלעכער ידיעה אויף דער ישׂראל־ראַדיאָ, טעלעוויזיע און אין דער פּרעסע וועגן אַ בלוטיקער געשעעניש; וועגן אַ מאָרד אָדער אַ קרימינעלן אַקט אויף אומשולדיקע מענטשן ערגעץ וווּ אין לאַנד. עס איז ממש אַן עפּידעמיע פֿון מאָרד און רציחה אין ישׂראל.
מיט אַ ציטערנדיקער האַנט ציטיר איך דאָ דעם שוידערלעכן קאָפּ אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער ברייט־פֿאַרשפּרייטער טאָגצײַטונג "ישׂראל היום" (19.08.2009): "עוד יום, עוד רצח!" — נאָך אַ טאָג, נאָך אַ מאָרד!.
די שוידערלעכע סטאַטיסטיק: 14 פֿאַלן פֿון מאָרד און רציחה אין לאַנד אין די ערשטע דרײַ וואָכן פֿון חודש אויגוסט!
און די הייסע זומער־חדשים יולי־אויגוסט זענען נאָך ניט געקומען צום סוף; אויך אין סעפּטעמבער איז נאָך שטאַרק הייס אין ישׂראל. די אַלגעמיינע סטאַטיסטיק פֿון טויטפֿאַלן אין רעזולטאַט פֿון אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿעס, האָט שוין ביז איצט, ליידער, דערגרייכט די טרויעריקע צאָל פֿון איבער 200 קרבנות און הונדערטער פֿאַרוווּנדעטע, זינט אָנהייב פֿונעם לויפֿנדיקן יאָר.
די פּאָליציי און אַנדערע זיכערהייט־אינסטאַנצן אין לאַנד, באַמיִען זיך מיט אַלע מעגלעכע מאָסמיטלען אָפּצושטעלן און פֿאַרמינערן די דאָזיקע ציפֿערן, אָבער ביז איצט, אָן דערפֿאָלג.
פּראָפֿעסאָרן, פּסיכאָלאָגן, פּסיכיאַטערס און אַנדערע מומחים, פּרובירן צו אַנאַליזירן די דאָזיקע טרויעריקע דערשײַנונגען, וואָס פּלאָגן אונדזער מדינה און איר באַפֿעלקערונג. זיי ווײַזן אָן אויף דער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע אין לאַנד, אויף דער אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער און ניט־סטאַבילער זיכערהייט־לאַגע, אויף דעם געדריקטן גײַסטיקן און מאָראַלישן צושטאַנד פֿון אַ גאָר גרויסן פּראָצענט אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
אייניקע פֿון זיי זעען די דעגענערירנדיקע און נעגאַטיווע אַנטוויקלונגען אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער צעשפּליטערטקייט און אומאַחדות צווישן די פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם פֿאָלק, און אַז די שולד ליגט גאָר אין דעם חינוך פֿון דעם יוגנן דור און זײַנע ניט־צופֿרידנשטעלנדיקע און הינטערשטעלנדיקע פֿאָרשריטן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע פֿאָרגעשריטענע לענדער.
* * *
מיט דרײַ וואָכן צוריק, זונטיק דעם 9טן אויגוסט, איז דער ירושלימער ראָש־העיר ניר ברקת געקומען אין דעם עזרת־תּורה־קוואַרטאַל, ניט ווײַט פֿון מאה־שערים, זיך צו טרעפֿן מיט מנחם־מענדל טאַוב, דעם מנהיג פֿון די קאַליבער חסידים. זיי האָבן געשמועסט וועגן אויפֿשטעלן אין ירושלים אַ מוזיי לזכר די חרדים און דעם אָרטאָדאָקסישן ייִדנטום בכלל אין מיזרח־אייראָפּע. רבי מנחם־מענדל אַליין איז אַ געראַטעוועטער פֿונעם חורבן.
די ידיעה וועגן אָנקום פֿון דעם ירושלימער בירגערמײַסטער צום רבין האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט איבער דעם גאַנצן קוואַרטאַל. צענדליקער סאַטמאַרער חסידים און אַ צאָל אַנדערע חרדים האָבן אָפּגעוואַרט דעם בירגערמײַסטער, און ווען ער האָט פֿאַרלאָזט דעם רבנס הויז און איז אַרײַן אין זײַן אויטאָ, האָבן זיי אים באַוואָרפֿן אָן אויפֿהער מיט שטיינער און אַנדערע שאַרפֿע און שווערע זאַכן; היסטעריש געשריִען אויף אים "נאַצי, שאַבעס! שאַבעס" און אַנדערע באַליידיקנדיקע זידלווערטער.
בלית־ברירה איז דער ראָש־העיר געבליבן זיצן אין דעם פֿאַרמאַכטן אויטאָ ביז עס זענען אָנגעקומען פֿאַרשטאַרקטע פּאָליציי־כּוחות אים אַרויסבאַגלייטן פֿון דעם ווילדן, שרײַענדיקן המון.
פֿון דעד פֿאַנאַטישער "עדת־החרדים"־סעקטע האָט מען דערקלערט, אַז זיי זענען ניט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם דאָזיקן אָנפֿאַל אויפֿן ראָש־העיר. זיי האָבן געוואָרפֿן די שולד אויף די "יונגע שאַבעסניקעס", וועלכע זענען איצט אין בין־הזמנים, אויף זייערע וואַקאַציעס...
ווי איך האָב זיי שוין באַשריבן אין מײַן פֿריִערדיקן באַריכט, איז די "עדת־החרדים" אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע וואָס נעמט אַרום די סאַטמאַרער, די "תּולדות אַהרון"־חסידים, די בראַסלאַווער, "אַבֿרהם־יצחק"־חסידים און נאָך עטלעכע פֿאַנאַטישע, חרדישע גרופּעס.
זיי אַלע זענען פֿאַראייניקט אין זייער קאַמף קעגן די "ציוניסטן", דער "ציוניסטישער רעגירונג" און מדינת־ישׂראל בכלל. זיי שטימען ניט אין די לאָקאַלע און נאַציאָנאַלע וואַלן און זאָגן זיך אָפּ צו נעמען סאָציאַלע הילף פֿון דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט.
זייערע קאָמאַנדאָס און סימפּאַטיקער זענען די וועלכע הערן ניט אויף מאַסנווײַז צו קומען, אויסגעפּוצט אין זייערע זשופּיצעס, שטרײַמלעך און שבתדיקע בגדים צו דער ממילא־גאַס, כּדי צו דעמאָנסטרירן און שטערן דער באַוועגונג פֿון די אויטאָס, וואָס קומען צו פּאַרקן אין דעם קרתּא־פּלאַץ. אייניקע פֿון זיי לייגן זיך אַוועק אויף דעם שאָסיי און די פּאָליציי איז געצוווּנגען מיט געוואַלד און כּוח זיי ממש אָפּרוימען פֿון וועג. זיי שטעלן אַ שטאַרקן ווידערשטאַנד און עס דערגייט אָפֿט צו אַ פֿויסטנגעשלעג און בלוט־פֿאַרגיסונג.
דער מיניסטער פֿון אינערלעכער זיכערהייט יצחק אַהרונאָוויץ, אַ ליטווישער ייִד, האָט זיך געהאַט געטראָפֿן מיט דעם מנהיג פֿון דער "עדת־החרדים", הרבֿ ווײַס, כּדי צו קומען צו אַ געוויסער לייזונג פֿון דעם סיכסוך און אָפּשטעלן די דעמאָנסטראַציעס. זיי האָבן גערעדט צווישן זיך אין מאַמע־לשון, אין ליטווישן ייִדיש, אָבער צו קיין פּאָזיטיוון באַשלוס זענען זיי ניט דערגאַנגען; הרבֿ ווײַס איז ניט געווען גרייט אויף אַ קאָמפּראָמיס, זאָגנדיק, אַז וואָס שייך דער הייליקייט פֿון שבת וועלן די חרדים ניט מסכּים זײַן אויף קיין שום פּשרה.
אויך דער ראָש־העיר נ. ברקת האָט דערקלערט, אַז ער וועט זיך ניט אָפּשרעקן פֿון די חרדישע דעמאָנסטראַציעס, אַז ער איז פֿעסט אַנטשלאָסן צו האַלטן פֿרײַ און אָפֿן דעם קרתּא־פּאַרקפּלאַץ יעדן שבת און יום־טובֿ, פֿאַר די וועלכע ווילן איבערלאָזן זייערע אויטאָס, אין דער צײַט ווען זיי באַזוכן די אַלטשטאָט און די הייליקע פּלעצער וואָס געפֿינען זיך דאָרטן.
אַלע מיטגלידער פֿון דעם ירושלימער שטאָטראַט, סײַ די סעקולערע און סײַ די אָרטאָדאָקסישע מיטגלידער האָבן בײַ דער זיצונג נאָך דעם שטיינער־אָנפֿאַל אויפֿן ראָש־העיר פֿאַרדאַמט דעם דאָזיקן ברוטאַלן אַקט. זיי האָבן אויסגעדריקט סימפּאַטיע און שטיצע פֿאַרן בירגערמײַסטער אין זײַן אַנטשלאָסנקייט צו האַלטן אָפֿן דעם פּאַרקפּלאַץ "קרתּא" אין די שבתים און יום־טובֿים.
דער ראָש־העיר נ. ברקת האָט אויסגעדריקט זײַן דאַנק און אָנערקענונג צו דער פּאָליציי, פֿאַר זייער שנעלער אַקציע אין אַרויספֿירן אים פֿון דער סכּנותדיקער סיטואַציע, אין וועלכער ער האָט זיך געפֿונען אונטערן האָגל פֿון די שטיינער פֿון די חרדישע אָנפֿאַלער. מען דאַרף זאָגן, אַז אין לויף פֿון דעם אַטאַק איז ער געזעסן אין אויטאָ גאַנץ רויִק. ער האָט געוווּסט ווי צו האַנדלען, וואַרטנדיק אויף דער פּאָליציי. "אין די מלחמות, אין וועלכע איך האָב אָנטייל גענומען, בין איך געווען אין אַ סך ערגערע סיטואַציעס", האָט ער געזאָגט.
ווען ער איז נאָך דעם אַטאַק געקומען אַהיים און זײַן פֿרוי האָט אים צוגעדריקט צו זיך מער ווי געוויינטלעך, האָט ער ערשט דאַן באַנומען די ערנסטקייט פֿון דער געפֿאַר, וואָס האָט אים געדראָט אין יענע מאָמענטן..
פֿון דאַן אָן באַגלייט אים פּאָליציי ווען ער פֿאַרלאָזט אין דער פֿרי זײַן הויז, און ווען ער באַזוכט די פֿאַרשיידענע פּלעצער אין ירושלים, באַזונדערס אין די רעליגיעזע קוואַרטאַלן.
זאָל אים גאָט און די ייִדישע זיכערהייט־כּוחות פֿון ישׂראל אויסהיטן פֿון די אָנפֿאַלן און בייזע קללות פֿון סקילה פֿון די פֿאַנאַטישע חרדישע, ייִדישע שׂונאים פֿון אונדזער ייִדישער, ציוניסטישער מדינה!