|
פּוילישע אויפֿשטענדלער פֿון 1863 |
|
ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט.
דעם געדאַנק, אַז פֿאָלקלאָר דאַרף, צו ערשט, אַדורכגיין עטלעכע דורות כּדי צו אַנטוויקלען זיך אין אַן עכטער פֿאָלקשאַפֿונג האָט די גרופּע, אפֿשר נישט באַוווּסטזיניק, אָפּגעוואָרפֿן. פֿאַר זיי, ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז געווען גענוג דער פֿאַקט, וואָס דעם פֿאָלקלאָר האָט מען געשאַפֿן אויף מאַמע־לשון און קיין קריטעריע פֿון אַלטקייט האָט מען נישט געפֿאָדערט פֿון די מאַטעריאַלן, און נישט פֿון זייער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר.
דער געניטסטער און איבערגעגעבנסטער זאַמלער אין דער גרופּע איז געווען שמואל לעהמאַן (1886 — 1941). ער האָט געזאַמלט לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר וועגן געשעענישן וואָס זענען פֿאָרגעקומען אַרום אים, בשעת ער האָט געלעבט: וועגן דער ערשט־אויפֿגעקומענער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה, און פֿונעם חורבן, ווי אַ טייל פֿון "עונג־שבת" — אַ גרופּע אין וואַרשעווער געטאָ, בראָש מיטן היסטאָריקער עמנואל רינגלבלום.
אַ. אַלמי, געבוירן מיטן נאָמען א. ח. שעפּס, (1892 — 1968) איז אויך געווען אַ קורצע צײַט אַ טייל פֿון דער וואַרשעווער פּרילוצקי־גרופּע. שפּעטער, אין אַמעריקע, איז ער באַקאַנט געוואָרן ווי אַ פּאָעט און גלענצנדיקער זשורנאַליסט און פּאָלעמיקער, מחבר פֿון צען ביכער. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָרעמער משפּחה אין וואַרשע און אַליין געשריבן "פֿאָלקסלידער" פֿאַר בעטלער און גאַסן־טיפּן נאָך פֿאַר זײַן בר־מיצווה. ווען פּרילוצקיס פֿרוי פּאָולינע האָט אָנגעשריבן אַ פּיעסע וועגן די וואַרשעווער אונטערוועלטניקעס, האָט נח געגעבן דעם כּתבֿ־יד אַלמי, ער זאָל אים איבערלייענען. האָט דער יונגער אַלמי גענומען די דראַמע אַהיים צו זײַן הויף, געבעטן אמתע גאַסן־פֿרויען צו שפּילן די ראָלעס פֿון די גאַסן־פֿרויען אין דער פּיעסע, אמתע גנבֿים צו שפּילן די ראָלעס פֿון די גנבֿים, און ער, אַ יונג בחורל, נישט קיין פֿולע 18 יאָר אַלט, האָט זיי רעזשיסירט פֿאַרן גאַנצן עולם אין הויף.
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר איז געבליבן אַלמיס וואָגיקסטער בײַשטײַער — זײַן זאַמלונג לעגענדעס — "1863: ייִדישע פּאָווסטאַניע־מעשׂהלעך" אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין 1927, אָבער צו ערשט געדרוקט געוואָרן אין המשכים אין דער וואַרשעווער צײַטונג "מאָמענט" אין 1910 — 1911.
די "מעשׂהלעך", ווי אַלמי רופֿט זיי, האָט ער פֿאַרשריבן פֿון זײַן באָבען, חיה שעפּס, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין נאַשעלסק און געשטאָרבן אין וואַרשע אין 1918 צו 82 יאָר. זי איז געווען אַ וווּנדערלעכע זינגערין און דערציילערין פֿון מעשׂיות. די טעקסטן צו אירע געזונגענע לידער האָט אַלמי געדרוקט אין פּרילוצקיס זאַמלונגען. ווען דער רעדאַקטאָר פֿון "מאָמענט", צבֿי פּרילוצקי, נחס טאַטע, האָט אײַנגעפֿירט אַ רובריק וועגן וואַרשע, האָט אַלמי, אַ מיטגליד אין דער רעדאַקציע, זיך דערמאָנט אין זײַן באָבעס מעשׂיות וועגן דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד פֿון 1863, און זי געבעטן זיי איבערדערציילן. דער אויפֿשטאַנד איז געווען איינער פֿון עטלעכע קאַמפֿן מצד פּוילישע נאַציאָנאַליסטן צו באַקומען די אומאָפּהענגיקייט פֿון צאַרישן רוסלאַנד. אַ סך פֿון די קאַמפֿן זענען פֿאָרגעקומען אין די וועלדער אַרום וואַרשע.
|
הרבֿ בער מײַזעלס, הויפּט־רבֿ פֿון וואַרשע און שטיצער פֿון די פּוילישע |
|
ווי אַ פֿאָלקלאָריסט מיט פּראַקטיק, האָט אַלמי אויך פֿאַרשריבן, ווי ווײַט מעגלעך, זײַן באָבעס נוסח, סטיל און שפּראַך בײַם דערציילן די מעשׂיות. אין זײַן אַרײַנפֿיר צו די געזאַמלטע לעגענדעס שרײַבט ער, אַז "איך גלויב, אַז די מעשׂיות אַליין האָבן אַ קולטור־היסטאָרישן — און אפֿשר אויך אַ היסטאָריש־פּאָליטישן ווערט... אמת, עס איז מיר שווער צו זאָגן אויף וויפֿל די אָדער יענע מעשׂה באַרירט אויף אַ ווירקלעכער פּאַסירונג און וועלכע איז לויטער פֿיקציע; אָבער אין יעדן פֿאַל ווײַזט עס אונדז אין וואָס פֿאַר אַ ריכטונג דער ייִדישער מוח האָט אין פּוילן געאַרבעט".
זײַן באָבע האָט געהאַט פּערזענלעכע איבערלעבונגען מיטן אויפֿשטאַנד אין 1863. איר ערשטער מאַן יודל אַזראָוויטש, האָט זיך באַטייליקט אינעם קאַמף אויף דער פּוילישער זײַט, און נאָר אַ דאַנק זײַנע געניאַלע אײַנפֿאַלן, האָט ער זיך אַרויסגעדרייט פֿון די רוסן עטלעכע מאָל. נאָר איין מאָל האָט ער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון לאַנד און אַלמיס באָבע איז אויסגעפֿאָרן גאַנץ אייראָפּע, ביז זי האָט אים געטראָפֿן אין לאָנדאָן. צום סוף, האָט זי אים געגט און צוריקגעקומען קיין וואַרשע, ווײַל זי האָט נישט געוואָלט לעבן אינעם נישט־פֿרומען לאָנדאָן.
נאָך צוויי לעגענדעס האָט אַלמי פֿאַרצייכנט פֿון אַ זקן אין וואַרשע, און פֿאַרשריבן אַ דריטע, אָבער נישט אַרײַנגענומען אין דער זאַמלונג, ווײַל זי איז געווען ענלעך צו זײַן באָבעס אַ טעקסט. אָבער ער האָט פֿון דעם פֿאַרשטאַנען, אַז די לעגענדעס "צירקולירן" צווישן דעם פֿאָלק, און אַ פֿאָלקלאָריסט דאַרף זאַמלען אַלע וואַריאַנטן און זיי פֿאַרגלײַכן. אַלמי האָט אויך געשריבן, אַז אפֿשר וועלן די לעגענדעס אינספּירירן די שרײַבער זיי אויסצוניצן אין בעלעטריסטישע ווערק, און דאָס דערמאָנט אונדז אינעם פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהנס וווּנטש, אַז זײַנע געזאַמלטע פֿאָלקסלידער זאָלן אויך אינספּירירן די ייִדישע פּאָעטן.
צווישן אַנדערע טעמעס דערציילן די לעגענדעס פֿון 1863 וועגן גוטע, און ברייטהאַרציקע ייִדן, וואָס האָבן געהאָלפֿן מיט מסירת־נפֿש סײַ די פּאָליאַקן, סײַ די רוסן; וועגן אַ ייִד, אַ שנײַדער, וואָס האָט אָנגעטאָן קליידער אויף זײַנע מאַנעקענען, די רוסן זאָלן מיינען, אַז דאָס זענען אויפֿשטענדלער. וועגן איינעם, בנימינלע קרייער, האָט מען דערציילט —
"איין מאָל אין פּאָווסטאַניע־צײַט, גייט ער זיך אויפֿן וועג, וואָס פֿירט פֿון סאָכאַטשעוו קיין בלוינע. האָט אים אָנגעטראָפֿן רוסיש מיליטער אין וואַלד — 'וואָס טוסטו דאָ? וווּ גייסטו?’. און זיי האָבן אים חושד געווען אין זײַן פֿון די פּאָווסטאַנצעס און אים געוואָלט שיסן. האָט בנימינלע זיי געזאָגט, אַז ער איז אַ שנײַדער. 'אַ שנײַדער? אויב אַזוי,’ זאָגט פֿאָניע 'מאַך מיר אַ פּאָר הויזן אין פֿינף מינוט!’ האָט בנימין גענומען אַ שטעקן, וואָס ער האָט געהאַלטן אין האַנט און אויפֿן זאַמד פֿון שאָסיי אָנגעצייכנט אַ פּאָר הויזן מיטן גאַנצן קנאַק. 'זעט איר’ האָט ער מיט נצחון געזאָגט צו די סאָלדאַטן 'אָן אַ נאָדל און אָן סחורה האָב איך געמאַכט אַ פּאָר הויזן. איצט זאָל ווער פֿון אײַך זיי אָנטאָן..’ די פֿאָניעס האָבן אָנגעקוואָלן פֿון דער חכמה און אים אָפּגעלאָזט."
אַנדערע לעגענדעס אין דער זאַמלונג זענען נישט אַזוי פֿריילעך, און האָבן דערציילט ווי די ייִדן האָבן אַמאָל געקעמפֿט איין ייִד קעגן אַ צווייטן ייִד — איינער אין דער רוסישער אַרמיי, און איינער פֿונעם פּוילישן אויפֿשטאַנד, אַפֿילו טאַטעס קעגן זין! אַנדערע דערציילן ווי די פֿרויען זוכן זייערע פֿאַרשוווּנדענע מענער, ווי אין דער לעגענדע — "דער פֿעטער זלאַטע", וואָס האָט געבוירן אַ קינד אין וואַלד צווישן די פּאָווסטאַנצעס, זוכנדיק דעם טאַטן פֿונעם קינד. דאָס קינד איז אין אַ פּויערישער כאַטע, אין אַ פּאָר טעג אַרום געשטאָרבן, איז זלאַטע געפֿאָרן צו אַ מכשפֿה אין וואַלד, און די כּישוף־מאַכערין האָט איר געגעבן אַ פֿידל און איר געזאָגט אויפֿצוהענגען דאָס פֿידעלע אין דרויסן פֿאַרן פֿענצטער. פּונקט 12 בײַ נאַכט וועט דער פֿידל אָנהייבן שפּילן און פֿון דעם שפּילן וועט זי זיך דערוויסן איר מאַנס גורל: וועט עס שפּילן אַ פֿריילעכס וועט זי וויסן, אַז ער לעבט. וועט עס שפּילן אַ טרויעריקס, איז אַ סימן, אַז ער איז טויט. פּונקט צו דער צײַט "האָט זיך דערהערט אַזאַ טרויעריקע מעלאָדיע, וואָס האָט געקענט אַ שטיין רירן. זלאַטע האָט אַ קוויטש געטאָן און געפֿאַלן אין חלשות". זי האָט געשוווירן מער נישט חתונה צו האָבן און פֿון דעמאָלט אָן האָט מען זי גערופֿן "דער פֿעטער זלאַטע".
די דאָזיקע לעגענדעס וואָס אַלמי האָט געזאַמלט און געדרוקט, זענען געווען, פֿון אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוקווינקל, "פֿאַר דער צײַט", אין דעם זינען, וואָס אַזוינע געשיכטעס, נאָך פֿריש אין זכּרון, האָט מען באַהאַנדלט ווי פֿאָלקלאָר. אַ שאָד וואָס מיט דעם האָט אַלמי פֿאַרענדיקט זײַן אינטערעס צו פֿאָלקלאָר. אָבער, צום גליק, האָט ער די וויכטיקייט פֿון דער זאַמלונג פֿאַרשטאַנען און געדרוקט.