פּובליציסטיק, געשיכטע

צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנ­צויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט.

דער דאָזיקער קאַמף האָט דאַן אויפֿגע­רודערט די עפֿנטלעכע מיי­נונג פֿון דער נאָך־מלחמהדיקער וועלט בכלל, און די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער וועלט בפֿרט. דער קאַמף פֿון די “עקסאָדוס"־פּאַסאַזשירן דורכצוברעכן די בלאָקאַדע פֿון בריטישן פֿלאָט, האָט אַרײַנגעשריבן איינע פֿון די העלדישסטע קאַפּיטלעך אין דער געשיכטע פֿון דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. עס האָט שטאַרק באַאײַנ­פֿלוסט דאָס אָננעמען די רעזאָלוציע פֿון דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, אין די "פֿאַר­אייניקטע פֿעלקער" אין ניו־יאָרק, צו צע­טיילן ארץ־ישׂראל צווישן די פּאַלעסטינער און די ייִדן, כּדי צו שאַפֿן צוויי באַזונדערע מדינות.

די דאָזיקע העלדישע עפּאָפּעע האָט געהאַלטן די וועלט אין שפּאַנונג גאַנצע צוויי חדשים און איז ווײַט און ברייט איבערגעגעבן געוואָרן דורך דעם ראַדיאָ און דער פּרעסע. איך דערמאָן זיך ווי אין דער רעדאַקציע פֿון דער וואָכנצײַטונג "אונדזער האָפֿענונג" אין דעם פּליטים־לאַגער עשוועגע, לעבן קאַסעל, אין דײַטש­לאַנד, וואָס איך בין געווען איר גרינדער און רעדאַקטאָר, זענען מיר געזעסן טאָג און נאַכט בײַ דעם ראַדיאָ, כּדי זיך צוצו­הערן מיט גרויס שפּאַנונג און זאָרג, צו די לויפֿנדיקע געשעענישן אויף דער "עקסאָ­דוס"־שיף בײַ די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל.

איך דערמאָן זיך די טרויעריקע ידיעה: 3 ייִדן זענען אומגעקומען און 120 — זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין דעם העפֿטיקן קאַמף מיט די בריטישע זעלנער, אַז קריי­צערס פֿירן די עולים צוריק קיין פֿראַנקרײַך. איך לייען אין לייט־אַרטיקל פֿון דער צײַ­טונג, פֿון פֿרײַטיק דעם 25סטן יולי 1947, די דאָזיקע שורות: "די גאַנצע ייִדישע וועלט איז ווידער אויפֿ­געציטערט געוואָרן פֿון דער נידערטרעכטיקער האַנדלונג פֿון דער ענגלישער אימפּעריאַ­ליס­טישער מאַכט לגבי דער גרעס­טער שיף פֿון דער 'העפּלה' (אומ­לעגאַלע עליה) מיט 4,500 נידער­געשלאָ­גענע, אויסגעמאַ­טערטע פֿון פּײַן און לייד, רעשטלעך פֿון די משפּחות אויסגעמאָרדעטע דורך די דײַטשן, געוועזענע קאַצעטלער און פֿרײַהייט־קעמפֿער, אָרעמע, געפּלאָגטע ייִדן, וועלכע האָבן זיך געוואָלט דורכשלאָגן צו זייער אויסגעגאַרטן ברעג, אַ סוף צו מאַכן צו זייער פֿינצטערן גלות־לעבן, צו קומען צו זיך אַהיים. איז עס דען אַ פֿאַר­ברעכן?!"

און איך האָבן פֿאַרענדיקט דעם לענגערן לייט־אַרטיקל מיט די דאָזיקע ווערטער: “...מיט אַלע כּוחות און אַנטשלאָסנקייט וועלן מיר ווײַטער פֿאָרזעצן דעם שווערן וועג, וועלכער פֿירט צום ליכטיקן מאָרגן. עס טאָר אויף איין סעקונדע ניט אָפּגעשוואַכט ווערן אונדזער דראַנג און ווילן, די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל וועלן אויך ווײַטער געשטורעמט ווערן! ווײַל נאָר מיט זייער עפֿענונג פֿאַר אַ גרויסער מאַסן־עליה וועט קומען אונדזער נאַציאָנאַלע באַפֿרײַונג... למרות הכּל עלה נעלה! (אויף צו להכעיס אַלע שוועריקייטן וועלן מיר ניט אויפֿהערן עולה צו זײַן!)

זונטיק, דעם 20סטן יולי 1947, איז אין גאַנץ ארץ־ישׂראל פּראָקלאַמירט געוואָרן אַ גענעראַל־שטרײַק, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער דעפּאָרטאַציע פֿון די מעפּילים פֿון דער שיף "פּרעזידענט וואַרפֿילד" — "עקסאָדוס".

אויך אין אַלע פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און איטאַליע, זענען פֿאָרגעקומען מאַסן־דעמאָנ­סטראַציעס. אין די לאַגערן פֿון קאַסעלער קרײַז, וווּ איך און מײַן שוועסטער פֿאַניע האָבן געוווינט, איז די דע­מאָנסטראַציע פֿאָרגעקומען דעם 23סטן יולי 1947 מיט פּאַסיקע רעזאָלוציעס, וועל­כע האָבן דערקלערט: "מיר וועלן זיך ניט צוזאַמענברעכן און ניט אָפּטרעטן פֿאַר קיין שום טעראָר און קיין זאַך וועט אונדז ניט אָפּשטעלן אויפֿן וועג צו אונדזער לאַנד".

אויף דעם מאַסט פֿון דער שיף “פּרעזי­דענט וואַרפֿילד" האָט מען אַרויסגעהאָנגען אַ גרויסע שילד מיט דעם נײַעם נאָמען פֿון דער שיף "יציאת־אירופּה תש"ז — עקסאָ­דוס 1947". אונטער דעם נאָמען איז זי אָנ­געקומען צו דעם פֿראַנצויזישן פּאָרט סענט לויִס, 60 ק"מ פֿון מאַרסיי.

אַ ספּעציעלע קאָמיסיע איז אַרויף אויף דער שיף און פֿאָרגעלייגט די מעפּילים אויס­צושטײַגן אין פֿראַנקרײַך. זיי האָבן אַלעמען פֿאַרזיכערט פֿולע אויסהאַלטונג. דער ענט­פֿער פֿון די מעפּילים איז געווען, אַז זיי וועלן ניט אויסשטײַגן אַנדערש וווּ, נאָר אויפֿן באָדן פֿון ארץ־ישׂראל!

אין דער צײַטונג פֿון דעם 29סטן אויגוסט 1947 ווערט איבערגעגעבן אַ גרוס פֿון “עקסאָדוס": מרדכי ראַזמאַן, געוועזע­נער מיטגליד פֿון צענטראַל־קאָמיטעט פֿון די באַפֿרײַטע ייִדן אין דער אַמעריקאַנער זאָנע, האָט צוגעשיקט צו דוד טרעגער, פֿאָר­זיצער פֿון צ"ק, די פֿאָלגנדיקע טעלעגראַם: "...פֿעלדזנפֿעסט שטייען מיר אין פֿראָנט פֿאַר אונדזער רעכט פֿאַר עליה, אין קאַמף פֿאַר דעם כּבֿוד פֿון ייִדישן פֿאָלק. ברי­דערלעכע גרוסן פֿאַר דער שארית־הפּליטה אין די לאַגערן. ייִדן, אָן מורא, אָן ייִאוש, זעצט פֿאָר און קומט נאָך אונדז!"

עס ווערט אויך געמאָלדן, אַז דער ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל, וואָס ציילט 650,000 ייִדן, האָט מאָנטיק פֿרי, נאָך שופֿר בלאָזן אין אַלע בתּי־מדרשים, אָנגעהויבן דעם תּענית, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעפּאָרטירן צוריק קיין דײַטשלאַנד די מעפּילים פֿון "יציאת־אירופּה תש"ז — עקסאָדוס 1947".

דורך דער געהיימער ראַדיאָ־סטאַנציע האָט מען גערופֿן דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל ניט צו פֿאַסטן, ניט שטרײַקן, נאָר קעמפֿן! עלעאָנאָר רוזוועלט, די אַלמנה פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט דערקלערט אין אַן אַמעריקאַנער זשורנאַל "מעי־דעי", אַז "די לאַגע פֿון די דאָזיקע מענטשן אויף דער שיף "עקסאָדוס", איז דער קולמינאַציע־פּונקט אין דער הײַנטיקער גרוי­זאַמער ייִדי­שער טראַגעדיע".

* * *

צווישן די מעפּילים אויף דער שיף, האָבן זיך געפֿונען דער ייִדישער דיכטער יצחק פּער­לאָוו און זײַן פֿרוי די זינגערין לאָלאַ פֿאָלמאַן, וועלכע איז אויפֿגע­טראָטן אין די פּליטים־לאַגערן. אויך אויף דער שיף האָט זי געטאָן דאָס זעלבע, וואָס האָט שטאַרק געהויבן די מאָראַל פֿון די “עקסאָדוס"־פּאַסאַזשירן, בעת זייער לאַנגער שווערער ים־רײַזע. דער דיכטער יצחק פּערלאָוו האָט אויף דער שיף פֿאַרפֿאַסט "דאָס ליד פֿון די מעפּילים פֿון 'עקסאָדוס'". די לעצטע סטראָ­פֿע האָט ער, ווײַזט אויס, צוגעגעבן, ווען זיי האָבן באַטראָטן די ערד פֿון האַמבורגער פּאָרט אין דײַטשלאַנד.

זאָל הערן די וועלט, זאָל זי גאַפֿן פֿאַרוווּנדערט
און פֿלאַקערן זאָל, ווי אַ פֿלאַם:
דאָס ליד פֿון מעפּילים, פֿיר טויזנט פֿינף הונ­דערט,
וואָס קעמפֿן אויף כוואַליעס פֿון ים.
עס קומט פֿון גיהנום, פֿון האַס און פֿון גאַז,
דער ייִד פֿון עקסאָדוס, יציאת תש"ז,
ער גייט צו דער באַפֿרײַונג, צום היימלאַנד, צו דער ברעג,
קיין ארץ־ישׂראל, צו ליכטיקע טעג.

ערשט נעכטן אַרויס פֿון היטלערס אָשוויענטשים
און קוים שוין דערגרייכט צו דעם ברעג.
פֿאַריאָגט הינטער קראַטעס, צוריק אָט די מענטשן,
אין שווימענדע תּפֿיסות, האָט דזשעק.

זײַ רויִק מײַן פֿאָלק‘ דײַנע זין, דײַנע טעכטער
הינטער די קראַטעס פֿאַרשפּאַרט,
שיצן דײַן כּבֿוד מיט העלדנמוט עכטן —
מעפּילים — דײַן אַוואַנגאַרד

אויף דײַטשישער ערד דאָ, מיר שווערן, מיר שווערן:
דערטראָגן מיט שטאָלץ אונדזער פֿאָן!
אַז היימלאַנד, דו וועסט אונדזער טראָט נאָך דערהערן,
דעם זינגענדן טראָט וואָס זאָגט אָן.

* * *

דער גרויסער זאַל פֿון בית־ליעסין אין תּל־אָבֿיבֿ איז געווען צו קליין אַרײַנצונעמען די גרויסע צאָל מענטשן וואָס זענען געקומען דעם 1טן אויגוסט, אָנטייל צו נעמען אין דעם צוזאַמענקום אָפּצומערקן 60 יאָר זינט דער היסטאָרישער "עקסאָדוס"־געשעעניש. הונדערטער זענען געבליבן אין דרויסן. עס זענען געקומען נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טעג מיט זייערע משפּחות, מיט קינדער און אייניקלעך. עס ווערט געשאַצט, אַז קרובֿ צו 3,000 פֿון זיי לעבן נאָך אין ישׂראל.

די באַגעגעניש צווישן די אַלטע באַקאַנטע איז געווען זייער אַן עמאָציאָנעלע און וואַרעמע. מען האָט זיך געהאַלדזט און געקושט, נאָך ניט־זעענדיק איינער דעם צווייטן קרובֿ צו 60 יאָר! שטאַרק רירנדיק איז געווען צו זען מיט די אייגענע אויגן די געוועזענע אָנפֿירער פֿון דער עפּאָפּעע, די שפּורן פֿון עלטער אויף זייערע פּנימער. אַ סך פֿון די באַטייליקטע האָבן פֿאַרגאָסן אַ טרער פֿון טיפֿער איבערלעבונג...

בײַם פּרעזידיום־טיש זענען געזעסן: דער לעגענדאַרער אָנפֿירער־קאָמאַנדיר יוסף הראל־האַמבורגער, דער קאַפּיטאַן פֿון דער שיף אײַק־אַהרונאָוויטש, יצחק גנוז־־גאַנוזאָוויטש, דער מדריך פֿון די 70 יוגנטלעכע, וועלכע ער האָט צוגעגרייט און באַגלייט אויף זייער רײַזע און קאַמף קעגן די ענגלענדער, איצט אַ באַקאַנטער ייִדיש־העברעיִשער דיכטער. די אַקטיווע חבֿרים: ד"ר משה טיאָמקין, דער זשורנאַליסט נח קליגער און דער געוועזענער פֿאָרשטייער פֿון דער שארית־הפּליטה אין דײַטשלאַנד אויף דער שיף מרדכי ראַזמאַן. אַלע וועטעראַנען פֿון יענע היסטאָרישע געשעענישן.

מען האָט געוויזן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם "מראות וקולות" (בילדער און קלאַנגען) פֿון יענע טעג. מיט באַגריסונגען און זכרונות וועגן דער ראָלע פֿון דעם "עקסאָדוס"־קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, זענען אויפֿגעטראָטן אַריה־ליובאַ אַליִעוו, דער דיכטער חיים גורי און עטלעכע פֿון די געוועזענע פּאַסאַזשירן.

דער איצטיקער קאָמאַנדיר פֿונעם ישׂראלדיקן ים־פֿלאָט, אַדמיראַל דוד בן־בעש"ט, האָט איבערגעגעבן אַן אָנערקענונג־אויסצייכענונג צו דעם געוועזענעם קאַפּיטאַן פֿון דער "עקסאָדוס"־שיף אײַק אַהרונאָוויטש. דער נײַער נשׂיא פֿון ישׂראל, שמעון פּערעס, און דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, רון (ראָן) חולדאַי, האָבן צוגעשיקט וואַרעמע באַגריסונגען צו דעם פֿײַערלעכן צוזאַמענקום, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף אַלע פֿאַרזאַמלטע און אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ.

אַלע האָבן אונטערגעשטראָכן, אַז מען האָט געטאָן אַלץ וואָס עס איז נאָר געווען מעגלעך, אַז די משפּחה זאָל זיך ניט שיידן אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. יצחק גנוז (גאַנוז) איז געווען צווישן די, וועלכע די ענגלענדער האָבן צוריקגעבראַכט קיין דײַטשלאַנד מיט דער "עקסאָדוס"־שיף. שוין מיט אַ קורצער צײַט שפּעטער, אין 1948, צוזאַמען מיט דער גרופּע פֿון זײַנע אַלע תּלמידים און מיט זײַן מוטער, שוועסטער און ברודער, קומט ער אָן צוריק, ווי אַ וואָלונטיר פֿון גח"ל (גיוס חוץ־לאָרץ) קיין ארץ־ישׂראל און באַווײַזט נאָך אָנטייל צו נעמען אין דער באַפֿרײַונג־מלחמה.

ער לערנט ליטעראַטור און ייִדישע געשיכטע אין בר־אילן־אוניווערסיטעט, ווערט שעפֿעריש אויף דעם ליטעראַרישן געביט. ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען און לידער אין ייִדיש און עבֿרית אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס.

די סאַגע פֿון "עקסאָדוס" שילדערט ער פֿון דער ערשטער האַנט אין זײַן ראָמאַן “כּיסופֿים וסער" (לעכצונג און שטורעם), אַרויסגעגעבן אין 1985 דורך דעם משׂרד הבטחון (זיכערהייט־מיניסטעריום).

מיט פֿרייד זאָגט ער מיר אָן די בשׂורה, אַז עס ווערט געגרייט אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון דעם ראָמאַן. עס וועט אין דער נאָענסטער צײַט דערשײַנען אין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר זענען דערשינען אין דעם ייִוואָ־זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און פֿאָקלאָר, און אין גיכן דאַרף שוין דערשײַנען דער נײַער נומער פֿון “ידע־עם" אונטער זײַן רעדאַקציע.

זײַן לידער־בוך הייסט "מעבֿר לגשרון העץ" (איבער דער הילצערנער קלאַדקע) — אַ זאַמלונג פֿון לידער, געווידמעט דעם חורבן, זײַן קינדהייט און זײַן חרובֿער היים, פֿול מיט געפֿיל, עמאָציע און בענקשאַפֿט.

אין יאָר 2005 האָט יצחק גנוז באַקומען דעם "עמינח"־פּרײַז פֿאַר פּאָעזיע.