ישׂראל
דער דאַך פֿונעם "מאַזדאַ", וואָס דער בולדאָזער האָט בשום־אופֿן נישט געקענט צעקוועטשן
דער דאַך פֿונעם "מאַזדאַ", וואָס דער בולדאָזער האָט בשום־אופֿן נישט געקענט צעקוועטשן

(אַ פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿונעם בולדאָזער־אַטאַק אין ירושלים)

פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך בין איך געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און דרײַ פֿון אונדזערע מיידלעך, צו גאַסט צו אונדזערע פֿרײַנד. ווען מיר האָבן דערגרייכט די גאַס "שׂרי־ישׂראל", איז געווען אַ גרויסער פֿאַרקער. פּלוצלינג זענען עטלעכע בוי־אַרבעטער צוגעלאָפֿן און געמאַכט העוויות מיט דער האַנט, אַז מיר זאָלן תּיכּף פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. די גאַס איז אָבער געווען אַזוי געפּאַקט מיט אויטאָס, אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען מעגלעך.

ערשט דעמאָלט האָבן מיר דערזען, הינטער די אַרבעטער, ווי אַ ריזיקער בולדאָזער פֿאָרט אונדז אַנטקעגן זייער, זייער גיך. אין די ערשטע סעקונדעס נאָך דעם ווי ער האָט אַרײַנגעקראַכט אין אַן אויטאָ לעבן אונדז, איז נישט געווען קלאָר, צי דער בולדאָזער, אָדער דער שאָפֿער איז געווען שולדיק אין דעם. אָבער זעענדיק ווי ער האָט ממש צעקוועטשט יענעם אויטאָ, און ווי ער צעקוועטשט אַ צווייטן אויטאָ, האָבן מיר שוין פֿאַרשטאַנען... דערנאָך האָט ער זיך גענומען צו אונדז. כ׳האָב גע­פּרוּווט פֿאָרן אויף צוריק, האָפֿנדיק, אַז די שאָפֿערן הינטער אונדז וועלן זיך אויך צוריקרוקן.

דאָרט זענען מיר געזעסן, פּנים־אל־פּנים מיטן מאַן, וואָס וויל אונדז דערהרגענען. ער איז געווען בערך 30 יאָר אַלט, דיקלעך, מיט אַ קאָנצענטרירטן בליק אין זײַנע אויגן. כ׳האָב נישט געקאָנט גלייבן, אַז ער ניצט אַ בולדאָזער ווי געווער — אַ משונהדיקע זאַך!

ער האָט אַרײַנגעשטויסן אין אונדזער אויטאָ צוויי אָדער דרײַ מאָל. אפֿשר איז ער געווען פֿרוסטרירט, וואָס אונדזער אויטאָ איז זיך נישט צעפֿאַלן אַזוי גיך ווי די אַנדערע צוויי, בפֿרט אַז עס זענען דאָרט געזעסן אַזוי פֿיל מענטשן וואָס ער קאָן אומברענגען? פֿון דעסטוועגן, האָט אונדזער אויטאָ זיך נישט צעבראָכן. ערשט דעמאָלט האָט ער געפּרוּווט אַרויפֿפֿאָרן אויפֿן דאַך פֿון אויטאָ, כּדי צו צעקוועטשן אונדז פֿינף מיטן וואָג פֿונעם בולדאָזער. אַ נס! אונדזער ביליקער "מאַזדאַ"־קאַמיאָנעט (minivan) האָט זיך נישט געלאָזט צעקוועטשן! מיטן וואָג פֿונעם בולדאָזער. אַ נס! אונדזער ביליקער "מאַזדאַ"־קאַמיאָנעט (minivan) האָט זיך נישט געלאָזט צעקוועטשן!

בעת דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען, האָב איך אײַנגעזען, אַז אין אַזאַ פֿאַל, ווען מע קאָן אַבסאָלוט גאָרנישט טאָן, ליגט אַלץ אין גאָטס הענט. מיר האָבן נישט געקענט אַרויסלויפֿן ביז דער רוצח הערט אויף אַרײַנצושטויסן אין אונדז. דערנאָך, האָבן מיר געפּרוּווט צו עפֿענען די טירן, און אויסגעפֿונען, אַז די פֿעדערשטע פּאַסאַזשיר־טיר, וווּ מײַן מאַן איז געזעסן, און אַ צווייטע טיר, וווּ איינע פֿון די טעכטער איז געזעסן, האָט מען יאָ געקאָנט עפֿענען, זענען מיר אַלע אַרויסגעקראָכן פֿון די צוויי פֿענצטער. ס׳איז געווען שווער דאָס צו טאָן גיך, ווײַל מיר האָבן אַלע אַזוי געציטערט...

נאָך דעם ווי ער האָט זיך אונטערגעגעבן מיט אונדזער "מאַזדאַ", האָט ער זיך גענומען צו די אַנדערע אויטאָס, פֿאַרבײַגייער און אַן אויטאָבוס. שפּעטער האָב איך געהערט, אַז דרײַ מענטשן — צווישן זיי, אַ נײַע מאַמע — זענען דערהרגעט געוואָרן, ביז אַ פּאָליציאַנט און סאָלדאַט זענען אַרײַנגעשפּרונגען אין דער קאַבינע פֿונעם בולדאָזער און אים דערשאָסן.

אַלע זאָגן אונדז, אַז מיר וועלן לײַדן פֿון פּאָסט־טראַוומאַטישן סטרעס־סינדראָם, און אַז מיר דאַרפֿן תּיכּף גיין אויף פּסיכאָטעראַפּיע. דערווײַל זענען מיר פּשוט פּריטשמעליעט. באַלד ווי מיר זענען אַהיימגעקומען האָב איך אויסגעטיילט שאָקאָלאַד פֿאַר די קינדער (געוויינטלעך דערלויב איך זיי דאָס בלויז שבת) און זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט קוקן אַ קאָמישן פֿילם.

איך פֿאַרשטיי נאָך אַלץ נישט פֿאַר וואָס גאָט האָט דערמעגלעכט, אַז אונדזער ביליקער אויטאָ זאָל אויסהאַלטן די אָן אַ שיעור שטויסן פֿונעם בול­דאָזער, ווען אַנדערע אויטאָס זענען באַלד צעקוועטשט גע­וואָרן. אַ פּנים, האָט ער פֿאַר אונדז עפּעס אַ שליחות...

רחלע אײַזנשטאַט מיט אירע טעכטער האָבן עטלעכע יאָר זיך באַטייליקט אין דער "ייִדיש־וואָך" פֿון יוגנטרוף